המשך חלק ב'
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 2:27 pm
לאמיר גיין אביסל ווייטער צו צולייגן די רשעות, טפשות, שקר, וואס ליגט אין דעם נארישן ביכל "חונן הדעת".
ד. "הליכה לקברי צדיקים" – מען האט אייביג געוואוסט ביי אידישע קינדער די גרויסקייט פון גיין אויף קברי צדיקים דארט מתפלל צו זיין, ער מישט דא צאם הודו מיט כוש אז מען טאר נישט מתפלל זיין נאר צום אייבערשטן און נישט צו א צדיק, וואסערע שייכות האט איינ'ס מיטן צווייטן? מען איז אייביג געגאנגען צו צדיקים אז זיי זאלן מתפלל זיין פארן מענטש, ווייל דער צדיק האט א גרעסערע כח צו פועל'ן ביים אייבערשטן א ישועה, און אזוי איז מען אויך געגאנגען צו קברי צדיקים אויך מיטן זעלבן ציהל אז דער צדיק וואס איז אין די בחינה פון "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם" קען ער נאך שנעלער פועל'ן ישועות, עס זענען דא טויזנטער מעשיות ווי אזוי מענטשן זענען געהאלפן געווארן מיט געוואלדיגע ישועות ביי קברי צדיקים.
זעהט אויס אז שנאה מקלקלת השורה, ער איז אזוי אויסן צו אראפרייסן אומן, אז ער מאכט שוין אין איינוועג'ס אוועק די גאנצע גיין צו קברי צדיקים, וואס איז אנגענומען הייליג ביי אלע אידישע קינדער אין אלע דורות, אין די תורה זעען מיר נאך אז כָּלֵב איז זיך געגאנגען משתטח זיין ביי די קברי אבות אז ער זאל נישט פארכאפט ווערן מיט די מרגלים, און לויט דעם טיפש דער בעל ה'ביכל, איז דאך לכאורה זייער שווער, ווי אזוי איז ער געגאנגען מתפלל זיין צו די אבות? ואין ראוי להתפלל לזולתו?
נאכדעם ברענגט ער א מעשה פון רביה"ק מסאטמאר וואס האט כאילו אוועקגעמאכט דאס גיין צום ציון פון הייליגן רבי ר' אלימלך, "ער האט געפרעגט פון א מענטש צו ביים תפלין לייגן שפירט ער אויך אזא התעוררות ווי ביים ציון פון רבי ר' אלימלך, און ווען יענער האט געזאגט אז נישט, האט דער רבי געזאגט אז עס איז נאר א דמיון".
קודם רביה"ק מסאטמאר אליינ'ס האט געהאקט קעגן דערציילן אבי מעשיות אן א מקור
צווייטנ'ס ווי קומט דא אריין התעוררות? אז איך פיל נישט קיין התעוררות אין לייגן תפלין, זאל איך נישט לייגן קיין תפלין? אויב עס אנגענומען ביי אלע אידן צו גיין צו קברי צדיקים צו פועל'ן ישועות, און מען טרעפט דאס אסאך מאל אין חז"ל און אין אלע ספרים, ווי אזוי קען מען עס אזוי גרינג אוועק מאכן?
דריטנ'ס, און דאס איז שוין אן ענטפער אויף נאך עטליכע פלעצער אינעם ביכל, ער ברענגט אסאך מאל מעשיות וואס ער האט געהערט פון דעם אדער פון יענעם, אלץ מקור צו זיינע ווערטער, יעצט וויל איך פארשטיין, אויב רבי נחמן און רבי נתן זענען נישט קיין גוטע מקורות, איז דיינע אויסגעזויגענע מעשיות וואס דו האסט געהערט פון איינעם און עס איז נישט געדרוקט אין ערגעץ, איז דאס יא א גוטע מקור? אתמהה?
און דרך אגב איבער דעם ענין איז דא אן אינטערעסאנט שטיקל אין שיחות הר"ן סימן קנ"ו.
(אפילו לשיטתו פון דעם טיפש, איז דאך שיחות הר"ן יא מער קראנט, און עס איז יא געשריבן געווארן לדורות פאר יעדן איינעם).
כשהיה באומאן שמע בביתו קול של הצועקים על הבית עלמין על קברי אבותם שדרכם לצעוק ולהתפלל שם בקול מר כנהוג, ופעם אחת שמע אשה אחת שהיתה צועקת שם על קבר אביה, אבי, אבי, בקול מר מאד, ובתו תחיה היתה עומדת אצלו אז ענה ואמר לה: האשה הזאת צועקת בכונה היטב אבי אבי, אבל אביה אינו בכאן כלל.
ואמר אז שטוב כשבאים על קברי אבות לומר להמתים השוכנים סביב סביב לקבר אביהם ואמם וכיוצא שבאים אליו לבקש מהם שיודיעו לו שבא בנם או בתם אליו כי בודאי לא כל המתים נסתלקים ממקום קבורתם למקום שנטרדים כי הרבה שרויים על קברם על כן טוב להודיעם כדי שהם יודיעו לאביהם וכו'.
ואמר אז: אבל אצל הצדיק אין צריכים לחשש על זה שמא אינו שם, כי מיתת הצדיק הוא רק כמו מי שיוצא מחדר לחדר אחר והמשיל אז לבתו על עצמו כמו שאני עתה בחדר זה ואחר כך אני יוצא מחדר זה ונכנס לחדר השני וסוגר הדלת אחרי אם אתה תבוא אצל הדלת ותצעק אבי אבי וכו' לא אשמע דבריך ?!
כדברים האלה נשמע מפיו הקדוש כמה פעמים שרמז לכל אחד ואחד כמה גדולה המעלה של מי שיזכה לבוא על קברו הקדוש והנורא כי בודאי ישמע דבריו ויעזר ויושיע לו בכל מה דאפשר.
ווי אזוי זאגט מען? ווער ס'האט שכל פרובירט עס אויס, אבער שכל קען מען נאך דערווייל נישט קויפן.
פארזעצונג בקרוב אי"ה.