ד"ר ברנפלד - האסיף - אבן עזרא
נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 12:44 am
[tag]מיימון[/tag] ייש"כ פאר מציין זיין די ארטיקל אין "האסיף" וועגען די אבן עזרא. איך וויל שרייבען א פאר הערות להראות שעיינתי בדבריו. פאר די הערות אויפן פרטים, וויל איך זאגען אז היות ער שרייבט אין די "עברית החדשה" אבער אין א צייט וואס עס איז נאך נישט געווען משוכלל, איז עס א ביסל שווער און אומבאטעמט צו ליינען זיינע ווערטער בפרט ווען ער רעדט וועגען קאפליצירטע זאכען אזוי וויא פיליסופיה.
א- לגבי מיט וואס די שמוז האט זיך אנגעפאנגען, צו די אבן עזרא איז געווען גרויס אין די אלגעמיינע וועלט פון וויסענשאפט. איך מוז מודה זיין אז עס איז גאר מעגליך אז דער רמב"ם איז טאקע געשטאנען העכער אין דעם, אבער ד"ר ברנפלד שרייבט וועגען אבן עזרא "כבר גדול שמו בין עמנו ובין יתר העמים."
ב - א גרויסע חלק פון דער ארטיקל איז צו שטיין אין אבן עזרא'ס defense קעגען שד"ל וואס האט עם באשולדיגט אז ער האט געפעלטש זיין דעות, אבער למעשה א סאך פון דער "ראיות" וואס ברנפלד ברענגט אויף די אהבת האמת פונעם אבן עזרא, קען מען גרינגערהייט אויסדרייען אויף פונקט פארקערט.
ג - עס איז געווען גאר אינטערסאנט צו וויסען אז דאס וואס מען זאגט נאך פונעם אבן עזרא, אז וואלט ער פארקויפט תכריכים וואלט מען אויפגעהערט צו שטארבען, איז טאקע אמת און נישט קיין באבע מעשה. ער ברענגט די לשון "איגע להצליח ולא אוכל, כי עותוני כוכבי שמי, לו אהיה סוחר בתכריכין, לא יגועון אישים בכל ימי..." מצד השני, דאס וואס איך האב אלעמאל געוואוסט אלץ אן אמת, אז די אבן עזרא איז געווען אן איידעם פון רבי יהודה הלוי, זאגט ברנפלד אז עס הייבט זיך נישט אן.
ד - ער רעדט א סאך וועגען די ראלע פונעם אבן עזרא אין ביקורת המקרא, און אז ער האט מייחס געווען עטליכע פסוקים צו א שפעטער צייט, אבער ער ברענגט נישט ארויס אז אין די פיוט [וואס ער אליין ברענגט] וואס דער אבן עזרא האט געשטעלט אין די הקדמה צו זיין פירוש על התורה שרייבט ער "לבאר דת בהר סיני נתונה, וכל חכמה למשה היא למנה".
ה- לגבי די סדר פון די פירוש אבן עזרא על התורה, רבי יעקב קמנצקי אין זיין אמת ליעקב [כמדומני ריש פרשת שמות] באמערקט אז עס זעהט אויס אז שמות איז געשריבען געווארען פאר בראשית. צוליב דעם דערמאנט די אבן עזרא יסודות אין שמות וואס ער וואלט שוין געדארפט מסביר זיין אין בראשית, עיי"ש.
ו- ער ברענגט דארט אין אן הערה בזה"ל "עיין בדבריו [של האבן עזרא] על "ממחרת השבת" שהוא מודה ברמז בסוף דבריו לדברי הצדוקים כאשר כבר העיר שד"ל" - עס איז כדי צו באמערקען אז אין כוזרי שטייט אויך אז אין דער פרט קען מען נאכגעבען צו די קראים אז אזוי איז פשוטו של מקרא עיי"ש.
ז- ער ברעגט די באקאנטע בריוו פונעם אב"ע צו דער רבינו תם "ומי הביא לצרפתי בבית שיר?" דארט שרייבט אבן עזרא "ולו שיר יעקב ימתק כמו מן, אני שמש - וחם השמש ונמס" - אינטרעסאנט אז ער דערמאנט דא מן. תוספות אין קידושין לז, ב ברענגט "הקשה ה"ר אברהם אבן עזרא היכי אמרינן ממחרת הפסח דהכא וכו'. ואומר ר"ת.... די ענין דארט האנדעלט זיך איבער די טייטש פון "מחרת הפסח" אין יהושע פרק ה (פסוקים יא-יב): וַיֹּאכְלוּ מֵעֲבוּר הָאָרֶץ מִמָּחֳרַת הַפֶּסַח מַצּוֹת וְקָלוּי בְּעֶצֶם הַיּוֹם הַזֶּה: וַיִּשְׁבֹּת הַמָּן מִמָּחֳרָת בְּאָכְלָם מֵעֲבוּר הָאָרֶץ וְלֹא־הָיָה עוֹד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל מָן וַיֹּאכְלוּ מִתְּבוּאַת אֶרֶץ כְּנַעַן בַּשָּׁנָה הַהִיא. אפשר ווייל זיין געשפרעך מיט רבינו תם איז געווען איבער מן, האט ער דאס אריין געווארפען.....
ח- עס איז מיר געווען א גרויסע חידוש וויאזוי ער מאכט אוועק שד"ל. אפילו מהר"ץ חיות וואס האט זיך אנגענומען פאר'ן כבוד פונעם רמב"ם קעגן שד"ל זעהט אויס אז ער האט עם גענומען גאר ערענסט. איך בין נישט קיין גרויסע בקי אין שד"ל, אבער איך האב נאך נישט געזעהן מען זאל עם סתם אוועק מאכען.
ט- איטערסאנט אז די אבן עזרא האט געקענט שרייבען א שיר וועגען פליגען...