איינע פון די גרעסטע און וויכטיגסטע שאלות פון די מענטשהייט איז פארשטייט זיך דער נושא פון גאט.
מען דינגט זיך שוין יארען יארען צו איז יא דא צו איז נישטא?, און ווען סאיז יא דא, וואס מיינט דאס פונקטליך? און וואס פארא נפקא מינא מאכט דאס פאר דער מענטש'ס לעבן און פרק מענטשהייט בכלל?.
וויבאלד דאס איז גאר סענסעטיווער נושא, פראביר איך מאכן די זאך ווי פשוט מעגליך, אן אריינגיין אין צופיל פארפלאנטערטע נקודות.
לאמיר דאס מאכען אזוי, עס זענען דא צוויי עיקר שאלות וואס מען דארף פרעגן איבער גאט. שוין אין שער הייחוד פון חובת הלבבות וועט איר טרעפן די צוויי שאלות.
איינס איז צו איז דא אזא זאך גאט?. און דער צווייטער איז וואסארא מין זאך דאס איז?.
לכאורה איז קלאר אז קודם דארף מען מחליט זיין אויב עס איז דא, און שפעטער קען מען קלערן וואס דאס איז? און צו מען קען בכלל קלערן ריכטיג, און פארשטיין וואס דאס איז.
איינער וואס רעדט וועגן די נושא פון דער 'מהות' פון גאט, איז קען מען פון דעם דרינגען פשוט אז ער האלט אז עס איז דא א גאט; ווייל אויב איז נישטא איז אויף וועמנ'ס מהות רעדט ער? איז אבער דא אמאל, ווען פון דאס אליין וואס איינער איז מסביר וועגן דער מהות פון גאט, ווערט שוין א ספק צו ער האלט אז עס איז דא א גאט בכלל אין דער "נארמאלער זין" פון דער ווארט. דאס איז בקיצור נמרץ דער ספק לגבי שפינאזע'ס גאט.
ווער עס ליינט כתבי שפינאזע, זעהט קלאר ווי ער רעדט אן אויפהער פון גאט. סיי אפילו אין זיין מאמר תאלוגי, און אוודאי אין זיין עטיקס, ווי דער גאנצער ערשטער חלק איז געווידמעט אויף די הסברה פון די נושא פון גאט, און די גאנצע ספר שפעטער איז געבויט אויף דער יסוד פון גאט, און וואס עס קומט ארויס פון דעם. נאר וואס איז די פראבלעם?
די פראבלעם איז אז לויט ווי ער איז מסביר דער מושג פון גאט, בלייבט א שטארקע ספק צו ער גלייבט בכלל אין דער גאט "פון וועם אונז רעדן" "און וועמען מיר מיינען" ווען מ'רעדט געווענליך פון גאט.
לאמיר אביסעל קלארער מאכען וואס זיין גאט איז קלאר "נישט"; און לאמיר זעהן ווי קומט דאס אן.
קודם כל דאס זאגט ער קלאר, "אז גאט איז נישט משגיח בפרטיות אויף מענטשען, און ער גיבט זיי נישט שכר ועונש אויף זיינע מעשים. שוין, אלזא דאס איז 'שוין' זיכער אוועק געגאנגען פון דער פשוט'ער אמונה וואס רוב רעליגיעזע מענטשען אויף דער וועלט האבן. דאס אז דער אייבישטער איז משגיח און גיט שכר ועונש, "וואס מען רופט א פערסענאל גאט", איז זיכער דער יסוד פון רוב רעליגיעס היינט -- וואס טענה'ן אז גאט האט א רצון און איז מעניש ומשכיר ומשגיח וכו'.
יעצט שטעלט זיך די שאלה, איז דאס אבער נישט קיין גאט בכלל? קען מען רופען איינער מיט אזא גאט אן עטאיסט? איז קלאר אז "נישט"! למעשה גלייבט ער אין א גאט! א סיבה ראשונה וואס האט באשאפען די וועלט! און ער קען אפילו זאגען אז מענטשען זענען אים [גאט] שולדיג הכרת הטוב, אדער סתם 'הכרה' אין זין געטליכקייט און גרויסקייט וכו'. יעצט, קען מען זאגען אז אזא מאמין איז א כופר לויט יידושקייט? איז אויך שווער צו זאגען. ווייל ווער עס קען די פארשידענע אידישע פילאסאפיעס, פונ'ם רמב"ם ביז אפילו דער קבלה, ווייסט אז דער גאט פון דער אמונה פשוטה וואס איז ממש א 'פערזענליכע גאט', איז גארנישט אזוי פשוט און 'וויאזוי' מען זאל 'אים' נאר פרובן אפלערנען, זענען די אלע מודה אז דאס איז נישט אזוי פשוט ווי מלערנט אין חדר.
וואס פונקטליך יא? איז נישט דא, דער פלאץ, און צייט, פונקטליך אויסרעדן די פארשידענע דרכים. עכ"פ דאס איז זיכער אבער, אז נישט גלייבען אין השגחה פרטית וכו' כפשוטו מאכט נאך קיינער נישט פאר א כופר א אטעאיסט. הגם עס איז טאקע גאנץ ווייט פון וואס מלערנט אין חדר. [אויב איז ער מיט דעם מכחיש תורה משמים איז ער יא א כופר, אבער דאס איז שוין אן עקסטערע נושא] .
דער פראבלעם פון שפינאזע'ס גאט ליגט אין דעם וואס ער גייט נאך אפאר טריט ווייטער פון דעם.
דורכאויס זיין מסביר זיין, 'אז עס איז דא א גאט', און 'וואס דאס איז', קומט ער צו, צו זאגען א געוויסע הבנה אין גאט, וואס איז גאר ווייט פון דער 'פשוטער' הבנה פון דער נושא. דער גאט פון וועם די רעליגיעס רעדן נארמאל, ווי אויך אין וועמען, די אטעאיסטן זענען כופר נארמאל. איז א גאט וואס געפונט זיך "אינדרויסען" פון דער וועלט, און פון דער מציאות וואס מיר קענען. ער איז טאקע נישט קיין גוף וכו', אבער ער איז נישט קיין חלק פון דער וועלט, און ער באשאפט, און איז איר מנהיג, "מבחוץ", זייענדיג פיהל גרעסער, און בכלל נישט אין פארגלייכונג צו דער וועלט. שפינאזע נוצט אזא שפראך ווען ער רעדט פון 'גאט און דער וועלט' -- אזאנס וואס מאכט עס אויסקומען, אז "ביידע זענען איינס".
לויט שפינאזע איז נישטא קיין צווי מציאות'ן בכלל, גאט און דער וועלט, נאר עס עקזעסטירט נאר "איין זאך בכלל", און, "דער זאך" איז גאט.
זיין שפראך איז כאמור נישט גענוג קלאר אז עס זאל זיין קלאר וואס פונקטליך ער האט געמיינט; און הגם אין איין פלאץ זאגט ער קלאר, האט ער אבער אין דער לאטינישער ווערסיע , און אין די דוטשע ווערסיע ארויסגענומען די ווארט "Deus, sive Natura", דאס איז טייטש "גאט, אדער נאטור". דהיינו אז זיי זענען איינס און דער זעלבער.
איצט זענען דא אסאך וועגן צו פארשטיין וואס ער האט געמיינט און וואס דער שיטה מיינט בכלל.
באופן כללי מיין איך אז עס זענען דא דריי וועגן פון קוקען אויף דעם: 1- איז צו זאגען אז ער האט בעצם נישט געגלייבט אין גאט בכלל, ער האט געהאלטן אזויווי אלע אטעאיסטן אז עס איז נישטא נאר טבע, און האט סך הכל דאס באהאלטען און פארדרייט, דורכן אנרופען דער טבע - "גאט"; און ממילא ווען ער שרייבט 'גאט', מיינט ער נישט אנדערש ווי 'טבע' אזויווי יעדער אנדערע סייענטיסט-אטעאיסט.
דער מהלך קען זיין אמת אויף שפינאזע דער מענטש, הגם אז לענ"ד איז עס נישט ריכטיג, וויבאלד אז אויב וואלט ער געהאלטן אזוי האט דאך זיין גאנצע עטיקס נישט קיין זין. איך האב נישט מתאר געווען דא פונקטליך זיין עטיקס, אבער אין קורצען קען מען זאגען אז לויט עם איז תכלית האדם, א זאך וואז ער רופט "אהבת אלקים שכלית", ד"ה אז א מענטש זאל מכיר זיין גאט, וואס מיינט לויט אים -- "אלעס" וואס איז דא, און האבן א מין דבקות אין דעם וכו'.
איך מיין אז אויב מיינט גאט ביי עם איינפאך "גארנישט", האט דאס נישט קיין זין בכלל, צוזאגן דאס פריערדיגע. עכ"פ דאס איז זיכער אז ווען אנדערע רופען זיך אן, אז זיי גלייבען אין שפינאזע'ס גאט, מיינען זיי דערמיט, אז זיי גלייבען אין עפעס מער ווי טריקענער טבע, ווארום זיי, האבן דאך נישט קיין סיבה וואס מקען טענה'ן, (אזוי ווי שפינאזע זעלבסט, האט געהאט) צו דארפן באהאלטען זייער כפירה. [ובזה אני מחולק קצת עם ריצרד דוקינס כלפי איינשטיין, אבער איך האף נאך צו קומען צום ווארט וועגן דעם באלד]
2- די צווייטע וועג אים אפצולערנען, איז צו פארשטיין אז ער מיינט צו זאגען וואס מיר אלע וייסען פון דער בעל שם טוב און דער שער היחוד ואמונה פון בעל התניא, אז אין עוד מלבדו מיינט, נישט נאר 'עס איז נישטא נאך א גאט', נאר אז עס איז נישטא נאך א מציאות בכלל!, קומט דאך אויס קלאר אז 'טבע' איז נאר נאך א נאמען פאר 'גאט'. און ווי מיר וויסען פון פילע ספרים אז הטבע בגי' אלקים און אלץ איז נאר גאט וכו'.
3-איז צו זאגען אז ער מיינט טאקע צו זאגען אז 'אלעס' - איז - 'גאט', אבער נישט אז גאט איז דער טבע, אזויווי דער בעש"ט זאגט, נאר פונקט פארקערט, אז דער טבע - איז גאט. און דאס איז שוין גאר נאנט צו דער ערשטער מהלך אז ער איז בעצם אן עטאיסט. נאר נישט א פשוטער עטאיסט, אלא א נייער שיטה וואס מען רופט
פנאתאיזם וואס דאס הייסט אז דער טבע איז דער גאט. פארקערט פון וואס דער בעש"ט זאגט אז אפילו טבע איז "גאט", זאגט ער גאר אז אפילו גאט איז "טבע".
איז דא באמת א חילוק צווישען 2 און 3? איז דאס נישט צוויי זייטען פון דער זעלבער זאך, אויב טבע איז גאט איז דאך גאט טבע, ניין? ניין. סזענען דא פילע חילוקים וואס איז מיר שווער מסביר זיין אזוי אויף א רגע.
וויבאלד עס ווערט שפעט קען איך נישט אנקומען צו אלעס וועל איך נאר ענדיגען דא מיט א הערה כלפי שפינאזע אליינס. און ווייטער וועל איך געבן פארן עולם א רווח להתבונן און בל"נ מארגען וועל איך ווייטער שרייבען וואס עס בלייבט נאך צו שרייבען איבער די היסטאריע פון שפינאזעס גאט בכלל און ביי אונז.
דאס איז קלאר אז שפינאזע גלייבט נישט אין נסים. דאס הייסט אז למעשה איז זיין שיטה פארקערט פון דער בעש"ט. בשעת וואס דער בעש"ט טענה'ט אז אלץ איז גאט, און ממילא נס און טבע זענען בכלל נישט צוויי באזונדערע זאכען, ווייל דער טבע איז גאט פונקט ווי דער נס איז גאט; זאגט למעשה שפינאזע פארקערט, אז עס זענען נישטא קיין נסים, און סדארף נישט זיין קיין נסים, ווייל גאט איז מגולה אינם טבע, פונקט ווי אינעם נס.
ממילא בפועל איז זיכער דא א חילוק וואס איז פשוט. נעמליך, שפינאזע גלייבט נישט אין נסים והשגחה, און דער בעש"ט יא. בלייבט אבער איבער חוקר צו זיין, אויב 'בעומק' איז דא א חילוק אין די מחשבה, דהיינו אז מ'קען זאגן אז לויטן בעש"ט בלייבט גאט אינדרויסען פון טבע, נאר ער איז אויך אין טבע, אבער ווען ער וויל קען ער משנה זיין דער טבע. דער שיטה ווערט אנגערופען
פנאנתאיזם, דהיינו אלץ איז גאט! אבער גאט איז נישט נאר אלץ.
אדער איז דאס נישט מער ווי א פרטותדיגע וויכוח, צו סאיז דא אמאל זאכען וואס גייען ארויס פון כללי הטבע אבער למעשה איז נישטא קיין חילוק ביסוד.