בלאט 2 פון 3
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 3:17 pm
דורך גדעון
וד"ל...
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 3:30 pm
דורך הירשל ציג
אגב
לדעתי איז דער אייגל וואס איר ווייזט ביים פראפיל נישט צניעות'דיג...
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 5:06 pm
דורך קול גדול
ס'איז אמעריקע ווי ס'איז דא אזא מושג פרייהייט פון אויסדרוק, זיי האבן א רעכט צו הענגן וואס זיי ווילן פונקט ווי די רעליגעיזע האבן א רעכט צו הענגן וואס זיי ווילן.
און וועם ס'געפעלט נישט קען זיך צומאכן די אויגן, אדער גיין וואוינען אין א רעליגעיזע דיקטאטורישע לאנד ווי סאדיע אראביע צום ביישפיל וואס דארט זענען אזעלכע שילדן נישט ערלויבט.
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 5:43 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
קול גדול האט געשריבן:ס'איז אמעריקע ווי ס'איז דא אזא מושג פרייהייט פון אויסדרוק, זיי האבן א רעכט צו הענגן וואס זיי ווילן פונקט ווי די רעליגעיזע האבן א רעכט צו הענגן וואס זיי ווילן.
און וועם ס'געפעלט נישט קען זיך צומאכן די אויגן, אדער גיין וואוינען אין א רעליגעיזע דיקטאטורישע לאנד ווי סאדיע אראביע צום ביישפיל וואס דארט זענען אזעלכע שילדן נישט ערלויבט.
נכון. דאס זעלבע זאל געזאגט ווערן אויף אלע תחומים פון לעבן.
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:28 pm
דורך קרעמער1
איך האב עס נעכטן באמערקט ביים דורכפארן, און עס האט מיר א ציפ געטאן ביים הארץ זעענדיג דעם שם הוי"ה אין אזא גרויסן בזיון
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 1:09 pm
דורך פינטאו
כ'האב עס געזען און מיין הארץ געבלוטיגט.
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2012 11:13 pm
דורך פארווע
ר' הירשל, זייער א שיינע פשעטיל, אבער כ'האב א פירכא. וויאזוי וואלט געווען ווען דער כופר קלייבט ווען אויס צו הענגן דעם שילד אויף א בנין אין קרוינהייטס, וואלטן זיך געיאוועט עסקנים עס אפצושלאגן אדער נישט?
ביטע ענטפער מיר יא אדער ניין. יישר כח.
(לעצם הענין, כ'האב עס געזען אויפן BQE און ס'האט מיר געציפט. כ'האב עס נאכדעם געזען אויף הירשל ציג'ס בלאג און ס'האט מיר געשטאכן! לא די וואס די סיין שטעכט אונז אויס די אויגן אויפן הייוועי דארף עס נאך פיגורירן אין א אידישע בלאג? ווילסט רעדן דערפון? מהיכי תיתי, אבער ווי קאלט דארף מען זיין צו לייגן א בילד דערפון? איי דאנט געט איט.
איר שרייבט איר זענט נישט זיכער צו איר מעגט עס לייגן, טאמער נישט וועט איר עס אראפנעמען. הייסט אז איר זענט מסופק אז ס'קען זיין א פראבלעם, און עכ"ז לייגט איר עס. איר זאלט מיר אנטשולדיגן 100 מאל אבער ס'ארא מהלך איז דאס? שבת וואלט איר אויך געטוהן א מלאכה מספק ביז איר הערט נישט קלאר א הוראה?)
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 12:43 am
דורך קול גדול
פינטאו האט געשריבן:כ'האב עס געזען און מיין הארץ געבלוטיגט.
נעם עס נישט אזוי צום הארצן, גאט קען זיך אליין אנעמען פאר זיין כבוד אויב שטערט עס אים, ער איז דאך א כל יכול און דארף נישט קיינעמ'ס הילף.
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 5:12 pm
דורך [NAMELESS]
א רעפארטער פרעגט איינוואוינער פון ווילי וואס זיי זאגן צו די כופרישע סיין.
דער פירער פון די כופרים זאגט אז ער האט באקומען צוועלעף אימעיל'ס פון באהאלטענע כופרים חסידים ר"ל וואס שטיצען אים!
http://www.youtube.com/watch?v=C4VAXU-Witk
Re: כופרים גייען הענגען שילד איבער ג-ט אין וויליאמסבורג
נשלח: מוצ"ש אפריל 14, 2012 11:51 pm
דורך קול גדול
ראשעקאל האט געשריבן:א רעפארטער פרעגט איינוואוינער פון ווילי וואס זיי זאגן צו די כופרישע סיין.
דער פירער פון די כופרים זאגט אז ער האט באקומען צוועלעף אימעיל'ס פון באהאלטענע כופרים חסידים ר"ל וואס שטיצען אים!
http://www.youtube.com/watch?v=C4VAXU-Witk
געוואלד! השם ירחם אז עס דרייען זיך ארום אזעלכע עלעמענטן צווישן אונז, ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען מקיים געווען דעם פסוק ובערת הרע מקרבך.
ליפא בעט: האלטן צו די אמונה
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 6:07 pm
דורך נס קאווע
נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:38 pm
דורך נולד מאוחר
שוין ווייטער קומען זיך רייצען ביי די אידשע געגענטער.
דערנאך וועלן זיי פארפירן אויב מרייסט עס אראפ.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:32 am
דורך הדד בן בדד
און ווואס איז מיט די מיליאנען וועלכע לעבן מיזרעבלי אן רעליגיע?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:37 am
דורך [NAMELESS]
אויך מיר העפי, זי גייט אויסגעשניטן ביז רבי חנינא'ס מוטער, אויך מיר העפי...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 12:39 am
דורך נולד מאוחר
נאך מער אז די קוקסט זייער וועב סייט זעסטו ווי זיי סטראגלען און פראבירען זיך מחזק מיט אלע פראבלעם וואס נאן בעליווערס האבן. קאמיניטי, מאראלס, מינינג אין לעבן און אין שטארבן וכו'.
קופערניקס לץט
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 1:18 am
דורך MickyMouse
הדד בן בדד האט געשריבן:און ווואס איז מיט די מיליאנען וועלכע לעבן מיזרעבלי אן רעליגיע?
און ווואס איז מיט די מיליאנען וועלכע לעבן מיזרעבלי מיט רעליגיע?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 3:23 am
דורך געפילטע פיש
לעצטענס האבן זיי געהאנגען איבער בארא פארק א שילד וואס שטייט דארט אין גרויסע רויטע ווערטער Isaiah 53. זיי ווייסן אבער נישט אז רוב איינוואוינער ווייסן ניטאמאל אז Isaiah מיינט ספר ישעיהו, און אז 53 זאל מיינען פרק נ"ג... דער עולם זעט די סיינס, און אזויווי רוב עדווערטייזמענטס האט מען נישט קיין אהנונג וואס דאס דארף צו מיינען, און זיי פרייען זיך אז קיינער רייסט עס נישט אראפ.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 6:43 am
דורך הדד בן בדד
MickyMouse האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:און ווואס איז מיט די מיליאנען וועלכע לעבן מיזרעבלי אן רעליגיע?
און ווואס איז מיט די מיליאנען וועלכע לעבן מיזרעבלי מיט רעליגיע?
און וואס איז מיט די מיליאנען וועלכע לעבן העפי מיט רעליגיע
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:33 am
דורך יואליש
Isaiah 53 must be the upgrade to Deli 52.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:35 am
דורך סאשי פיש
געפילטע פיש האט געשריבן:לעצטענס האבן זיי געהאנגען איבער בארא פארק א שילד וואס שטייט דארט אין גרויסע רויטע ווערטער Isaiah 53. זיי ווייסן אבער נישט אז רוב איינוואוינער ווייסן ניטאמאל אז Isaiah מיינט ספר ישעיהו, און אז 53 זאל מיינען פרק נ"ג... דער עולם זעט די סיינס, און אזויווי רוב עדווערטייזמענטס האט מען נישט קיין אהנונג וואס דאס דארף צו מיינען, און זיי פרייען זיך אז קיינער רייסט עס נישט אראפ.
[tag]געפילטע פיש[/tag]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:47 am
דורך הערשי
געפילטע פיש האט געשריבן:לעצטענס האבן זיי געהאנגען איבער בארא פארק א שילד וואס שטייט דארט אין גרויסע רויטע ווערטער Isaiah 53 פ.
ווער איז דאס "זיי"? מסתמא נישט די וועלכע רעדן אויף על ה' ועל משיחו, נאר די וועלכע רעדן איבער ה' ומשיחו.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:15 am
דורך געפילטע פיש
ומשיחו?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 11:33 am
דורך שווארץ אויף ווייס
במילה א ריליגיע לאזט זיך קאסטען געלט פארשטיי איך , אבער וואס האט א עטיעסט דערפין ?