בלאט 2 פון 7

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:42 am
דורך sunbar
זר"ל, ווען איז דיין בר מצוה?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:49 am
דורך זר זהב
אי"ה תשנ"ד אין קליימער טעררעס (כמעט זיכער)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:50 am
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:אי"ה תשנ"ד אין קליימער טעררעס (כמעט זיכער)


וועלכע רבנים קומען?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:55 am
דורך זר זהב
דעעשער רב, רז"ל ט"ב מגי"ש ישיבת צעירים, ר' אברהם מיללער דיין סערעט יארמע.
----------------
ברעיקינג אלטע נייעס! בערנארד קעריק וועלכער איז געשטעלט געווארן דורך בוש פאר סעקרעטערי אוו האמלענד סעקיוריטי, האט אומערווארטערט זיך ארויסגעצויגן און רעזיגנירט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:07 am
דורך שמעקעדיג
מען שמועסט אז דער קאמוניסטישער וואנט / אייזערנער פארהאנג אין בערלין פאלט בקרוב.
האפענטליך וועט גארבאטשאוו קאאפערירן.
זאל ה' העלפן די אידן דארטן זאלן שוין זוכה זיין ארויסצוגיין מעבדות לחרות.

מען האפט אז מען וועט גרינגער קענען צוקומען צו קברי צדיקים אין יענעם האריזאנט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:33 am
דורך לאדיך אפ
פרעזידענט קענעדי שווער פארוואונדעט נאכן געשאסן ווערן. ווער ווייסט צו ער וועט דורכלעבן?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:49 am
דורך שמואל הלוי
אין בארא פארק איז פארשוואונדן געווארן א קינד מיטן נאמען לייבי קלעצקי. דאס קינד האט געדארפט טרעפן זיין מאמע ביים ווינקל פון 13 און 49, אהיימקומענדיג צום ערשטן מאל אליין פון ביאנע דעי קעמפ, אבער דאס קינד איז נישט אנגעקומען. שומרים נעמט אונטער א מעכטיגע זוך אקציע.

אידן זאגטס תהלים פאר יהודה בן אסתר אז ער זאל ווי שנעלער אפגעפינען ווערן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:11 am
דורך קליגער איד
געכאפט סאדאם כאסען מער פרטים וועט נאכפאלגען

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:14 am
דורך זר זהב
קליגער איד האט געשריבן:געכאפט סאדאם כאסען מער פרטים וועט נאכפאלגען

דאס האב איך שוין פריער געמאלדן! פארוואס קייסטע איבער אלטע נייעס?...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:56 am
דורך ווייס ווי שניי
איך האב געהערט היינט צופרי און מקוה אז עס גייט זיך עפענען א נייע אויסגאבע מיטן נאמען די צייטשריפט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:03 pm
דורך שעפטל
ס'דרייט זיך ארום א שמועה אז מאבימלך נתעברה שרה

עפעס האב איך געטראפן דעקונג דא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:12 pm
דורך היסטאריקער
א נייע פורם האט זיך געפענט פאר היימישע שמועסן און אנאליזן אונטערן נאמען ״קאווע שטיבל״

פאר א לינק ווענדט זיך אין אישי

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:40 pm
דורך מיקוה נייעס
עס האט זיך געפענט א נייע ת"ת און ק"י מיטן נאמען ויאל משה

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:41 pm
דורך זר זהב
ילד שעשועים ברענט, וואס גייט דארט פאר?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:44 pm
דורך מיקוה נייעס
מען שמועסט אז יענע חברה האבן דאס אינטערגעצינדן

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:37 pm
דורך היסטאריקער
די אפיס פון ר׳ אהרן ט״ב ר״י פין סאטמארע ישיבה אין קר״י ברענט

איינער ווייסט ווער, פארוואס?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:39 pm
דורך שעפטל
קוקט אויס מ'דארף שוין עפענען אזא אשכול אין צימעס...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:39 pm
דורך זר זהב
מ'דארף באלד מאכן אן אלטע נייעס אשכול אין צימעס

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:39 pm
דורך זר זהב
בינגא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:34 pm
דורך מ גפני
רוסלאנד גרייט זיך ארויף צו שיקן דעם ערשטן ראקעט צו די הויכע ספערן, איינער האט א לינק?....

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:10 pm
דורך יידל
מ'שמועסט אז הבל בן אדם איז נעכטן ערמארדערט געווארן. עס איז דערווייל אומבאקאנט אונטער וועלכע אומשטענדן די מארד איז פארגעקומען, אבער טייל גאסיפ סייטס טענה'ן אז זיין ברודער קין איז פון די פארדעכטיגטע.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:12 pm
דורך sunbar
יידל האט געשריבן:מ'שמועסט אז הבל בן אדם איז נעכטן ערמארדערט געווארן. עס איז דערווייל אומבאקאנט אונטער וועלכע אומשטענדן די מארד איז פארגעקומען, אבער טייל גאסיפ סייטס טענה'ן אז זיין ברודער קין איז פון די פארדעכטיגטע.


מען קען מיינען אז עס לעבן הונדערטע מענטשן....

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:15 pm
דורך זר זהב
אדם האט גערופן 911 קיינער האט נישט אויפגעהויבן