בלאט 2 פון 19
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 8:47 pm
דורך געפילטע פיש
אשפוך חמתי על עצים ואבנים, אזעלכע קלעצער צו זיין?
מאראנצן האקט, לאל, און וואס איז מיט "הנהלת רוחני"?
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 8:50 pm
דורך קאווע טרינקער
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איך גלייך דעם לעטטער העד "מרכז מוסדות פאפא".
קאמענטארן זענען וועלקאמד!
לויט מיין אינפארמאציע האט
הקוה"ט נישט מייסד געווען קיין
מרכז...
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 8:53 pm
דורך יידל
מיר געפעלט דער "נ.ב."... וואס איז פשט? האט דער שרייבער פונעם צעטל געהאלטן אז פונעם בריוו זעלבסט וועט זיך די טאטע נאך טועה זיין אין יא שיקן זיין קינד אין חדר די קומענדיגע טאג? האט ער געטראכט אז אלץ נ.ב. איז עס ווייניגער שארף? אדער אפשר גאר אזוי האט ער געהאלטן איז עס מער שארף?
נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 9:47 pm
דורך טאמבל סאס
יידל, ס'גייט אזוי.
אויב וועט די טאטע טראכטן, ווייסטו וואס, לאמיך שיקן, און זאלן זיי אים ארויסשיקן.
וויל ער זאגן: יא! אונז וועלן אים ארויסשיקן, און דעריבער וואג זיך אפ' נישט צושיקן. כדי זיך איינצושפארן אומזינסטע עגמת נפש פאר דיר און פאר אונז.
און יא! דאס איז פארשטענדליך מער רשעות.
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 1:08 am
דורך גנדי
אויב איר וואלט געווען די טאטע וואס האט בקומען אזא בריוו מיט אייער 3 יעריג אינגל קומענדיג אהיים פון חדר - וואס וואלט איר געטוהן?
וואס זענט איר מייעץ פאר די יונגעלייט וואס האבן באקומען די בריוו?
ביטע העלפט ארויס...
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 1:13 am
דורך newkave
יאנקל האט געשריבן:אויב דער צעטל איז אמת, בין איך בעיקר שאקירט פון די ווערטער "אייער קינד נ"י קען מער נישט האבן קיין דריסת הרגל אין אונזערע מוסדות." אפילו אויב מ'זאל קענען בארעכטיגן די רשעות און טעראר פון די מוסדות, איז צו שטוינען ווי מ'קען רעדן פון אן אומשולדיג קינד מיט אזא גראבקייט און פרעכקייט אן די מינדעסטע מיטגעפיל און סימפאטיע, אזש נוצן אויפ'ן קינד א לשון וואס מ'נוצט אויף מוסרים וכדומה. אזא צעטל וואלט געדארפט ווייזן א טראפ סימפאטיע מיט'ן קינד, נוצן א ווייכן לשון ווען מען רעדט פונעם קינד, און בלויז אויסגיסן דעם כעס אויפ'ן טאטן.
דאס ווייזט נאכאמאל וויאזוי די מערכה ווערט געפירט דורך קאלטבלוטיגע עמי-הארץ, אומגעצייטיגטע ליידיגע קעפ, מענטשן אן קיין שום ערנסטקייט, און וואס טראכטן נישט קיין איין רגע באמת אריין וואס די טובה פון אידישקייט פארלאנגט.
יאנקל, דיין תגובה וואלט געדארפט באקומען די מערסטע לייקס...
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 1:17 am
דורך אביגדור
.
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 12:57 pm
דורך גנדי
קען איינע פון די שרייבערס ביטע צוגרייטן א בריוו וואס די עלטערן זאלן קענען נוצן צוריק צושיקן פאר די מוסדות?
עס וואלט געווען א געדאנק אז נאך יעדע פאסירונג וואס איז אומבארעכטיג זאל מען ארויף לייגן א בריוו וואס מען קען נוצען, און ווי מען קען עס שיקען (עיין ערך מארטין גראסמאן)
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 1:16 pm
דורך diff
Ghandi. What do they want you to write by the vouchers
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 2:12 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר זאל מען מברר זיין להלכה א היתר צו שיקן אזעלכע 'מוסדות צעטלעך' צו די באהערדע וואס טיילט פראגראמען לרחצה.
כ'מיין אז מען וועט דאס נישט פאסירן נאכאמאל.
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 2:38 pm
דורך שלשלת
קודם דארף מען מברר צו די צעטל איז א אמתע (ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט קוקט די לעדערהעד אויס עפעס אינטרעסאנט)
2- וואס איז געווען די מעשה. אפשר האט מען געשיקט נאר פאר יחידים וואס האבן געמאכט פורים פון די מוסדות. סוכ"ס האט א מוסד א שטיקעלע רעכט צו פארלאנגן אז מען זאל זיי נישט שפייען אין פנים.
מיר וואלט געווען א גרעסערע חידוש ווען זיי שרייבן אז די קינד קען נישט קומען וועגן די טאטע האט אינטערנעט.
בנוגע וואס יאנקל שרייבט וועגן סימפאטיע און מיטגעפיל צום קינד. דאס איז שייך ווען מרעדט צום קינד. אבער ווען משיקט א פרייוועט בריוו צו א טאטע וועגן זיינע אייגענע מעשים, ווי קומט אריין סימפאטיע צום קינד
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 2:54 pm
דורך דעת תורה
יאנקל - במחילת כבודו הרמה - איז אבסעסד מיט יעדע זאך וואס האט צוטון מיט דאס געשריבענע ווארט. ער לערנט אריין גאנצע פשטים אין א נארישן צעטל, זאכן וואס דער נידריג ראנגיגער קוים באצאלטער סעקרעטאר האט ניטאמאל גע'חלום'ט דערפון. און דער נוסח איז שוין א ראיה אז דער גאנצער אינטערנעט מערכה אלל אווער טויג נישט.
לגופו של ענין, ווען די ישיבה פלעגט שיקן שיין פראפעסיאנאלע לא נתקבל צעטלעך, פארענדיגגנדיג מיט "אונז זעמיר זיכער אין א אנדערע ישיבה וועט זיין מער א תועלת פאר אים", האט עס גארנישט ווייניגער געבאדערט. אפשר אפילו מער - עס האט נאך צוגעגאסן זאלץ צו די וואונדן כאילו זיי מיינען פשוט דעם תלמיד'ס טובה און תועלת.
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 5:48 pm
דורך גנדי
שלשלת האט געשריבן:קודם דארף מען מברר צו די צעטל איז א אמתע (ווי אנדערע האבן שוין אנגעמערקט קוקט די לעדערהעד אויס עפעס אינטרעסאנט)
2- וואס איז געווען די מעשה. אפשר האט מען געשיקט נאר פאר יחידים וואס האבן געמאכט פורים פון די מוסדות. סוכ"ס האט א מוסד א שטיקעלע רעכט צו פארלאנגן אז מען זאל זיי נישט שפייען אין פנים.
מיר וואלט געווען א גרעסערע חידוש ווען זיי שרייבן אז די קינד קען נישט קומען וועגן די טאטע האט אינטערנעט.
בנוגע וואס יאנקל שרייבט וועגן סימפאטיע און מיטגעפיל צום קינד. דאס איז שייך ווען מרעדט צום קינד. אבער ווען משיקט א פרייוועט בריוו צו א טאטע וועגן זיינע אייגענע מעשים, ווי קומט אריין סימפאטיע צום קינד
איוב לא היה ולא נברא - דאס לייגט צו צי די ווייטאג (עיין ערך מאלעסטעישן)
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 5:50 pm
דורך גנדי
דעת תורה האט געשריבן:יאנקל - במחילת כבודו הרמה - איז אבסעסד מיט יעדע זאך וואס האט צוטון מיט דאס געשריבענע ווארט. ער לערנט אריין גאנצע פשטים אין א נארישן צעטל, זאכן וואס דער נידריג ראנגיגער קוים באצאלטער סעקרעטאר האט ניטאמאל גע'חלום'ט דערפון. און דער נוסח איז שוין א ראיה אז דער גאנצער אינטערנעט מערכה אלל אווער טויג נישט.
לגופו של ענין, ווען די ישיבה פלעגט שיקן שיין פראפעסיאנאלע לא נתקבל צעטלעך, פארענדיגגנדיג מיט "אונז זעמיר זיכער אין א אנדערע ישיבה וועט זיין מער א תועלת פאר אים", האט עס גארנישט ווייניגער געבאדערט. אפשר אפילו מער - עס האט נאך צוגעגאסן זאלץ צו די וואונדן כאילו זיי מיינען פשוט דעם תלמיד'ס טובה און תועלת.
די לעטער העד איז אנדערש מן הסתם ווייל די היציגע עסקני האינטערנעט האבן אליינס געמאכט די צעטל, כאילו זיי זענען בעל הבית איבער אלעס, גאנץ "
מרכז מוסדות"...
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 6:04 pm
דורך [NAMELESS]
די פאפא בריוו איז אמת. איך ווייס פון צוויי מענשן וואס האבן עס באקימען.
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 6:12 pm
דורך גנדי
איך האב שוין לאנג צוריק געהערט אז פאפא שיקט אימעלס מיט די פראגע בויגנס פאר די עלטערן.
קען איינער דאס באשטעטיגען אויב עס איז אמת?
אויב עס איז אמת איז דאס היפאקראטיא?
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 7:00 pm
דורך יידל
שלשלת, דער אינגערמאן וואס האט מיר געשיקט דעם צעטל איז אן ערנסטער אינגערמאן, און ער איז בכלל נישט דער סארט וואס וועט פעלשן אזא צעטל. פון א באגלייבטן כלי שני האב איך געהערט פון נאך א איד וואס האט באקומען דעם צעטל. די צעטל איז ווייזט אויס נאר געשיקט געווארן פאר עלטערן וואס האבן קינדער אין פאפא חדר אין בארא פארק, און קיין איין אנדערע פאפא מוסדות האט דערווייל נישט אהיימגעשיקט דעם צעטל.
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 7:20 pm
דורך יאיר
איז נאך באמת דא איינער וואס האט מורא צו אונטערשרייבן ליגנט? כ'מיין, וואס טוט ער ווען די פוד סטעמפס אפיס פארלאנגט א צעטל אז ער פארדינט הונדערט זיבן און צוואנציג דאלער א חודש?
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 8:59 pm
דורך יידל
יאיר, אט איז דער פראגע בויגן, כמעט אזוי לאנג ווי א פוד סטעמפס פראגע בויגן...
(באקומען פון אחד מחברינו דא אין שטיבל, נישט דער זעלבער וואס האט מיר געשיקט דעם דריסת הרגל צעטל)
questionnaire1.jpg
questionnaire2.jpg
questionnaire3.jpg
questionnaire4.jpg
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 9:04 pm
דורך יידל
אט איז א בריוו וואס מ'האט דאן מיטגעשיקט מיט די פראגע בויגן (פונעם זעלבן חבר הרוב"ש)
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 9:58 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'פארשטיי נישט וויאזוי זיי קענען ערווארטען פון א פאפא אינגערמאן אויסצופילן אזא גרויסע אפליקאציע
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 10:53 pm
דורך איחוד פעלד
איז עס אן עוולה צו שרייבען הוילע ליגענט אויף דער אפליקאציע?
איז עס אסור אלץ שקר? לא תונו?
איז עס עטיקלי אויסגעהאלטען?
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 11:21 pm
דורך נולד מאוחר
איחוד פעלד האט געשריבן:איז עס אן עוולה צו שרייבען הוילע ליגענט אויף דער אפליקאציע?
איז עס אסור אלץ שקר? לא תונו?
איז עס עטיקלי אויסגעהאלטען?
kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=26&t=1950