בלאט 2 פון 3

עמלק כולל געעפענט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 4:56 pm
דורך זר זהב
אין 'דער איד' לויפט אזא מודעה:

Amalyk Koilel.jpg
Amalyk Koilel.jpg (5.25 KiB) געזען געווארן 3058 מאל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:04 pm
דורך יאיר
:like וואס שטייט דארט אין די קליינע אותיות?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:04 pm
דורך זר זהב
איך ווייס נישט פארוואס ס'אויסגעקומען אזוי קליין, ווער סקען זאל עס גרעסער מאכן

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:21 pm
דורך זר זהב
amalyk koilel3.jpg
amalyk koilel3.jpg (165.22 KiB) געזען געווארן 2638 מאל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:23 pm
דורך יאיר
:like :like :like :like
שוין עבאוט טיים צו מאכן אויך א תפילין כולל, וואו מען טוט אן תפילין אנשטאט דיר פאר אכצן דאלער. מ'קען מאכן אן עקסטערע רש"י כולל און אן עקסטערע רבינו תם כולל.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:29 pm
דורך משה געציל
יאיר האט געשריבן::like :like :like :like
שוין עבאוט טיים צו מאכן אויך א תפילין כולל, וואו מען טוט אן תפילין אנשטאט דיר פאר אכצן דאלער. מ'קען מאכן אן עקסטערע רש"י כולל און אן עקסטערע רבינו תם כולל.

וואס עפעס נאר תפילין? מען דארף מאכן א ״תרי״ג כולל״ ווי פאר מינאמאלע אפצאל וועלען די מנין אינגעלייט קניפען ציצית, בינדען קוישלעך, קלאפן הושענות, גראגערן ביי המן, טאנצען הקפות, ווארפען אייער ביי די מחאות אדירות, טרינקען ד׳ כוסות, שמעקן טאביק ביי נשמת, גרעבצן אויף א גלעזעל סעלצער נאכן טשאלענט, וכו׳ וכו׳...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:30 pm
דורך יאיר
און וואס וועט צימערמאן טון?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:32 pm
דורך משה געציל
יאיר האט געשריבן:און וואס וועט צימערמאן טון?

צימערמאן זאל גיין ווי בענדזשימאן שיקט הערשל קלאר.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:46 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב א סטאר אויף לי עוועניא און אפאר משוגעים האבען געוואלט מאכן א "מאסען דעמאנעסטראציע" האב איך צוגעזאגט חי דאלער פאר די מחיית עמלק כולל און די אלע חברה האבן פארגעסען פון מיין סטאר

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 5:54 pm
דורך שמעקעדיג
משה געציל האט געשריבן:וואס עפעס נאר תפילין? מען דארף מאכן א ״תרי״ג כולל״ ווי פאר מינאמאלע אפצאל וועלען די מנין אינגעלייט קניפען ציצית, בינדען קוישלעך, קלאפן הושענות, גראגערן ביי המן, טאנצען הקפות, ווארפען אייער ביי די מחאות אדירות, טרינקען ד׳ כוסות, שמעקן טאביק ביי נשמת, גרעבצן אויף א גלעזעל סעלצער נאכן טשאלענט, וכו׳ וכו׳...


http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 37#p558137
נישט שלעכט...

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:21 pm
דורך קאווע טרינקער
איך האב אריינגעשיקט מיין פאעזיע שטיקל צו לעמאן דזואס, גלייך דערנאך האב איך אריינגעשיקט א טשעק צו תהילים כולל.
ליידער בין איך נישט געווען קיין געווינער, אבער כ'האב מקבל געווען דעם גזר דין מן השמים.

ממש יעצט באקום איך אן הודעה פון די הויפט גבאי פון אלע דריי תהילים צענטערען, אז מיין טשעק האט געקראכט.
אלץ איז באשערט.
א גוט שבת

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:39 am
דורך ענדע צדיק
משה געציל האט געשריבן:גרעבצן אויף א גלעזעל סעלצער נאכן טשאלענט, וכו׳ וכו׳...

ביז אהער קען אים נאך מותר זיין יענער זאל טון פאר מיר, אבער אויף דעם געב איך נישט אויף... מצוה בו יותר מבשלוחו...

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:34 pm
דורך ודי למבין
דאס איז שוין מצוות שבגופו עס העלפט נישט קיין שליח

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:11 pm
דורך קאווע טרינקער
איך האב אויך זיך מקבל געווען צו מסיים זיין ספר תהילים 3 מאל א טאג, פאר 40 טעג.
היות דאס איז שווער צו מקיים זיין, האב איך זיך פארבינדען מיט די הויפט מנהל פון תהילים כולל. זיין תשובה איז געווען:
פאר א גוטע פרייז קען מיר דיך אויסלייזען פון דעם פראבלעם, צולייגענדיג, אז היות א מנין ת"ח (ר"ת: תהילים חוזרים) זאגן אויס (הויעך) ספר תהילים אין דריי אנדערע לאקאציעס, ע"כ, אע"פ ס'ווערט געזאגט אין די זעלבע צייט, ווערט דאס אבער פאררעכנט ווי 3 אנדערע מאל, ע"כ בין איך אוודאי יא יוצא מיין נדר מיט דעם.
וכך הוה.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:49 pm
דורך משה געציל
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך האב אויך זיך מקבל געווען צו מסיים זיין ספר תהילים 3 מאל א טאג, פאר 40 טעג.
היות דאס איז שווער צו מקיים זיין, האב איך זיך פארבינדען מיט די הויפט מנהל פון תהילים כולל. זיין תשובה איז געווען:
פאר א גוטע פרייז קען מיר דיך אויסלייזען פון דעם פראבלעם, צולייגענדיג, אז היות א מנין ת"ח (ר"ת: תהילים חוזרים) זאגן אויס (הויעך) ספר תהילים אין דריי אנדערע לאקאציעס, ע"כ, אע"פ ס'ווערט געזאגט אין די זעלבע צייט, ווערט דאס אבער פאררעכנט ווי 3 אנדערע מאל, ע"כ בין איך אוודאי יא יוצא מיין נדר מיט דעם.
וכך הוה.

וכך הוה אז וואס, זיי האבן אנגענומען דיין אויסלייז-געלט?! פשיהא! א חידוש עצום. כך הוה, אז דו האסט יוצא געווען דיין נדר?! מן יימר? האסט געשפירט דעם זעלבן פילינג וואס דו שפירסט נאך א טבילת עזרא?!

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 pm
דורך קאווע טרינקער
ניין,,,,,,,,,,, די "וכך הוה" איז נאך אלץ די ווערטער פון די ראש הכולל......

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 10:22 am
דורך קאווע טרינקער
אין לוח הציבור פון היינט (ערב שבת נחמו) שרייבט דער תהילים כולל א מופת וואס האט זיך אפגעשפילט דעם פארגאנגענע פסח!
חברה, זיי דארפן אייער הילף,זיי לויפן אויס פון מופתים אזש זיי מוזן אפירקראצען אלטע סחורה.

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 10:30 am
דורך [NAMELESS]
מיין איידעם איז געווארן א חסיד פון יואלי ראהט און ער האט אגאנצען טאג אנגעפאנגען זאגן תהילים און משניות און נישט געברענגט פרנסה. כ'האב צוגעזאט געלט פאר די עלצטע סגולה פון כלל ישראל (תהילים כולל פאר ווער עס ווייסט נישט) און די ישועה איז גלייך געקימען!!! מיין איידעם האט באקימען א זשאב ביי תהילים כולל ער איז געווארן א תיהילים זאגער פון די מנינים וואס זאגן תהילים ברציפות ובלי הפסק וכו', און ער האט אנגעפאנגען מאכן שיין פרנסה מיט באקימען באצאלט פון תהילים כולל 800$ א חודש!!

האט מען נאכאמאל באשריינפערליך געזעהן די גרויסע כח פון תהילים כולל

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 11:15 am
דורך קאווע טרינקער
בד"וו, כ'וויל פארשטיין, אויב 3 לאקאלען האבן געמאכט אותות ומופתים, פארוואס פעלט אויס נאך 2 נייע?

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 11:24 am
דורך משה געציל
ס'איז דאך א בפירוש'ע פסוק; "למען רבות אותותי אלה בקרבו"...

נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 2:10 am
דורך 10952
:like :like :like :like

מיר איז אינטערעסאנט אז דער מענטש האט נאך די געלט אריינצולייגען די רעקלאמעס פאר די תהילים כולל... איך וואונדער זיך אלעמאל אויב די געבעקסט ברענגט אים אפאר פאנאטישע משוגעים. איז דער עולם טאקע שוין משוגע?

נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 7:28 am
דורך איך אויך
פון 'חזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם' האסטו שוין אמאל געהערט?

נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 7:44 am
דורך קינות גירושין
10952 האט געשריבן::like :like :like :like

מיר איז אינטערעסאנט אז דער מענטש האט נאך די געלט אריינצולייגען די רעקלאמעס פאר די תהילים כולל... איך וואונדער זיך אלעמאל אויב די געבעקסט ברענגט אים אפאר פאנאטישע משוגעים. איז דער עולם טאקע שוין משוגע?

יא כהאב שוין גהערט פון מענטשען וואס געבן דארט גלט, נעבעך, סאיז ליידער דא אידען וואס האלטען באמת אז גאט הערט זיך נישט צו צו זייערער געבעטן