בלאט 2 פון 7

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:42 am
דורך קאווע טרינקער
א תקנה בשעתו, ווערט איבערגעקוקט לדורות.
אמאל האט מען געמיינט אז מוזיק אין שוהל וועט פארהרגענען דורות
היינט זעהט מען אבער אז ס'ראטעוועט דורות
אלע רבי'ס מאכן זייער תקנות חתונה אין בית המדרש מיט מוזיק

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:47 am
דורך קפנדריא
קאווע טרינקער האט געשריבן:א תקנה בשעתו, ווערט איבערגעקוקט לדורות.
אמאל האט מען געמיינט אז מוזיק אין שוהל וועט פארהרגענען דורות
היינט זעהט מען אבער אז ס'ראטעוועט דורות
אלע רבי'ס מאכן זייער תקנות חתונה אין בית המדרש מיט מוזיק

די תקנה וועגן שפילן מוזיק איז נאר ביים דאווענען, נישט ביי א שמחה, שמחות איז שטענדיג געווען אין שול, די תקנות זענען קאי וקיים אויף אייביג, ס'האט נישט קיין עקספיראציע דאטום.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:49 am
דורך קאווע טרינקער
אלע נשמות זענען געווען בשעת'ן זעצן די געזעץ?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:57 am
דורך קפנדריא
קאווע טרינקער האט געשריבן:אלע נשמות זענען געווען בשעת'ן זעצן די געזעץ?

גראדע איז דא וואס ברענגען א ראי' פון ליפא'ס שול אז די תקנה איז וויכטיג היינט אויך.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:21 am
דורך היסטאריקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:א תקנה בשעתו, ווערט איבערגעקוקט לדורות.
אמאל האט מען געמיינט אז מוזיק אין שוהל וועט פארהרגענען דורות
היינט זעהט מען אבער אז ס'ראטעוועט דורות
אלע רבי'ס מאכן זייער תקנות חתונה אין בית המדרש מיט מוזיק


די תקנה איז געווען נאר ביים דאווענען, נישט ביי א חתונה וואס מ׳ מאכט אין ביהמ״ד

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:23 am
דורך איחוד פעלד
היסטאריקער
ווי זענען די דאקומענטען אויף דער תקנה?
אין וועלכע מדינה איז געוועהן די תקנה?
וועלכע רבנים האבען אינטערגעשריבען?
ווי דיין נאמען טוט אימפלייען דארפסטו די זאכען וויסען אין אן אויגענבליק.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:25 am
דורך היסטאריקער
חאצקל האט געשריבן:היינט איז נישט רעפארם דאס וואס באדרויעט אידישקייט, דעריבער זענען אלע תקנות קעגן רעפארמער הנהגות מער נישט רעלעוואנט היינט, אויסער די זאכן וואס איז נגד התורה ממש וואס איז אן רעפארם אויך אסור. כנל"ע.



מצוואת החת״ס זצ״ל

אל תאמרו נשתנה העתים, יש לנו אב זקן והוא לא ישתנה

אין ב״ד יכול לבטל דברי חבירו אא״כ גדול הימנו בחכמה ובמנין

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:15 pm
דורך היסטאריקער
איחוד פעלד האט געשריבן:היסטאריקער
ווי זענען די דאקומענטען אויף דער תקנה?
אין וועלכע מדינה איז געוועהן די תקנה?
וועלכע רבנים האבען אינטערגעשריבען?
ווי דיין נאמען טוט אימפלייען דארפסטו די זאכען וויסען אין אן אויגענבליק.


די מילהאוויצער תקנות זענן געדרוקט איבעראל, למשל זכור ימות עולם פון ר' בנציון יאקאבאוויטש ע"ה

אינטערגעשריבן דורך אלע גדולי אונגארן זצ"ל, אויך דער ד"ח זי"ע האט צוגעשריבן זיין הסכמה.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:53 pm
דורך יידל
אינטערעסאנט אז מ'רעדט פון די מיהאלוויצער תקנות (נישט מילהאוויצער), דוכט זיך מיר אז איין תקנה איז געווען אז מ'דרש'נט נישט אין שול בלשונות העמים. איך ווייס פון צענדליגע שולן ווי מ'האט שוין עובר געווען אויף דעם תקנה, און אידן יראים ושלמים האלטן נישט אז די שולן זענען רעפארמער שולן חלילה, און זיי זענען זיך בכלל נישט מונע פון אריינגיין אין די שולן.

ואגב גררא, דער הייליגער מהר"ם שיק (מען קען זאגן פון די גרעסטע אדער גאר דער גרעסטער פון גדולי אונגארן זצ"ל) האט דוקא נישט אונטערגע'חתמ'ט אויף די תקנות.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:28 pm
דורך berlbalaguleh
בנימין פרנקל האט געשריבן:
smart האט געשריבן:yes this is reform
and wate karlibach did eventhow he is amazing but in this point he was defiantly wrong

reform or wrong ? you gotte decide

If it's Reform, it's wrong by DEFINITION.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:40 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:אינטערעסאנט אז מ'רעדט פון די מיהאלוויצער תקנות (נישט מילהאוויצער), דוכט זיך מיר אז איין תקנה איז געווען אז מ'דרש'נט נישט אין שול בלשונות העמים. איך ווייס פון צענדליגע שולן ווי מ'האט שוין עובר געווען אויף דעם תקנה, און אידן יראים ושלמים האלטן נישט אז די שולן זענען רעפארמער שולן חלילה, און זיי זענען זיך בכלל נישט מונע פון אריינגיין אין די שולן.

ואגב גררא, דער הייליגער מהר"ם שיק (מען קען זאגן פון די גרעסטע אדער גאר דער גרעסטער פון גדולי אונגארן זצ"ל) האט דוקא נישט אונטערגע'חתמ'ט אויף די תקנות.

ווייל מ'קוקט אויף די כוונות פון די פירערס און וואו זיי צילן אנצוקומען. און די איינציגע כוונה פון די רבנים אין די ערליכע שוהלן אין אמעריקע איז אז דער עולם זאל פארשטיין די הלכות און מוסר פון די דרשה. משא"כ דאס שפילן מוזיק אין אן אזויגערפענע "היימיש" ביהמ"ד האט א נישט גוט'ן נאך טעם. ס'איז אפשר נישט רעפארם אבער א הפסק אין מיט'ן דאוונען איז עס יא. און ס'נעמט אוועק פון די כוונת התפילה.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:43 pm
דורך יידל
ריכטיג. אז מ'רייסט זיי אראפ זאל מען זיי אראפרייסן מיט די ריכטיגע ווערטער, נישט קומען שרייען רעפארם.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 9:56 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:ריכטיג. אז מ'רייסט זיי אראפ זאל מען זיי אראפרייסן מיט די ריכטיגע ווערטער, נישט קומען שרייען רעפארם.

אמת. און ווען דער עולם מוסר זאגערס וואלטן געווען אביסל מער פארזיכטיג, און נישט ווארפן ווילדע סטעיטמענטס וואלט מען זיך אפשר מער צוגעהערט צו זייערע ווערטער און מ'וואלט מער אויפגעטון.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 10:30 pm
דורך איחוד פעלד
פארוואס מאכען זיי דאס דארט?
ברענגט דאס דען אן עולם?

עס זעהט מיר אויס ווי דער בית המדרש איז א שטיקעל ליצנות, איינער שרייט אריין אין מיטען זיינע גראמען פין די הקדמה צו הלל, און ער איז מפסיק פין די עבודת הקדוש, און יענע רגע שטעלט זיך אפ די ווידיא.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:08 am
דורך הדד בן בדד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:35 pm
דורך דעת יחידאה
איך ווייס נישט צו ער טוט גוט אדער נישט מיט די מוזיק קען אפשר זיין אז דעס איז נישט עק וועלט, אבער רעפארם איז עס זיכער, און נישט די געלונגענע דייטשע רעפארם וועגן אסימילאציע, אבער רעפארם ווי מ'ריפארמירט אידישקייט פאר תאוות, ער האט אבער א גראבע פראבלעם אז די דייטשע ראפארמער האבן פיין געקענט לערנען אבער ליפא איז א געזונטע אמעארעטץ, און פארדעם אליינס איז ער שוין נישט גערעכט, און מ'דארף עם פארשרייען, ווייל ביי מיר איז קלאר אז היינט אדער מארגן גייט מען דארט עובר זיין אויף די גרעסטע איסורים. איך זאג נישט אז ער דארף פרעגן ביי היימישע רבנים וואס צו טין ווייל ער האט א פראבלעם מיט אונזער סאסייעטי, אבער ער מוז פרעגן אפילו א וויי יו ראביי און נישט טין זאכן לויט זיין אמעראצישע מיינונג.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:48 pm
דורך העלא
א גאנצע אשכול פון א שוהל, און קיין איין איינציגער זאגט נישט די אדרעס,
וואו איז די שוהל? איז עס אפען אינמיטן טאג?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 1:55 pm
דורך מ גפני
היסטאריקער האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:היסטאריקער
ווי זענען די דאקומענטען אויף דער תקנה?
אין וועלכע מדינה איז געוועהן די תקנה?
וועלכע רבנים האבען אינטערגעשריבען?
ווי דיין נאמען טוט אימפלייען דארפסטו די זאכען וויסען אין אן אויגענבליק.


די מילהאוויצער תקנות זענן געדרוקט איבעראל, למשל זכור ימות עולם פון ר' בנציון יאקאבאוויטש ע"ה

אינטערגעשריבן דורך אלע גדולי אונגארן זצ"ל, אויך דער ד"ח זי"ע האט צוגעשריבן זיין הסכמה.


איך האב דעם שבת דורך געקוקט די תקנות מילהאוויץ, דארט איז נישט דא קיין ווארט וועגן מוזיק אין א שוהל, נאר וועגן א כאר (קאה"ר שוהל ווי ס'ווערט דארט אנגערופן)

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:05 pm
דורך לייבעלע
העלא האט געשריבן:א גאנצע אשכול פון א שוהל, און קיין איין איינציגער זאגט נישט די אדרעס,
וואו איז די שוהל? איז עס אפען אינמיטן טאג?


16 Murray Dr
Monsey NY

איך ווייס נישט אויב סע איז אפען אגאנצע וואך.
ווילסט אהינפארען? :o

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 3:15 pm
דורך געפילטע פיש
לאמיר טאקע שוין זוכה זיין מתפלל צו זיין אינעם מקום שעיני כל בה, וואו מיר וועלן דאווענען מיטן זיסע געזאנג פון מוזיק, און יא, שבת און יו"ט אויך.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:50 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:לאמיר טאקע שוין זוכה זיין מתפלל צו זיין אינעם מקום שעיני כל בה, וואו מיר וועלן דאווענען מיטן זיסע געזאנג פון מוזיק, און יא, שבת און יו"ט אויך.

אמן: איך דארף אפשר תשובה טון. ווייל פאר איין מינוט האב איך געטראכט אז דו מיינסט ליפא'ס שול.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 10:48 am
דורך איך אויך
מ גפני האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:היסטאריקער
ווי זענען די דאקומענטען אויף דער תקנה?
אין וועלכע מדינה איז געוועהן די תקנה?
וועלכע רבנים האבען אינטערגעשריבען?
ווי דיין נאמען טוט אימפלייען דארפסטו די זאכען וויסען אין אן אויגענבליק.


די מילהאוויצער תקנות זענן געדרוקט איבעראל, למשל זכור ימות עולם פון ר' בנציון יאקאבאוויטש ע"ה

אינטערגעשריבן דורך אלע גדולי אונגארן זצ"ל, אויך דער ד"ח זי"ע האט צוגעשריבן זיין הסכמה.


איך האב דעם שבת דורך געקוקט די תקנות מילהאוויץ, דארט איז נישט דא קיין ווארט וועגן מוזיק אין א שוהל, נאר וועגן א כאר (קאה"ר שוהל ווי ס'ווערט דארט אנגערופן)

מוזיק און א שוהל האט דאן געהייסען בשם קאהר-שול (כאטשיק כמובן איז א עוגב אייביג געווען צוזאמאן מיט א כאר), איר פארשטייט אז מען רעדט נישט פון סתם א קאפעליע ווייל אסאך שוהלן, און צווישען זיי גענוג רעבישע הויפן, האבען געהאט א קאפעליע.

עס איז כדאי אנצוצייכענען א אינטרעסאנטע היסטארישע פאקט אז אינעם אור-אלטן בית הכנסת אלטניי [נ"א בבית הכנסת מייזל] אין פראג איז געווען די מנהג צו מקבל שבת זיין מיט מוזיק! ביז די רעפורמער האבן איינגעפירט די עוגב בבית הכנסת האט מען מבטל געווען די מנהג, זעה דא , דא און דא . אויב געדענק איך גוט דארף ערגעץ זיין א מאמר דערפון באריכות.

זעה אויך דא א לאנגע בריוו פונעם חת"ס לאסור כלי שיר בבית הכנסת [בשבת, דאס איז געווען בשנת תקע"ט אבער ביי די צייטען פון תקנות מיהאלוויץ בשנת תרכ"ו האט מען שוין גע'אסרט עוגב בכלל]. ווי ער דערמאנט אויך מנהג פראג. זעה דא א תשובה נפלאה.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 2:04 pm
דורך פיקציע
איחוד פעלד האט געשריבן:כמיין אז דאס איז דער קליפ וואס דער מחבר האשכול האט באמת געמיינט

[youtube]http://www.youtube.com/watch?feature=endscreen&NR=1&v=AOZIuADNhbg[/youtube]

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=AOZIuADNhbg[/youtube]