בלאט 2 פון 21

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:05 pm
דורך זר זהב
ס'דא א קינעדער אפטיילונג, נישט יעדער קען דארט אריינגיין. מ'דארף קודם שרייבן 2000 אומזאכליכע תגובות.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:06 pm
דורך sunbar
signout האט געשריבן:פארוואס איז נישטו קיין קינדער אפטיילונג געהעריג פאר אזעלכע געשמאקע שמיעסן?


די ווילסט זיין די אחראי דערויף?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:20 pm
דורך איך אויך
זר זהב האט געשריבן:ס'דא א קינעדער אפטיילונג, נישט יעדער קען דארט אריינגיין. מ'דארף קודם שרייבן 2000 אומזאכליכע תגובות.

ווי ווייט האלסטו?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:21 pm
דורך זר זהב
איך האב אנגעהויבן אבער גלייך אויפגעגעבן. כ'מיין אלעס האטאך א גבול!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:23 pm
דורך sunbar
איך אויך האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:ס'דא א קינעדער אפטיילונג, נישט יעדער קען דארט אריינגיין. מ'דארף קודם שרייבן 2000 אומזאכליכע תגובות.

ווי ווייט האלסטו?


די דארפסט פאארשטיין אז ער איז שוין אונטערגעוואקסן זייט ער האט אנגעהויבן שרייבן דא....

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 3:30 pm
דורך זר זהב
איינער האט עפעס געהערט? כא'באקומען א טעקסט אז רבינו מ'מילק שעיק האט געהאט א שטיקעל סטראוק שבת. איינער ווייסט עפעס מער?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 3:31 pm
דורך מיקוה נייעס
יא עס איז געווען שבת נאך די טשולענט האט ער אריינגעלייגט און בעט און די באמבע האט אויפגעריסן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 3:32 pm
דורך מיקוה נייעס
מיקוה נייעס האט געשריבן:יא עס איז געווען שבת נאך די טשולענט האט ער זיך אריינגעלייגט און בעט און די באמבע האט אויפגעריסן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 4:43 pm
דורך משכיל
עס דערמאנט מיר וואס מען הערט על פי רוב אין פאבליק ערטער ווי די טונקעלע זיצן און איינער פון זיי זאגט א ווארט און אלע זיינע חברים הייבן אן צו לאכען ווי משוגעים אי הא הא הא הא הא הא, דער ציווילער מענטש האט נישט קיין השגה פון וואס מען לאכט.
איך זיץ דא און איך פיל ממש אזוי.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 4:51 pm
דורך sunbar
הייב דיך אויף און גיי ארויס

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 4:53 pm
דורך עוד מישהו
זר זהב האט געשריבן:איינער האט עפעס געהערט? כא'באקומען א טעקסט אז רבינו מ'מילק שעיק האט געהאט א שטיקעל סטראוק שבת. איינער ווייסט עפעס מער?


וואו יעצט פארשטיי איך שוין פשט פון די מנין זוכעריי, ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל צוויי וואכן צוריק, (איך בין אוועקגעפארן פאר די קריג) האב איך געזען צעטלעך פון קאמפעניס, וואס שטעלן צוזאם מנינים ביים כותל, להצלחת דער וואס גלייבט אז זיי גייען טאקע צום כותל. האבן זיי געשריבן אויף די צעטלעך, אז היות ווי עס איז באוואוסט אז זיי האבן נאך קיינמאל קיין איין מנין נישט צאמגעשטעלט, און מילק שעיקע רבי האט גערעדט וועגן די פארגלייבעניש אין דעם, ביי די נעילת החג טיש מוצאי שמח"ת, כדי להוציא מליבן של ישראל די חשד, זוכן זיי מענטשן צו מאכן מנינים תהלים ביים כותל.

איך האב מיך אבער נישט פארגעשטעלט אז עס איז איהו לא חזי מזליה חזי, מרוב קדושת גניבתם, האבן זיי מרגיש געווען, אז מען דארף מתפלל זיין לישועת האדמו"ר מ'מילק שעיק, זאל ער האבן א רפואה בקרוב ממש.

וואס איז זיין מאמעס נאמען?
:lol:

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 4:59 pm
דורך זר זהב
גענענדל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:01 pm
דורך sunbar
איך ווייס נישט פארוואס זי האט זוכה געווען צו אזא זון....

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:06 pm
דורך עוד מישהו
אוי איך האב פארגעסן צו פרעגן וואס זיין נאמען איז, די רגע וואס איך וועל וויסן וועל איך מיך אליין צאלן די $180, און אויסזאגן גאנץ תהלים אין חודש אלול.

זרזהב דו ביסט אייזן, בעצם ביסטו גאלד.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:11 pm
דורך שמעקעדיג
נאך איינער האט געשריבן:זרזהב דו ביסט אייזן, בעצם ביסטו גאלד.

זיך נישט פארמישן מיט אונזער ניק "גאלד".

נשלח: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:21 pm
דורך עוד מישהו
חס ושלום שמעקעדיג, יעדער איינער איז בארעכטיקט צו זיין פארדינטע רעספעקט, ביי מיר זענען כולם אהובים וכו', און איך בין ח"ו נישט פוחת בכבוד נישט אין גאלד און נישט אין זר זהב.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 1:09 am
דורך משכיל
איך זעה אז עס הערשט א געוואלדיגע שלום ושלוה צווישען די אלע רביים דא, אפשר כדי עס זאל זיין ווירטשועל וואלט זיך איינער געדארפט ערקלערען אלץ - האדמו"ר דאייז קרים - דאמבראווע,י

אי הא הא הא הא הא הא הא הא
ditto ditto

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 9:09 am
דורך עוד מישהו
משכיל האט געשריבן:איך זעה אז עס הערשט א געוואלדיגע שלום ושלוה צווישען די אלע רביים דא, אפשר כדי עס זאל זיין ווירטשועל וואלט זיך איינער געדארפט ערקלערען אלץ - האדמו"ר דאייז קרים - דאמבראווע,י

אי הא הא הא הא הא הא הא הא
ditto ditto


קריינא דאיגרתא איהו להוי פרוונקא

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 8:25 pm
דורך outspoken
לעמען דזשוס רבי וועט זיין אין וואדרידזש שבת חנוכה?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 6:44 pm
דורך עוד מישהו
איך האב געהערט די שבת א שמועס אין מקוה, אז לעמאן זשוסע רבי ביז 120 לאויט"א, האט לעצטנס א שידוך געטון, ס'איז מיר נישט אויסגעקומען צו הערן מיט וועם, וואס כ'האב יא געהערט איז די מחותן א גרויסע יחסן, גראדע אייניקלעך פון אלטע זיידע תרח, זיי זענען אויך אייניקלעך בן אחר בן פון אדם הראשון.
ווייסט עמיצער ווער די מחותנים זענען?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 10:12 pm
דורך [NAMELESS]
יא! כ׳האב געהערט פון די שידוך. ב״ה, זי איז נעבעך געוועהן א אלטע מיידעל פון 47 יאר אלט. איך האב אויך נישט געהערט קלאר ווער די מחותן איז אבער כ׳האב געהערט עפעס ״קאקאש״. מסתמא קאקאש קעיקע רבי אדער עפעס ענדליך

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 10:14 pm
דורך sunbar
אין די ביהמ'ד אין פאר ראקאוועי איז געגאנגען הענט און פיס ביים ליינען דער שבת. איינער האט אפשר מער פרטים?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 6:55 am
דורך עוד מישהו
מ'שמועסט עפעס אז די סיבה פון די רייסערייען אין פאר ראקוועי, איז געווען צוליב די קידוש נאך די שלושים פון די גרויסע מיסיס, וואס האט געבלאזן אויף ניו יארק, און זי האט ווי אן אקס שדרכו להזיק געמאכט דארט שווערע שאדנס.
בקיצור האט עפעס א ניצול געמאכט א קידוש הודאה, און מ'האט זיך ארומגעשלאגן איבער די הערינג, יעדער האט געוואלט כאפן פאר זיך עפעס אנדערש, ביז ס'איז געווארן א דריטע צו א פערטע וועלט מלחמה.
ביז איין מתפלל האט זיך אויפגעהויבן און אויסגערופן ארור האיש שלא אוהב שמיעה טובה במיונז ונשאר במקום הזה, און גלייך האבן צענדליגע הונדערטע טויזענטע, זיך אנגעשלאסן צו די מתפללס אויסרוף, און געגרינדעט די נייע שול, ביהמ"ד קהל יראים שע"י שמיעה טובה, פה פאר ראקאוועי.