בלאט 2 פון 7

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:45 pm
דורך [NAMELESS]
דאס קיקט מיר אויס א פיינע זאך
http://www.amazon.com/Asus-F75A-EH51-AS ... 90&sr=1-18
טאקע אזוי??

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:00 pm
דורך שמעקעדיג
פאר 50 דאלער ביליגער פארלירסטו די שטארקע פראסעסאר, די 7200 הארד דרייוו, און 500 גיג אנשטאט 750.
ס'לוינט נישט לפענ"ד.

און ווי געפילטע זאגט, מען קען טרעפן גוטע מציאות בלעק פריידעי.
אויב קענסטו צואווארטן נאך א וואך, קען עס נישט שאטן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:15 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:פאר 50 דאלער ביליגער פארלירסטו די שטארקע פראסעסאר, די 7200 הארד דרייוו, און 500 גיג אנשטאט 750.
ס'לוינט נישט לפענ"ד.

אבער פון די אנדערע זייט איז עס 50 דאלער ביליגער און האט א 17 אינטש סקרין.

שמעקעדיג האט געשריבן:און ווי געפילטע זאגט, מען קען טרעפן גוטע מציאות בלעק פריידעי.
אויב קענסטו צואווארטן נאך א וואך, קען עס נישט שאטן.

יא , איך וועל ווארטען. נאר איך וויל שוין וויסן וואס איך זיך און אויף וואס צו קיקען. אז איך זאל נישט קימען צום בלעק פריידעי ווי א האן אין די בני אדם

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:02 am
דורך בונם
ראשעקאל האט געשריבן:דאס קיקט מיר אויס א פיינע זאך
http://www.amazon.com/Asus-F75A-EH51-AS ... 90&sr=1-18
טאקע אזוי??

דאס קוקט מיר אויס בעסער און ביליגער.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:08 am
דורך [NAMELESS]
זעהט טאקע אויס ווי א גיטע דיל.
אויב מ׳רעדט פון די קאמפעני׳ס אליינס , וועלכע איז בעסער asus אדער HP?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:13 am
דורך [NAMELESS]
איך קען באשטיין עפעס בעסער׳ס אבער אפשר איז עס אינטערסאנט פאר אנדערע
https://blackfriday.bestbuy.com/door+bu ... ive++black
א פיינע לעפטאפ פאר $188!!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 18, 2012 12:26 pm
דורך בונם
ראשעקאל האט געשריבן:זעהט טאקע אויס ווי א גיטע דיל.
אויב מ׳רעדט פון די קאמפעני׳ס אליינס , וועלכע איז בעסער asus אדער HP?

דער דא האלט פון asus, אבער עס איז באמת א קליינע נפק"מ צווישן די קאמפאניס, אויסער די וואראנטי און נאך קלייניגקייטן, און מען דארף מער קוקן אויף די ספעקס ווי אויף די קאמפאני נאמען.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:24 am
דורך געפילטע פיש
דאס איז נישט שלעכט פאר די פרייז, אבער ס'האט נאר א 90 טאג ווארענטי ווייל ס'איז ריפערבישט, אבער קענסט עס קויפן מיט א קרעדיט קארטל וואס געט דיר א ווארענטי ביז א יאר.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:52 am
דורך [NAMELESS]
וואס זאגט עטץ צו דעם?
http://www.amazon.com/Dell-Inspiron-i17 ... 65JFN8ST6N

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:11 am
דורך שמעקעדיג
איינער פון מיינע חברים האבן אזוינס און ס'איז גאנץ שטאט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:00 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'דא i3 וואס זענען שנעלער ווי געוויסע i5'ס,


אבער א שטאטערע i5 איז בעסער ווי א שנעלערע i3. ס'האט אנדערע טעכנאלאגיעס און ע"פ רוב מער קאורס, און דעריבער איז עס טייערער.
די שנעלקייט פון א פראסעסאר פארציילט נישט די גאנצע מעשה. עט-ליעסט נישט היינט צו טאגס. אמאל איז דאס געווען דער עיקר פאקטאר, היינט שוין נישט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 1:00 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'דא i3 וואס זענען שנעלער ווי געוויסע i5'ס,


אבער א שטאטערע i5 איז בעסער ווי א שנעלערע i3. ס'האט אנדערע טעכנאלאגיעס און ע"פ רוב מער קאורס, און דעריבער איז עס טייערער.
די שנעלקייט פון א פראסעסאר פארציילט נישט די גאנצע מעשה. עט-ליעסט נישט היינט צו טאגס. אמאל איז דאס געווען דער עיקר פאקטאר, היינט שוין נישט.

ביזט זעכער? איך ווייס נישט וועגן דיר, אבער אויך וואלט אויסגעוועלט די i3 פון ציווישן די צוויי.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 9:54 am
דורך [NAMELESS]
וואס זאגט עטץ צו דעם?
http://www.tigerdirect.com/applications ... A50-156115

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:17 am
דורך [NAMELESS]
אקעי. לאמיך מאכן א סך הכל פון אלע לעפטאפ'ס וואס מ'האט געשמועסט ביז דא אהער



http://www.amazon.com/Asus-K55A-DH71-15 ... 622&sr=1-3
בילד
מעלות:$649.00, You Save: $207.96 (24%)
Intel Core i7 3610QM 2.3 GHz
Windows 8
750 GB 7200 rpm Hard Drive

----
http://www.amazon.com/Asus-F75A-EH51-AS ... 90&sr=1-18
בילד
מעלות: $570.39
Intel Core i5 3210M 2.5 GHz
500 GB 5400 rpm Hard Drive
17.3"
Windows 8

----
https://blackfriday.bestbuy.com/compute ... ral+silver
בילד
מעלות: Orig. Price $729.99 - Save $200
750GB Hard Drive
6GB Memory
17.3"
Windows 8
i5-3210M processor

----
http://www.tigerdirect.com/applications ... A50-156115
בילד
מעלות:
2nd Gen Intel Core i7-2670QM 2.20GHz
750GB
List Price:
$829.99
Instant Savings:
- $230.00 (28%)
Price:
$599.99

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 10:36 am
דורך [NAMELESS]
פאר מיר קיקט די בעסט ביי אפשען אויס די בעסטע. וואס זאגן די מבינים?
שמעקי, געפילטע, בונם, לאדיך אפ, זר זהב , וכו'

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 6:21 pm
דורך [NAMELESS]
Anybody?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 6:43 pm
דורך שמעקעדיג
שווער צו ענטפערן. עס איז די ביליגסטע, און גאנץ ענליך צו די אנדערע, מיט מינדערוויכטיגע שינויים.
איך אין דיינע הויזן וואלט מסתמא גענומען דאס, אבער איך קוק אויף מער דיטעילס ווי דו, ממילא אין מיינע הויזן דארף איך האבן מער ריסוירטש.
הצלחה בכל אשר תפנה.

אגב, K9 מאכט פראבלעמען מיט ווינדאוס 8.
כ'העט געקענט באשטיין צו עפענען א אשכול פאר ווינדאוס 8 (קענסט באשטיין? עפן! וואס רעדסטו אזויפיל? אמור מעט ועשה הרבה!)
איך וויל וויסן צי איינער דא האט עס שוין און האט וואס צו שרייבן? צי אזא אשכול וועט פארבלייבן כקול קורא במדבר פאר א וויילע?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:29 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:40 pm
דורך שמעקעדיג
איז פאראן נאכאיינער דא וואס די "עראו" קנעפלעך פון די HP שטערט זייער?
די צוויי זייטיגע קנעפלעך זענען גרויס, די מיטלסטע 2 פיצעלע, זייער שווער צו נעוויגאטירן מיט אזעלכע קנעפלעך.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 4:03 pm
דורך [NAMELESS]
איך ניץ כמעט נישט די עראו'ס.

רבותי!! די זאכן לויפן אויס. איך האב געוואלט קויפן די בעסט ביי קאמפיאטער , און ס'איז שוין נישט עוועילעבל. מ'דארף כאפן ווילאנג ס'דא
וואס זאגט דער עולם צו דעם?
http://www.samsclub.com/sams/hp-15-6-dv ... llProducts

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 4:28 pm
דורך [NAMELESS]
די פרירדערמאנטע בעסט ביי דיל איז צוריק געווארן עוועילעבל. איך האב עס יעצט געקויפט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 4:53 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב און הצלחה רבה!
לאמיר וויסן דיינע עקספיריענס מיטן לעפטאפ בכלל, און מיט ווינדאוס 8 בפרט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:21 am
דורך בונם
ראשעקאל האט געשריבן:רבותי!! די זאכן לויפן אויס. איך האב געוואלט קויפן די בעסט ביי קאמפיאטער , און ס'איז שוין נישט עוועילעבל. מ'דארף כאפן ווילאנג ס'דא
וואס זאגט דער עולם צו דעם?
http://www.samsclub.com/sams/hp-15-6-dv ... llProducts

איך האב פארשפעטיגט און האסט אין געאייל געקויפט פון בעסט ביי, און עס איז טאקע א גוטער ביי, אבער האסט זיך נישט געדארפט אזוי יאגן, ווייל די סעילס הייבט זיך טאקע אן היינט אינעם שווארצן פרייטאג אבער האלט אן בערך א וואך צייט. און די געשעפטן קומען ארויס טעגליך מיט פרישע סעילס.

מיר זעט אויס אז דער לעפטאפ וואס איך האב דיר דא ציטירט איז בעסער ווי דער בעסט ביי דיעל, ווייל עס האט א בעסערע פראסעסאר און א i7 טשיפ אבער האט דער חסרון אז עס איז א קלענערע סקרין און אויב א "17 איז דיר וויכטיג האסטו געמאכט דער בעסטער אויסוואל פאר דיין געלט.