בלאט 2 פון 18
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 8:18 pm
דורך שמעקעדיג
נא מה יעשה הבן... אז אלע אנדערע אפציעס נעמט מען זיי אוועק...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 11:57 am
דורך יידל
די ארגעניזאציע מפת”ח- מרכז פיתוח תעסוקה חרדים וועלכע איז אזא סארט ארבעט פארמיטלונג אגענטור ספעציעל פאר חרדים האבן געהאט אן אומאנגענעמע סורפרייז ביי זייער יערליכע ביזנעס פעיר אין בית שמש. א מאסע מענטשן זענען געקומען פראטעסטירן די חוצפה פון זיך וואגן צו זוכן דזשאבס פאר חרדישע אידן.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=pglrEYumUr0[/youtube]
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:56 pm
דורך נפתלי
יידל האט געשריבן:די ארגעניזאציע מפת”ח- מרכז פיתוח תעסוקה חרדים וועלכע איז אזא סארט ארבעט פארמיטלונג אגענטור ספעציעל פאר חרדים האבן געהאט אן אומאנגענעמע סורפרייז ביי זייער יערליכע ביזנעס פעיר אין בית שמש. א מאסע מענטשן זענען געקומען פראטעסטירן די חוצפה פון זיך וואגן צו זוכן דזשאבס פאר חרדישע אידן.
און אזוי ארום אריינגעבלאזן הויפענעס חיזוק אין די עסקני הארגון, ווייזענדיג א מוסטער וואס נישט ארבעטן קען צוברענגן....
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 1:04 pm
דורך איך אויך
די בעסטע פארט איז ווען ר' הערשל קליין יו"ר מפת"ח שטעלט זיך צו פאר א גיטע לאך פון די מוחים. אגב, איך מיין אז אנצוריפן די פאר משוגעים "א מאסע" איז איבערגעטריבן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 9:57 am
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:די בעסטע פארט איז ווען ר' הערשל קליין יו"ר מפת"ח שטעלט זיך צו פאר א גיטע לאך פון די מוחים. אגב, איך מיין אז אנצוריפן די פאר משוגעים "א מאסע" איז איבערגעטריבן.
האסט מיר צוגענומען די ווערטער פון מויל, א מאסע? אפאר ליידיגייערס במלוא מובן המילה האבען זיך געשטעלט שרייען, נישט וויסענדיג אז נעגעטיווע פרסומת איז די בעסטע וועג צו אטווערטייזען. (אפשר האט דאס ר' הערשל קליין אינטערגעשטעלט?)
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 3:23 pm
דורך עוד מישהו
היינט האבן סאלדאטן פון די גרעניץ וועכטער, וואס פארשטעלן זיך וואו אראבער אין דרייען זיך אין די פאלעסטינע דערפער (מסתערבים), אויפגעדעקט געווארן אין א דארף אין זשענין אומגעגנט, וואס האט צוגעברענגט צו ראיאטן. סאלדאטן וואס זענען געשטאנען פון ווייט און אכטונג געגעבן אויף די גרופע, זענען אריין גערופן געווארן אינעם דארף, ארויסצוהעלפן די פארכאפטע אנדערקאווער סאלדאטן, זיי האבן געשאסן אויף די צעווילדעוועטע מאסן טרערן גאז און גומי קוילן, די אראבער האבן געווארפן שטיינער, צוויי סאלדאטן זענען לייכט פארוואונדעט געווארן.
די פאלעסטינער געבן איבער אז איבער דרייסיג זענען פארוואונדעט געווארן, א מעלדונג וואס איז נישט גענומען געווארן אלס אמת דורך די ארמיי.
נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 8:52 am
דורך עוד מישהו
נאך שווערע רעגנס און שטורעמעס מיט שניי אויפן חרמון, אנגעהויבן פון זונטאג ביז היינט, און לויט וואו די וועטער עקספערטן געבן איבער, גייט עס אנהאלטן ביז דאנערשטאג צום ווייניגסטטנס, און אז בערג העכער 600 מעטער (2,000 פוס בערך) זאלן ערווארטן א שניי פון מיטוואך נאכט ביז דאנערשטאג אינדערפרי.
יעצט נאך צוויי טעג שווערע רעגן און שטורעמעס, איז די מצב היבש פאראליזירט, די פארקער אויף די שאסייען אין תל אביב אומגעגנט איז גאר א שווערע, דאס קומט נאך דעם וואס די איילון שאסיי, איז פארפלייצט געווארן אין הויעך וואסער פון די דערנעבנדיגע טייכל וואס איז איבערגעלאפן, תל אביב-חיפה שאסיי איז אויך געווארן אפגעשלאסן אין תל אביב צוליב פארפלייצונגען. די באנען זענען אויך אפגעשטעלט געווארן, און פארן נישט אריבער די תל אביב סטאנציעס, וויבאלד די שינעס געפונט זיך צווישן די צוויי זייטן פון די איילון שאסיי און טייכל.
די אקציעס אין די בערזע זענען געפאלן, נאכדעם וואס אסאך שפעקולאנטן זענען נישט ערשינען צו די ארבעט, צוליב די שווערע פארקער. יעצט איבערגעטייטשט צו ענגליש, די שעירס פון קאמפעניס וואס ווערן פארקויפט אויף די סטאק עקסטשעינזש אין תל אביב, זענען היינט געפאלן נאכדעם וואס אינוועסטערס זענען נישט אנגעקומען צו די ארבעט.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 10:42 pm
דורך יאיר
אריבערגערוקט די בילדער פון די שניי צו אן עקסטערער
אשכול
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:08 pm
דורך עוד מישהו
עס איז באריכטעט געווארן אין די אינטערנאציאנאלע פרעסע, אז די עיר פארס פון מדינת ישראל, האט באמבאדירט א קאנוואי פון טראקס וואס האבן אנגעבליך געליפערט געווער פון סיריע קיין לבנון.
די לעבאנעזע ארמיי האט געלייקענט די באריכט, אין סיריע האט א רעטייערעטע גענעראל געלאזט פאלן ווערטער, אז די מעשה הייבט זיך נישט אן.
פון די רעגירונג אין מדינת ישראל הערט מען גארנישט, נישט אויף צו באשטעטיגן און נישט אויף צו לייקענען.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:55 am
דורך עוד מישהו
וואו עס איז געמאלדן אין די וועלטליכע נייעס האט ארץ ישראל באמבאדירט אין סיריע.
עס איז דא פארשידענע סתירות אין די באריכטן, סיריע האט אנהייב געלייקענט אז מען זאל האבן באמבאדירט, זיי האבן געמאלדן אז די באמבאדירונג איז נישט געווען אויף א מיליטערישע קאנוואי, נאר אויף א געביידע פאר סייענס וכדו'.
די סירישע פרייהייט ארמיי, וואס קעמפט קעגן סיריעס פרעזידענט אסאדס רעזשים, האט דערקלערט אז זיי זענען די וואס האבן פארניכטעט די געביידע שוין פאריגע וואך, און די מדינת ישראל עיר פארס האט דאס נישט אויפגעריסן.
איראן, כעזבאלא און רוסלאנד האט יעדער אין זיין וועג, שארף פארדאמט די אטאקע אין סיריע.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 12:00 pm
דורך לעמיל
למעשה האט שוין סיריע שוין געזאגט אז מדינת ישראל האט זיי אטאקירט מדינת ישראל פון זייער זייט האלטען א שוויגעניש אויף דעי געשעניש
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 7:55 pm
דורך עוד מישהו
די ערוויילטע צו די 19טע כנסת, זענען היינט איינגעשוואירן געווארן צו די נייע כנסת.
פון 120 מיטגלידער זענען קרוב צו האלב (48) נייע מיטגלדיער, און נאך 5 וואס זענען נישט דארט געווען, אין די 18טע כנסת.
27 פרויען דינען אלס דעפוטאטן אין די נייע כנסת, וואס איז א רעקארד הויכע ציפער, אין די מדינת ישראל פארלאמענט. (כמעט א פערטל).
ווען ביבי וועט אויפשטעלן א קאאליציע, און פארשטעלן זיין רעגירונג, וועט פארקומען א באזונדערע איינשווערונג צערעמאניע פאר די נייע רעגירונג.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 10:52 am
דורך ידען
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 4:23 pm
דורך זר זהב
עטליכע חרדישע אינגעלייט ארעסטירט אין טבריה
בלויז פאר'ן חטא פון פראטסטירן קברים גראבונגען
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HuYuMgMze8I[/youtube]
ראקעטעס אויף אילת
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 2:53 am
דורך עוד מישהו
אביסל נאך 9 אזייגער אינדערפרי ארץ ישראל צייט, האבן זיך די אלארמס צעפיפן אין די דרום שטאט אילת, דריי אויפרייסן זענען געהערט געווארן אין די געגנט.
ווארשיינליך זענען די ראקעטעס געשאסן געווארן פון סיני, אבער עס איז פארהאן א מעגליכקייט אז זיי זענען געשאסן געווארן פון ירדן'ע זייט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:40 pm
דורך לעמיל
יעצט קומט די נייעס אז הרב עובדיה האט זיך געבראכען צום דריק פון דרעי און גייט אים אופצעיל מכתיר זיין אלטס יו"ר תנועות ש"ס
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:43 pm
דורך זר זהב
אבי נישט צווישן ערליכע אידן
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:45 pm
דורך לעמיל
ווייל ער האלט אנדרעש פון דיך מאכט אים עס נאך נישט אויס ערליך
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 1:27 am
דורך זר זהב
A fire broke out on Monday morning, Rosh Chodesh Menachem Av 5773 in a yeshiva on Shammai Street in Bnei Brak. A male jumped from a first story window as a result. Ichud Hatzalah reports the victim was in light-to-moderate condition when he was transported to the hospital.
Bnei Brak’s Ichud Hatzalah commander, Avi Feldman, reports the victim is a “well known maggid shiur”.
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 1:58 pm
דורך זר זהב
Jerusalem - A haredi soldier was attacked by fellow haredim in Jerusalem’s ultra orthodox neighborhood of Mea Shearim on Tuesday, police reported.
After being attacked by scores of haredim, apparently upset at the man’s decision to serve in the army, he managed to barricade himself indoors and call police.
Police arrived on the scene and scattered the attackers who reportedly used rocks and stones.
Content is provided courtesy of the Jerusalem Post
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 3:35 pm
דורך סאשי פיש
אויף פערדען!!

- image.jpg (132.16 KiB) געזען געווארן 2058 מאל
רשעות!!

- image.jpg (46.02 KiB) געזען געווארן 2058 מאל
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 3:39 pm
דורך סאשי פיש
נאך
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 3:49 pm
דורך סאשי פיש
פון דא פליען די אייער...........