שמעקעדיג האט געשריבן:ביי מיר אינדערהיים איז די רביצין מקפיד שבת ביים טיש אז די קינדער זאלן נישט אנהייבן עסן די פיש בעפאר דעם טאטן. איך האב נישט קיין געדולד דערצו. איך דארף נישט דעם כבוד, און איך וויל מיך נישט דארפן יאגן אנצוהייבן מיט די פיש בשעת א האלבע טוץ הונגעריגע אויגן קוקן אומגעדולדיג אויף מיר. איך האב שוין געזאגט פאר מיין אשת חבר אז איך בין נישט מקפיד דערויף, ומאן דלא קפיד לא קפדינן, אבער זי האלט אז ס'איז יא וויכטיג פארן חינוך.
וואס פסק'נט דער עולם?
איך האלט אז דיין ווייב איז גערעכט ווייל אפאר יאהר ארום ווען דו וועסט שוין יא דארפן דו כבוד וועט מען דיר נישט געבן
מיין יונגל איז שוין קרוב צו 12 יאר, און ער האט נישט קיין עקסטערע חשק צו דאווענען.
אנדערע קינדער אין זיין עידש האלטן מיט דאס דאווענען יעדן שב"ק מיט א ווארימקייט, א מחי' צו קוקן. אסאך הערן אפילו אויס דאס ליינען.
זאל איך איהם שטופן צו דאווענען? אדער איז דאס א זאך וואס מען קען נישט שטופן? ווי אזוי גיט מען אריין א חשק אין א קינד צו דאווענען? אפילו ער דאווענט שוין יא, מורמעלט ער אפאר ווערטער און קוקט ארום אויף אלעם נאר נישט אין סידור... (און ניין, איך בין נישט פון די שמועסערס אין ביהמ"ד...)
איך האב שוין פרובירט צו רעדן צו אים איבער די גרויסקייט פון תפלה, ווי מען קען זיך אויסבעטן, כ'האב אפילו געלערנט מיט אים א שטיק צייט בספה"ק "יסוד ושורש העבודה" ווי גרויס אונזער דאווענען איז, און וואספארא רושם עס לאזט אויף די עולמות העליונים, אבער.... זיינע חברים אין ביהמ"ד זענען אים נאך אלץ אינטרעסאנטער!
זאל איך האפן אז יבא יומו, עס וועט נאך איין טאג אריינקומען א התעוררות אין זיין הארץ? אדער דארף איך טראכטן אז נאך אביסל האט ער בר מצוה און אלס חינוך בינעך מחוייב אריינצוגעבן אין אים דעם חיוב פון דאווענען?
די שאלה איז, ווען האסטו אויפגעהערט צו זיין פון די שמועסערס אין ביהמ"ד? גאר קליינע קינדער האלטן זייער גוט מיט צו דער טאטע האלט ביים דאווענען אדער נישט, און זיי מאכן עס געווענטליך נאך. אבער עס איז נאך אלץ נישט צו שפעט, איך מיין אז די איינציגסטע עצה איז, אליינ'ס צו דאווענען גוט, און מיט די צייט וועט עס דער קינד אויך נאכמאכן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)