בלאט 2 פון 3

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:57 pm
דורך sunbar
מיקוה נייעס האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:ביי מיר אינדערהיים איז די רביצין מקפיד שבת ביים טיש אז די קינדער זאלן נישט אנהייבן עסן די פיש בעפאר דעם טאטן.
איך האב נישט קיין געדולד דערצו. איך דארף נישט דעם כבוד, און איך וויל מיך נישט דארפן יאגן אנצוהייבן מיט די פיש בשעת א האלבע טוץ הונגעריגע אויגן קוקן אומגעדולדיג אויף מיר.
איך האב שוין געזאגט פאר מיין אשת חבר אז איך בין נישט מקפיד דערויף, ומאן דלא קפיד לא קפדינן, אבער זי האלט אז ס'איז יא וויכטיג פארן חינוך.

וואס פסק'נט דער עולם?

איך האלט אז דיין ווייב איז גערעכט ווייל אפאר יאהר ארום ווען דו וועסט שוין יא דארפן דו כבוד וועט מען דיר נישט געבן


:like

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:17 pm
דורך שמעקעדיג
מיין יונגל איז שוין קרוב צו 12 יאר, און ער האט נישט קיין עקסטערע חשק צו דאווענען.

אנדערע קינדער אין זיין עידש האלטן מיט דאס דאווענען יעדן שב"ק מיט א ווארימקייט, א מחי' צו קוקן. אסאך הערן אפילו אויס דאס ליינען.

זאל איך איהם שטופן צו דאווענען? אדער איז דאס א זאך וואס מען קען נישט שטופן? ווי אזוי גיט מען אריין א חשק אין א קינד צו דאווענען? אפילו ער דאווענט שוין יא, מורמעלט ער אפאר ווערטער און קוקט ארום אויף אלעם נאר נישט אין סידור... (און ניין, איך בין נישט פון די שמועסערס אין ביהמ"ד...)

איך האב שוין פרובירט צו רעדן צו אים איבער די גרויסקייט פון תפלה, ווי מען קען זיך אויסבעטן, כ'האב אפילו געלערנט מיט אים א שטיק צייט בספה"ק "יסוד ושורש העבודה" ווי גרויס אונזער דאווענען איז, און וואספארא רושם עס לאזט אויף די עולמות העליונים, אבער.... זיינע חברים אין ביהמ"ד זענען אים נאך אלץ אינטרעסאנטער!

זאל איך האפן אז יבא יומו, עס וועט נאך איין טאג אריינקומען א התעוררות אין זיין הארץ? אדער דארף איך טראכטן אז נאך אביסל האט ער בר מצוה און אלס חינוך בינעך מחוייב אריינצוגעבן אין אים דעם חיוב פון דאווענען?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:27 pm
דורך ברסלבער
די שאלה איז, ווען האסטו אויפגעהערט צו זיין פון די שמועסערס אין ביהמ"ד?
גאר קליינע קינדער האלטן זייער גוט מיט צו דער טאטע האלט ביים דאווענען אדער נישט, און זיי מאכן עס געווענטליך נאך.
אבער עס איז נאך אלץ נישט צו שפעט, איך מיין אז די איינציגסטע עצה איז, אליינ'ס צו דאווענען גוט, און מיט די צייט וועט עס דער קינד אויך נאכמאכן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:35 pm
דורך שמעקעדיג
נעה, אויב עפעס בין איך נאר געווארן ערגער....
(ד"ה אמאל פלעג איך שיין דאווענען מתחילתו ועד סופו; היינט קום איך אן שפעט וכו')

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:39 pm
דורך ברסלבער
ש'כח שמעקעדיג פארן ארויפברענגן דעם אשכול, איך האב עס קיינמאל נישט באמערקט.
לגבי דעם ענין וואס מען האט גערעדט דא אויב מען מעג אדער מען טאר נישט פאפן די קינדער, האב איך געהערט א גוט ווארט פון איינעם, אז דער ארון (פון וואס מיר לערנען אין די סדרות) איז געווען צוזאמגעשטעלט פון דריי ארונות צוויי גאלדענע פון אינדרויסן און די מיטעלסטע איז געווען האלץ; לכאורה איז שווער דער ארון איז דאך געווען די הייליגסטע זאך אין בית המקדש, און פונקט דאס איז געווען געפאפט? עס וואלט אויך געדארפט זיין זהב טהור אזוי ווי די מנורה?
נאר דאס קומט ווייזן אז אויב באמת בפנימיות ביזטו גאלד, דו ווילסט זיין וואויל, אפילו למעשה האסטו שטיקער האלץ אינמיטן, קענסטו אבער נאך ווייזן פון דרויסן כאילו דו ביזט פון ריין גאלד.
דהיינו, למשל ווען דו ווילסט פאפן און דאווענען ערליך נאר כדי דער קינד זאל עס נאכמאכן, וועט עס נישט האבן קיין השפעה אויף אים, ער וועט פילן וואס ס'ליגט אונטער דעם, אויב אבער באמת וואלסטו אויך געוואלט דאווענען ערליך, נאר שאור שבעיסה מעכב, און יעצט אויף די מינוט מאכסטו דיך כאילו דו דאווענסט ערליך לפנים, וועט עס יא העלפן, ווייל ער פילט אויך וואס דיינע אמת'ע רצונות זענען.
איך מיין אז איך האב שוין געשריבן דא ערגעץ די נקודה, אז דער קינד פילט וואס דעם טאט'נס רצונות זענען, און דאס מאכט ער נאך. (איך האב נישט קיין געדולד יעצט עס אויפצוזוכן).
אבער ווי האט יענער געזאגט, "פון ווי ווייס איך אז ער האט געוואלט? ווייל ער האט עס טאקע געטוהן", דהיינו רצון אליין אין הארץ איז נישט גענוג, דאס קינד דארף טאקע זעהן אז דו האסט טאקע געוואלט, אבער אפילו ווען מען טוט נישט אויסערליך אייביג אלעס ווי אזוי מען דארף, מען טרייט אבער וואס מען קען, דעמאלט'ס פילט עס דאס קינד און ער וועט עס אויך נאכמאכן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:41 pm
דורך ברסלבער
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס זאגט איר פאר אייערע קינדער ווען זיי באקלאגן זיך: מאמי איך האב נישט וואס צו טוהן?

איך צינד אן קינדער טעיפ'ס, זיי הערן און הערן און קענען נישט אויפהערן (גרעסערע אויך).

שלאגן אדער נישט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:18 pm
דורך ברסלבער
לעניית דעתי איז די פעטש געגעבעכט'ס א קלארע הוכחה אויף די עלטערן/מחנכים'ס שוואכקייט.
עלטערן וואס האבן שטארקייט אין זיך, דארפן נישט געבן קיין פעטש, עלטערן דארפן האבן די כח אז מיט איין שטרענגע בליק זאל זיך דער קינד דערשרעקן, און נישט טראכטן אפילו פון זיך קעגנשטעלן.

1. קינדער פילן זייער שטארק אויב דער טאטע ווען ער זאגט עפעס מיינט ער עס אמת'דיג עד הסוף, און דעמאלט'ס וועלן זיי טאקע פאלגן וואויל, אבער אויב דער טאטע זאגט עפעס אזוי האלב געבעטן בתחנונים, ווייסט דער קינד אז ער האט אויף וועם צו רייטן, און ער וועט נישט פאלגן, (געווענטליך פאר עטענשאן).
2. און די קינדער האבן זייער ליב ווען דער טאטע איז שטרענג, און ער ווייסט באמת וואס ער וויל, ווייל ווי נישט ווי איז דער קינד נאך א קינד, און ער פילט זיך נאר באשיצט דורך די עלטערן, או ווען ער פילט אז זיין טאטע איז א שטארקע כאראקטער, איז ער רוהיג אז ער האט א באשיצער, און פארקערט פארקערט.
ווי אזוי זעהט אויס ווען דער טאטע גייט מיטן קינד אויפ'ן גאס און א גרויסער הינט קומט אקעגן, און דער טאטע לויפט אריבער די אנדערע זייט גאס, ווי אזוי פילט דער קינד דעמאלט'ס, ער וויל דאך אז זיין טאטע זאל אים באשיצן? און דא לויפט דער טאטע אוועק, אזא קינד פילט זיך רוהיג און באשיצט?
3. און דערפאר איז זייער וויכטיג, אז דער טאטע זאל נישט הייסן א זאך פארן קינד, נאר ווען ער איז טאקע זיכער אז ער קען טאקע אויספירן עד הסוף, און אויב ווייסט ער אז ער וועט נישט קענען ביישטיין די געוויינערייען, און ער וועט צום סוף נאכגעבן, זאל ער נישט אנהייבן! ער זאל נישט הייסן א זאך וואס ער קען נישט אויספירן.
4. הכלל, ווען א טאטע אדער מחנך ווייסט וואס ער וויל, און ער הייסט טאקע נישט צופיל זאכן, אבער וואס ער הייסט מוז ווערן אויסגעפירט עד הסוף, וועט ער מצליח זיין, און ער וועט (כמעט) קיינמאל נישט דארפן שלאגן.
און ווער עס שלאגט יא, איז נאר ווייל ער איז נישט גענוג שטארק ביי זיך, מוז ער ניצן די הענט, און זיך ארום קריגן ווי א קליין קינד, און נישט נאר וואס עס העלפט נישט, נאר דער קינד קוקט אים נאכדעם אראפ, און ער קען שוין נישט האבן קיין השפעה אויפ'ן קינד.

א מדריך פאר מלמדים האט אמאל געזאגט, "ווען דער מלמד קומט אריין צופרי אין קלאס, נאר מיט זיין בליק דארפן שוין אלע קינדער זיצן אויף די פלעצער מיט דרך ארץ", האט א מלמד אריינגעפרעגט, "און וואס איז אויב זיי האלטן זיך נישט ביים אראפזעצן, מיטן בליק אינאיינעם?" האט דער מדריך געזאגט: "דעמאלט'ס טוה אן דיין מאנטל און גיי אהיים, דו קענסט קיין מלמד נישט זיין"
דאס איז ביי א מלמד, אבער א טאטע קען דאך נישט ווערן אויס טאטע, דארף מען זיך אויסלערנען שטארקייט, און אזוי קען מען מחנך זיין די קינדער, און די קינדער האבן עס ליב, און זיי וועלן מער אויסהערן אזא טאטן ווי א טאטע וואס שלאגט און פראסקעט.

(געשריבן אביסל שנעל און נישט אזוי פונקטליך, אויב עפעס איז אומפארשטענדליך, פרעג איבער)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:10 am
דורך לעמיל
זייער שיין ברסלבער

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:14 am
דורך טעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:זאל איך איהם שטופן צו דאווענען? אדער איז דאס א זאך וואס מען קען נישט שטופן? ווי אזוי גיט מען אריין א חשק און א געשמאק אין א קינד צו דאווענען? אפילו ער דאווענט שוין יא, מורמעלט ער אפאר ווערטער און קוקט ארום אויף אלעם נאר נישט אין סידור... (און ניין, איך בין נישט פון די שמועסערס אין ביהמ"ד...)

בשום אופן נישט שטופען, דאס איז די גרעסטע וועג איהם מיאוס צו מאכען דאס דאווענען, דאס דאווענען דארף קומען פונעם קינד ער זאל האבען א ליבשאפט צו דעם נישט קיין גרויל, רעדען צום קינד איידעל איז דו בעסטע וועג, דאס זאגט א טאטע וואס קען אמאל געבן א פאטש פאר זיין קינד און רעגט זיך אויף ווען טאטעס רודפן זייערע קינדער אין שול זאלען דאווענען, און זיי האבען נישט קיין טראפ נערווען, און איך וואס בעהט זיך ביי מיין קליינער זאל גיין אביסל שפילען אינדרויסען זיצט לעבען מיר און פרעגט א גאנצע צייט ווי מ'האלט!
@ שמעקי כ'האב קערצער געמאכט דעם ציטיר לכבודך@

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:19 am
דורך שמעקעדיג
טעפל האט געשריבן:@ שמעקי כ'האב קערצער געמאכט דעם ציטיר לכבודך@


:like :like :like
נאר אזוי, נישט שטופן, נאר בעהטן שיין און מסביר זיין אז ציטירן שטערט.....

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:11 pm
דורך זר זהב
כ'געזען אמאל א מורא'דיגע עצה פאר דאווענען. מ'זאל זאגן פארן קינד "משה'לע מעגסט נאר דאווענען ביז דא (אדער דארט) פון דא און ווייטער איז נאר פאר גרעסערע קינדער"

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:10 pm
דורך boxcover
מיקוה נייעס האט געשריבן:אוודאי האט עס געהאלפן מיינע קינדער זענען מיר דאנקבאר דערויף :lol: :lol:

א ברירה האבען זיי?

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:20 pm
דורך boxcover
ברסלבער האט געשריבן:לגבי דעם ענין וואס מען האט גערעדט דא אויב מען מעג אדער מען טאר נישט פאפן די קינדער, האב איך געהערט א גוט ווארט פון איינעם, אז דער ארון (פון וואס מיר לערנען אין די סדרות) איז געווען צוזאמגעשטעלט פון דריי ארונות צוויי גאלדענע פון אינדרויסן און די מיטעלסטע איז געווען האלץ; לכאורה איז שווער דער ארון איז דאך געווען די הייליגסטע זאך אין בית המקדש, און פונקט דאס איז געווען געפאפט? עס וואלט אויך געדארפט זיין זהב טהור אזוי ווי די מנורה?
נאר דאס קומט ווייזן אז אויב באמת בפנימיות ביזטו גאלד, דו ווילסט זיין וואויל, אפילו למעשה האסטו שטיקער האלץ אינמיטן, קענסטו אבער נאך ווייזן פון דרויסן כאילו דו ביזט פון ריין גאלד.
דהיינו, למשל ווען דו ווילסט פאפן און דאווענען ערליך נאר כדי דער קינד זאל עס נאכמאכן, וועט עס נישט האבן קיין השפעה אויף אים, ער וועט פילן וואס ס'ליגט אונטער דעם, אויב אבער באמת וואלסטו אויך געוואלט דאווענען ערליך, נאר שאור שבעיסה מעכב, און יעצט אויף די מינוט מאכסטו דיך כאילו דו דאווענסט ערליך לפנים, וועט עס יא העלפן, ווייל ער פילט אויך וואס דיינע אמת'ע רצונות זענען.
איך מיין אז איך האב שוין געשריבן דא ערגעץ די נקודה, אז דער קינד פילט וואס דעם טאט'נס רצונות זענען, און דאס מאכט ער נאך. (איך האב נישט קיין געדולד יעצט עס אויפצוזוכן).
אבער ווי האט יענער געזאגט, "פון ווי ווייס איך אז ער האט געוואלט? ווייל ער האט עס טאקע געטוהן", דהיינו רצון אליין אין הארץ איז נישט גענוג, דאס קינד דארף טאקע זעהן אז דו האסט טאקע געוואלט, אבער אפילו ווען מען טוט נישט אויסערליך אייביג אלעס ווי אזוי מען דארף, מען טרייט אבער וואס מען קען, דעמאלט'ס פילט עס דאס קינד און ער וועט עס אויך נאכמאכן.

שוואכע מעשיות, א חסידישע תורה at best. נישט קיין מהלך אין חינוך.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:26 pm
דורך ברסלבער
boxcover האט געשריבן:שוואכע מעשיות, א חסידישע תורה at best. נישט קיין מהלך אין חינוך.

פארוואס קלערסטו אזוי?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:30 am
דורך שמעקעדיג
חסידישע תורה? איך האב עס געהערט פון רבי עזריאל טויבער. פסיכאלאגיש און תורהדיג געשטימט.

וידוע לחסידי סאטמאר הפירוש שאמר בעל דברי יואל שובבים פרשת בא עה״כ בנערינו ובזקינינו נלך.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 2:09 am
דורך וואלפה
נייע תקנות אין באבוב?! וועגן מאדע!?!?!?! נישט דא ווער זאל לאכן :roll:

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 2:51 am
דורך נולד מאוחר

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 3:19 am
דורך וואלפה
עולם הפך ראיתי

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 4:47 pm
דורך שמעקעדיג
זענט איר נאנט מיט אייערע קינדער? קען אייך אייער קינד אריינקאלן אויף אייער סעלפאן ווען אימער עס פאקט אים/איר אן? אדער זענט איר מקפיד מען זאל עס אייך נישט טוהן?

איך האב טייל חברים וועלכע די קינדער וואגן זיך נישט צו קאלן די עלטערן מיט יעדע שטות, עס הערשט א געוויסע רעספעקט, א יראת הכבוד. ווידעראום מיינע קינדער קענען מיר אפט פארדרייען א קאפ, און איך ווייס נישט צי ס'איז א מעלה אדער אולי דארף איך פאדערן מער רעספעקט, א טאטע איז טאקע א גוטער חבר, אבער מען דארף אים שטעלן אביסל העכער ווי א פלעינער פאלנער חבר..

וואס זאגט איר, רבותי?

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 5:09 pm
דורך איך אויך
די שאלע איז באלד אזוי אלט ווי עס איז דא קינדער אויף די וועלט. נראה לי שאין תשובה בדבר ואיש ואיש יעשה כתכונתו וכתכונת אנשי ביתו.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 6:26 pm
דורך נארמאלער
נאנט מיט קינדער איז פאר הרגש,אפענקייט פינעם קינד,שעצונג צום קינד,יעצט רעספעקט איז פּשוט געזונט אימיון פאר זיי,

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 5:47 pm
דורך שמעקעדיג
דער גוי איז שוין ענדליך מודה צו אונזער אלטמאדישן דרך פון חושך שבטו שונא בנו

http://www.cnn.com/2014/09/18/opinion/n ... king-kids/

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2018 12:55 pm
דורך תנחום
שמעקעדיג האט געשריבן:זאל איך איהם שטופן צו דאווענען? אדער איז דאס א זאך וואס מען קען נישט שטופן? ווי אזוי גיט מען אריין א חשק און א געשמאק אין א קינד צו דאווענען? אפילו ער דאווענט שוין יא, מורמעלט ער אפאר ווערטער און קוקט ארום אויף אלעם נאר נישט אין סידור... (און ניין, איך בין נישט פון די שמועסערס אין ביהמ"ד...)

טיילמאל זענען די מחנכים שולדיג צו אפעטיטלאזער דאווענערס, מ'צווינגט צו שטיין און זאגן הויך, צוויי שעה'דיגע שחריתים, מקפיד יעדער זאל האלטן ביי די זעלבע פלאץ, אא"וו. אלע דעי טאקטיקן איז בדוק ומנוסה אז דער אינגל/בחור גייט פארלירן זיין חשק צום דאווענען