בלאט 2 פון 3

Re: מאשין מצה

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 1:15 pm
דורך שמואל הלוי
מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע, וויאזוי זעהט היינט אויס די מאשין מצות? מאכט מען שוין "רינדעכיגע" מאשין מצות?

Re: מאשין מצה

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 12:48 am
דורך John Doe
איך בין מסכים צו עסן מאשין מצה אבער נאר אויב ס׳איז געמאכט מיט אריזאנא ווייץ.

Re: מאשין מצה

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 1:23 am
דורך [NAMELESS]
שמואל הלוי האט געשריבן:מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע, וויאזוי זעהט היינט אויס די מאשין מצות? מאכט מען שוין "רינדעכיגע" מאשין מצות?

בילד

Re: מאשין מצה

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 8:51 am
דורך שמואל הלוי
יישר כח ראשעקאל.

Re: מאשין מצה

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 2:36 pm
דורך יידל
די ליטווישע מאשין פעקטארי אין בית שמש פארבאט נעמען בילדער (נעמט אין אכט אז ביי זיי איז די וועלגערן די איינציגסטע פעולה וואס די מאשין מאכט, גענוי ווי די אריגענעלע מאשין פון יצחק זינגער). אבער ווען הרב אלישיב'ס קינדער זענען געקומען באקן דארט מצות האט מען ארפארגערופן א פאטאגראפירער:

בילד

Re: מאשין מצה

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 4:12 pm
דורך [NAMELESS]
עסן מאשין מצה קען זייער לייכט חלילה אריינגיין אין די קאטעגאריע פון פארקריכן א סיס כל שהוא פלאס, אבער אז מען גייט אריין אין די מצה בעקערייען און מען זעהט גראבע יונגעלייט שוויצן ווי טערקן איבער מצה, און רוסישע פרויען אררבעטן זיך איבער פארגייט די אפעטיט און מען קלערט ערנסט, אפשר איז די מאשין מצה מיט איר ריינקייט, סיסטעמאטישע ווערטשאפט און זהירות בעסער.
אוי, פוי, מחשבות זרות....... הכנעני, החיטי, העמורי, הפריזי והיבוסי והגירגשי.....

Re: מאשין מצה

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 4:36 pm
דורך געפילטע פיש
קופערניקוס האט געשריבן:עסן מאשין מצה קען זייער לייכט חלילה אריינגיין אין די קאטעגאריע פון פארקריכן א סיס כל שהוא פלאס, אבער אז מען גייט אריין אין די מצה בעקערייען און מען זעהט גראבע יונגעלייט שוויצן ווי טערקן איבער מצה, און רוסישע פרויען אררבעטן זיך איבער פארגייט די אפעטיט און מען קלערט ערנסט, אפשר איז די מאשין מצה מיט איר ריינקייט, סיסטעמאטישע ווערטשאפט און זהירות בעסער.
אוי, פוי, מחשבות זרות....... הכנעני, החיטי, העמורי, הפריזי והיבוסי והגירגשי.....

צדיקים זאגן דאך אז דער אלטער וועג פון באקן האט א ספעציעלע סיעתא דשמיא, ווי אויך די נייע וועג פארן מיט קעדוילעקס און טשערי לייטס...

Re: מאשין מצה

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 6:18 pm
דורך שרגא
קודם כל איז די מאשין מיט די אלע פראבלעמען וואס זענען געווען אין אנהייב און האבן געברענגט די אוסרים צו אסר'ן שוין לאנג נישטא, ממילא איז עס גאר אן אנדערע זאך היינט און אלס טעכנישע הלכה וועט לכ' קיינער נישט זאגן אז ס'חמץ, נאר ענדערש אלס רונדיג, מענטשליכע הענט, אדער אלס דעם וואס מען האט דעמאלט גלייך געזאגט צוליב נישט משנה זיין (איבערהויפט דעמאלט האט מען מורא געהאט אז עס איז נאך עפעס פון די רעפארמער), אדער אלס דעם טעם הכמוס פון דברי חיים (אפילו ער האט גראדע אויך ארויסגעזאגט טעמים לאיסור.) לכ' איז דאך געווען זיין טעם הכמוס ווייל ער האט מורא געהאט פון חדשות, איז אינטערעסאנט וואס איינע פון די גדולים האט דעמאלט געזאגט אז לגבי חדשות אין תורה ומצות דארף מען אויסמיידן, אבער א נייע ערפינדונג אין א מאשין, איז פארקערט, דארף מען אויסנוצן . אבער ווי געזאגט האט די יעניגע מחלוקת גארנישט מיט די היינטיגע מציאות, נאר חסידים פירן זיך ווייערע רבי'ס און אנדערע (ווי אויבערלעדישע) ווי זייערע.
אבער דאס אלעס איז נישט אקטועל (און מען עפנט דאך דא סייווי אזעלכע סארט שמועסן צו רעדן/הערן בעיקר די אינפארמאציע וואס מ'קען ערגעץ אנדערש אין אידיש נישט זען, צו "אויפקלערן" און דערנאך קענען אנדערע קומען און אפחוזקן, סאו עס איז א שאד אנטיילצועמען), נאר לאמיר הערן ווער עס ווייסט וועגן דעם אקטועלן ענין פון די אריזאנע ווייץ
ביז לעצטע וואך האב איך געמיינט מיט א פשטות לויט די איפארמאציע וואס כ'האב געוואוסט אז עס איז קלאר מער מהודר, ס'האט דאך ישט קיין מצומחות, ממש קיין איינס ווי זיי זאגן, עס רעגנט נישט, עס גייט נישט קיין טל, און נאך אלע חומרות. אבער לעצטע וואך האב איך פונקט געזען דעם איד, האבן זיי געהאט א ביילאגע, וואס זיי שרייבן שוין נומער י"א, און עס האט מיך היפש שאקירט די אינפארמאציע וואס זיי ברענגען. זיי האבן געהאט שמועסן מיט די פעלד אנפירער אין אריזאנע, וואס זאגן קלאר אז עס קען זיך יא אראפלאזן רעגנדלעך, עס גייט יא טוי, און נאך אנדערע זאכן . זיי האבן אפילו א האטליין וואו מ'קען אליין הערן די רעקארדירטע שמועסן, זאגן זיי. אויך האבן זיי נאך אינטערעסאנטע טענות (ווי אז מצומחות קען אמאל זיך ישט דערקענען שפעטער, און נאך), וואס האט מיר געוויזן אז עס איז יא דא א צוויטע זייט מטבע.
איז מיין שאל, ווייסט איינער עפעס מער אין דעם ענין? כ'דארף דאך שוין באלד גיין למעשה קויפן מצות.

Re: מאשין מצה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:58 am
דורך יידל
שרגא האט געשריבן:אבער לעצטע וואך האב איך פונקט געזען דעם איד, האבן זיי געהאט א ביילאגע, וואס זיי שרייבן שוין נומער י"א, און עס האט מיך היפש שאקירט די אינפארמאציע וואס זיי ברענגען. זיי האבן געהאט שמועסן מיט די פעלד אנפירער אין אריזאנע, וואס זאגן קלאר אז עס קען זיך יא אראפלאזן רעגנדלעך, עס גייט יא טוי, און נאך אנדערע זאכן . זיי האבן אפילו א האטליין וואו מ'קען אליין הערן די רעקארדירטע שמועסן, זאגן זיי. אויך האבן זיי נאך אינטערעסאנטע טענות (ווי אז מצומחות קען אמאל זיך ישט דערקענען שפעטער, און נאך), וואס האט מיר געוויזן אז עס איז יא דא א צוויטע זייט מטבע.
איז מיין שאל, ווייסט איינער עפעס מער אין דעם ענין? כ'דארף דאך שוין באלד גיין למעשה קויפן מצות.

צו ס'רעגנט דאר צו נישט איז א מילתא דעבידא לאגלוי', מען קען נישט זאגן ליגנט אויף דעם. עס זענען דא אנליין דאטא באזעס ווי עס ווערט פארצייכנט פונקטליך ווען ס'האט גערעגנט ווי. איך האב נישט קיין מושג ווי אין אריזאנא די פעלדער געפינען זיך, און צו די טענה פון די פרא-אריזאנא ווייץ איז אז עס רעגנט בכלל נישט א גאנץ יאר, אדער אז רוב יאר רעגנט נישט. די האטליין איז גארנישט ווערט, ווייל איך האב נישט קיין משוג צו דער א.ג. פעלג אנפירער איז טאקע פון אריזאנא. (וואס מיינט בכלל "פעלד אנפירער"?).

דאס אז מצומחות דערקענט זיך נישט שפעטער איז סתם זריקת חול בעיני הציבור, ווייל לויט דעם קומט אויס אז די גאנצע קלייבן וועלכע די גרויסע רבי'ס פלעגן טון מיט די לאנג איילענד ווייץ איז גארנישט ווערט געווען. כ'מיין - דאס אז מ'דערקענט נישט מצומחות ווערט בכלל נישט דערמאנט אין די פוסקים! ס'איז באלד די זעלבע ווי די לעכערליכע טענה פון זאלץ און סאדיום...

Re: מאשין מצה

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 11:25 am

רעגן איז טאקע קלאר פארצייכנט, אבער יענער האט גערעדט פון א לאקאלע קליינע רעגנדל ווי אן איינציגער וואלקנדל ווערט אין די גוסטע און גיסט זיך אראפ. יענער פעלד אייגנטימער דערציילט אפילו אז עס איז איין מאל געווען ווען "די ראבייס" האבן זיך שוין געגרייט צו שניידן ווען פלוצלינג האט מען אנגעהויבן פילן שפריצלעך און מען האט עס אפגעשטופט.
די האטליין איז יא ווערט, ווייל זיי שרייבן דעם נאמען גענוי מיט וועם זיי האבן גערעדט און אז ער איז דער אייגנטימער, און אויך אנדערע נעמען מיט זייערע נעמען און נומערן פון אריזאנע פעלדער אנפירער און סתם ארטיגע עקספערטן, סאו אפילו כ'האב עס נישט נאכגעטשעקט וועל איך נישט אננעמען אז עס איז סתם ארויסגעזויגן פון פינגער.
ווי געזאגט, כ'פארשטיי קלאר אז זיי זוכן מיט לעכט פראבלעמען זייט דעם ערשטן טאג אויף אריאזאנע ווייץ, נאר ביז היינט האט זיי דאס מזל נישט געשפילט און זיי האבן געמוזט רעדן פון זאלץ און ענליכע שטותים, אבער יעצט קוקט אויס ווי עפעס האבן זיי געפונען, און מיין שאלה איז וואס די אריזאנע צד ענטפערט.

Re: מאשין מצה

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 11:32 am
דורך יידל
שרגא האט געשריבן:רעגן איז טאקע קלאר פארצייכנט, אבער יענער האט גערעדט פון א לאקאלע קליינע רעגנדל ווי אן איינציגער וואלקנדל ווערט אין די גוסטע און גיסט זיך אראפ. יענער פעלד אייגנטימער דערציילט אפילו אז עס איז איין מאל געווען ווען "די ראבייס" האבן זיך שוין געגרייט צו שניידן ווען פלוצלינג האט מען אנגעהויבן פילן שפריצלעך און מען האט עס אפגעשטופט.
די האטליין איז יא ווערט, ווייל זיי שרייבן דעם נאמען גענוי מיט וועם זיי האבן גערעדט און אז ער איז דער אייגנטימער, און אויך אנדערע נעמען מיט זייערע נעמען און נומערן פון אריזאנע פעלדער אנפירער און סתם ארטיגע עקספערטן, סאו אפילו כ'האב עס נישט נאכגעטשעקט וועל איך נישט אננעמען אז עס איז סתם ארויסגעזויגן פון פינגער.
ווי געזאגט, כ'פארשטיי קלאר אז זיי זוכן מיט לעכט פראבלעמען זייט דעם ערשטן טאג אויף אריאזאנע ווייץ, נאר ביז היינט האט זיי דאס מזל נישט געשפילט און זיי האבן געמוזט רעדן פון זאלץ און ענליכע שטותים, אבער יעצט קוקט אויס ווי עפעס האבן זיי געפונען, און מיין שאלה איז וואס די אריזאנע צד ענטפערט.

ס'גלייבט זיך שווער אז "אן איינציגער וואלקנדל ווערט אין די גוסטע און גיסט זיך אראפ". נאך אלעם רעדט מען דאך פון א מדבר. נאטירלעך קען מען דארט גארנישט פלאנצען. אויב מאכט זיך יא אזא זאך, גלייב איך אז ס'איז א דבר חידוש וועלכע ווערט פארצייכענט. האסט אפשר דעם נומער פונעם האטליין?

Re: מאשין מצה

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 11:57 am
דורך שרגא
ס'גלייבט זיך שווער אז "אן איינציגער וואלקנדל ווערט אין די גוסטע און גיסט זיך אראפ". נאך אלעם רעדט מען דאך פון א מדבר. נאטירלעך קען מען דארט גארנישט פלאנצען. אויב מאכט זיך יא אזא זאך, גלייב איך אז ס'איז א דבר חידוש וועלכע ווערט פארצייכענט. האסט אפשר דעם נומער פונעם האטליין?

אויפ'ן דעקל פונעם ביילאגע שטייט "732-806-8555, גייט צו אפטיילונג 2 אויפ'ן האטליין".

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:45 pm
דורך דולה ומשקה
רבי ישראל יעקב פישער ראב"ד ירושלים האט מהדר געוועהן ביים 'סדר' יוצא צו זיין מוציא מצה, כורך, אפיקומן, מיט מצות מכונה.
אזוי אויך דא אין אמעריקע האט זיך נוהג געוועהן הגאון הגדול רבי יונתן שטייף זלה"ה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:09 pm
דורך ראש המדברים
לדעתי איינער וואס קויפט א טייערן שטייל פאר זיין פרוי מיט'ן טעם הכמוס פון דברי חיים פארוואס זאל ער נישט קויפן מאשין מצות?
איך פארשטיי באמת נישט די אידן פארוואס זיי צאלן גרויס געלט פאר דעם, נאר אויב איך וועל זיי דן זיין לכף זכות אז זיי מיינען זיך
אזוי ווי יענער האט געזאגט נאך א מזל אז דער אתרוג נעמט מען אין שוהל און די מרור אין שטוב ווען מע וואלט געגסען די מרור אין שוהל אוי וואלט דער עולם געגעסן גרויסע כזיתים מיט אלע חומרות אליין געמאלן מיט א רייבאייזן צוויי מינוט פארן עסן, דאס זעלבע דא

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 1:15 pm
דורך זר זהב
כאמיר נישט געקנט איינהאלטן פון 2 זאכן. איינס פון טעיסטן מאשין מצות, צווייטס פון עס טעיסטן אום חודש ניסן (דאונט ווארי איך האב באקומען דעם שטראף אויפ'ן פלאץ..) רבותי, די מאשין מצות איז טעמו כטעם קמח חמצ'דיג מצות! איך פארשטיי נישט וויזוי א איד קען האבן א שמחת יו"ט עסענדיג דעי מצות. ברוך הוא אלוקינו וגו' והבדילנו מן התועים ונתן לנו צאנזער רב זי"ע. איך שוין דעי אלע אידן וואס עסן דאס ס'האט נישט קיין אידישן טעם אין די פסח טעג.

בני בני אל תלך בדרך אתם! (אתם ר"ת א'ל ת'אכלו מ'אשין)

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 12:33 am
דורך דולה ומשקה
שוין ווייטער פסק'נט מען מיט הרגשים, טעיסט איז נישט חמץ, מיט די סארט סברות כרסיות פארדרייט מען יעדע הלכה.
א נייע דערהער "עס טעיסט ווי חמץ", ממילא וואס? ממילא איז דער דברי חיים גערעכט.
הא, קען גאר זיין אז דאס איז דער טעם כמוס, זאג נישט אויס פאר קיינעם, איך אנפלעקט דיר א גאר גרויסע געהיימיס, מאשין מצות איז אסור היות עס טעיסט ווי חמץ ממש! רבי ישראל ישראל פישער, רבי יונתן שטייף, גדולי וארזי אונגארין האבן כל ימיו ליידער נישט זוכה געוועהן צו א אידישע טועם אין יום טוב, אבער אכשר דרא דער דא האט זוכה געוועהן צו א ריכטיגע שמחת יום טוב.

ווי האט יענער גוט געשריבען, דאס אז א שייטל איז אסור בתכלית האיסור דאס איז גארנישט, אבער מאשין מצות דאס איז א פראבלעם. ער קומט צו גיין מיט זיינע פרעזנטליכע געפילן און הרגשים און וועהלט זיך דאס פון דער דברי חיים גיי איך אנעמען, דאס פון דער דברי חיים נישט, א פיינע דערהער.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 12:40 am
דורך זר זהב
איך האב גע'פסק'ט? איך האב געזאגט אז אפילו פון א ריין גשמיות'דיגן סטענפוינט איז בעסער צו שטיין ווייט דערפון.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 1:27 am
דורך פערינא
איז נישט מעגליך צו מאכן מאשין מצות בטעם וצורה בראדוועי פאפא צעלים מצות?

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 1:52 am
דורך היימישער ליטוואק
http://weather-warehouse.com/WeatherHis ... ugust.html
אוגוסט האט גרעגנט (א ביסל)!
ווען האט מען געשניטן אין אריזאנע?

Winter Wheat Usual Planting and Harvesting Dates
Arizona ..........................
Begin \ Most active \ End \
May 15 \ May 30 - Jun 15 \ Jul 1 \
http://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q= ... 8540,d.eWU

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 1:55 am
דורך היימישער ליטוואק
שרגא האט געשריבן:
ס'גלייבט זיך שווער אז "אן איינציגער וואלקנדל ווערט אין די גוסטע און גיסט זיך אראפ". נאך אלעם רעדט מען דאך פון א מדבר. נאטירלעך קען מען דארט גארנישט פלאנצען. אויב מאכט זיך יא אזא זאך, גלייב איך אז ס'איז א דבר חידוש וועלכע ווערט פארצייכענט. האסט אפשר דעם נומער פונעם האטליין?

אויפ'ן דעקל פונעם ביילאגע שטייט "732-806-8555, גייט צו אפטיילונג 2 אויפ'ן האטליין".

זיין ענגליש איז ממש א קידוש השם!!

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 10:53 am
דורך היימישער ליטוואק
דא זעט (קוקט ביי 11:30 און ווייטער) ווי דער רב אינדיג איז זיך מחיה מיטן רעגן.
וואס ענטפערן די מכשירים?
איך ווייס אז דער משנ"ב שרייבט אז א ביסל רעגן שאדט נישט. אבער דאך, וואס זאגן זיי?

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 1:09 pm
דורך איך אויך
דולה ומשקה האט געשריבן:רבי ישראל יעקב פישער ראב"ד ירושלים האט מהדר געוועהן ביים 'סדר' יוצא צו זיין מוציא מצה, כורך, אפיקומן, מיט מצות מכונה.
אזוי אויך דא אין אמעריקע האט זיך נוהג געוועהן הגאון הגדול רבי יונתן שטייף זלה"ה.

געהערט פון א אייניקעל א עד נוכח אז ר' יונתן האט שטארק געקרעכצט אז ער איז געצווינגן צו עסן מאשין מצות מטעם ראשי הקהילה (פאר די פון אונז וואס געדענקען נאך וואס "קהילת ווין" האט געמיינט און אירע גוטע יארן דארף מען נישט מסביר זיין). עפעס ליגט מיר אין קאפ אז יענער האט צוגעלייגט אז די מאשין מצות איז בעיקר געלעגן אויפן טיש ווען די ראשי הקהילה פלעגן ארויפקומן זאגן גוט יו"ט אבער בחדרי חדרים האט ער יא געהאט האנט מצות. איך בין נישט זיכער מיט די חלק.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 11:17 pm
דורך איחוד פעלד
היימישער ליטוואק האט געשריבן:דא זעט (קוקט ביי 11:30 און ווייטער) ווי דער רב אינדיג איז זיך מחיה מיטן רעגן.
וואס ענטפערן די מכשירים?
איך ווייס אז דער משנ"ב שרייבט אז א ביסל רעגן שאדט נישט. אבער דאך, וואס זאגן זיי?

זיין שמייכל איז אזוי ברייט פין דער רעגען, עס זעהט אויס ווי זיינע באקען פאלען אים אראפ פין שמחה.