בכל אופן. איך ווינטש דיר ממעמקי לבי אז דער אייבישטער זאל העלפן אז דו זאלסט שוין טרעפן דיין זיווג בקרוב און לעיבן א לעיבן פון נחת. און ווי איך האב אמאל געהערט פון א רב ביי די תנאים פון א זיווג שני. ער האט געזאגט דעם (מאמר חז"ל)/פסוק?: "גדול יהיה כבוד הבית האחרון מכבוד הבית הראשון"...
![זייער פרייליך :D](./images/smilies/icon_e_biggrin.gif)
כ'האב מיך דערמאנט א מעשה, וואס כ'האב שוין פארציילט דא אין קאווע שטיבל. אז איך בין אמאל געגאנגען מיט מיין זוהן אויף א "באשוי" און דער (נישט-געווארענער, ב"ה) מחותן האט עים גענימען אויף זייער א שטרענגן פארהער. האביך מיך געוואלט אנרופן: ר' מחותן. איהר ווילט נעמען אן איידעם אדער אויפנעמען א רב???...!