בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 1:07 pm
דורך ברסלבער
זיך רעכענען מיט יענעמ'ס געפיהלן

ווען דער חפץ חיים זי"ע איז אנגעקומען אין א געוויסע שטאט האט אים א חשובער בעה"ב איינגעליידנט צו קומען עסן נאכטמאל ביי אים אין שטוב. ווען דער חפץ חיים האט אנגענומען די איינליידענונג, איז דער איד אהיים געלאפן און געזאגט פאר זיין ווייב אז זי זאל אנגרייטן א גוטע סעודה ווייל דער צדיק גייט עסן ביי זיי היינט. די פרוי איז געווארן זייער איבעראשט פון די גוטע בשורה, און האט זיך גענומען מיט גרויס פלייס אנגרייטן די סעודה.
צוליב די גרויס פרייד און איבעראשונג אז זי האט די זכי' צו האבן דעם צדיק אין זייער שטוב, האט זי נישט אינזין געהאט וואס זי טוט, און זי האט פארגעסן אז זי האט שוין איינמאל אריינגעלייגט זאלץ און פעפער, דעריבער ווען זי האט געוואלט אז דאס עסן זאל זיין גוט האט זי נאכאמאל באזאלצן און באפעפערט דאס עסן, זי האט געוואלט צושטעלן דאס בעסטע פארן צדיק.
צו די באשטימטע צייט איז דער חפץ חיים אנגעקומען צו די סעודה, און ווען ער האט אנגעהויבן צו עסן האט ער גלייך געשפירט אז עס ברענט אים די צינג, ער האט פארשטאנען אז עס איז געשעהן עפעס א טעות, ער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט נאר ווייטער געגעסן.
ווען דער בעה"ב האט אריינגענומען די ערשטע לעפל האט ער אויך גלייך געשפירט וואס דא איז געשעהן, ער האט גלייך געוואלט פארהאלטן זיין פרוי, אבער דער חפץ חיים האט אים געגעבן א קלאפ און געזאגט: "שטיל, עס אויף געהעריג און זאג נישט קיין ווארט, דיין ווייב האט זיך אנגעפלאגט צו צוגרייטן דאס עסן, מען טאר איר נישט פארשעמען".
דער בעה"ב האט זיך געריבן די צינג און ליפן ביי יעדן לעפל, אבער דער חפץ חיים, זעהענדיג ווי די בעה"ב'סטע שטייט און קוועלט ווי דער צדיק עסט אירע מאכלים, האט ער א גאנצן צייט געזאגט: "אזא גוט מאכל, איך האב שוין לאנג נישט געהאט אזא גוט מאכל".
נאכן עסן האט דער חפץ חיים מסביר געווען פארן בעה"ב, אז די פרוי איז געשטאנען א גאנצן טאג און זיך געמוטשעט צו קאכן און צוגרייטן די סעודה, נאר צוליב גרויס איבעראשונג און צומישקייט האט זי פארגעסן און איבער געזאלצן דאס עסן, און אצינד ווען זי איז געקומען און געקוואלן פון נחת אז מיר עסן אירע מאכלים, טאר מען איר נישט פארשעמען אז עס איז נישט גוט, ווייל זי וועט קיינמאל נישט האבן קיין מנוחה אז זי האט געגעבן צו עסן געזאלצענע עסן, דעריבער דארף מען זיך אנשטרענגן און עס אויפעסן און זאגן אז עס איז זייער גוט.

Re: סיפורי צדיקים פאר "היינטיגע קינדער"

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 6:25 am
דורך טאמבל סאס
יישר כח. מיינע קינדער זענען זיך מחיה מיט די געפארטיגטע אידישע סיפורי צדיקים