בלאט 2 פון 4

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 11:21 am
דורך קאווע טרינקער
outspoken האט געשריבן:ווי גייט דאס ווארט, סאטמאר 550 (בעדפארד) פאפא 660 (בעדפארד) חב"ד 770

אמאל איז דאס געווען א גוט ווארט.
היינט צו טאגס וואוינט סאטמער רבי אין קרית יואל. (פרענטש וואנילע - האלטיך איין)
פאפא רבי אויף פענן סטריט.

נאר חב"ד איז געבליבן די זעלבע

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 11:25 am
דורך outspoken
ooch טו נישט אזוי וויי מיין רבי...

ב.ד. וו. דאכט זיך אז חבד'סקע רבי האט זיך אויך אריבערגעצויגען קיין QUEENS...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 11:45 am
דורך טעפל
outspoken האט געשריבן:ooch טו נישט אזוי וויי מיין רבי...

ב.ד. וו. דאכט זיך אז חבד'סקע רבי האט זיך אויך אריבערגעצויגען קיין QUEENS...

בקיצור קיינער בלייבט נישט די זעלבע לעולמי עד (חוץ אויב ער איז משיח!)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 12:04 pm
דורך איך אויך
outspoken האט געשריבן:ווי גייט דאס ווארט, סאטמאר 550 (בעדפארד) פאפא 660 (בעדפארד) חב"ד 770

דער ווארט גייט אזוי: סאטמאר האט 550 חב"ד 770 און פאפא כידוע זוכט נאכצומאכן האבן זיי געקויפט 660.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 1:57 pm
דורך [NAMELESS]
לעמאן דזשוס האט געשריבן:קופערניקעס, אין אזא זמן וואס החשך יכסה ארץ, ווען די רשעי עמינו, די מכם ובכם, די ממך ומנך האבן זיך באוואיגן צו פארמעסטן וכולי קומטסטו און מיט דיין הומאריסטישן פעדער שלעפסטו ארויף אומווילנדיגע שמייכלען אויף יידן׳ס בעקעלעך.....

הפלא׳דיג וויזוי דו האסט צוזאמגעשטעלט די סך הכל פון די יידישע נייעס אין די לעצטע וואך


לעמאן דזשוס איך האף אז די האסטו נאך מקורות פון חיזוק פאר אזא פינסטערע זמן, יא, הומאר קען העלפן, אבער פארלאז זיך נישט אינגאנצן דערויף, אין פאל אז חלילה דער חושך, דער מכם ובכם, דער ממך ומנך, הכל בכל מכל, שלי שלך שלך שלי וכו', איז מצליח חלילה, הייב שוין אן זינגען אז מען גייט אפיעלן און עס איז נאכנישט פארטיג.
בכל אופן, יישר כח פאר דיינע קאמפלימענטן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:58 pm
דורך יתרו
Starbucks האט געשריבן:מוה״ר קופערניקוס, ביזט א דשיניעס!

איך וואלט נישט געזאגט דשיניעס, איך וואלט געזאגט א גוטע פוילישער דריי קאפ,
שוב ראיתי אז קופערניקעס שטאמט טאקע פין פוילן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:11 am
דורך קאווע טרינקער
קופערניקוס, כ'האב נאכאמאל דורך געליינט דיין מאמר כנתינתן מחדש.
מיין בויך שאקעלט זיך נאך אלץ.

כ'בין גרייט דיר צאלן פאר נאך.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:52 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:קופערניקוס, כ'האב נאכאמאל דורך געליינט דיין מאמר כנתינתן מחדש.
מיין בויך שאקעלט זיך נאך אלץ.

כ'בין גרייט דיר צאלן פאר נאך.


גרויסע שקויעך, יו, כ'בין סוי מאשענאל... טענק יו.
קאווע, איך האב הנאה אז די לופטערסט זיך אויס נאך די אלע טרערן. און בפרט טאקע אז מען שטייט נאך אין די וואכן ארום כ"א כסליו, איז דאך זיכער אז עס איז א דבר נחוץ, אזוי ווי דער רבי ברענגט, שוין כ'על נישט אויפהאלטן, מיט דעם קען מען פארעענטפערן שמח תשמח רעים אהובי... עי, וואס שרייב איך דא סתם שטותים? סארי

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:12 pm
דורך אריק
דאכט זיך אז מען מישט צאם דא, ר' ישעי' טשוכבער איז די מעשה געווען ביים אנטלויפן פון קלויזזענבורג מיטן אמבולאנס.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 7:17 pm
דורך berlbalaguleh
עסן עסט'זיך האט געשריבן:קופערניקוס די ביסטו א פיינער לץ

און א היפשער ידען צו קענען אהערשטעלן אזא קוגל. ייש"כ.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:30 pm
דורך היסטאריקער
אריק האט געשריבן:דאכט זיך אז מען מישט צאם דא, ר' ישעי' טשוכבער איז די מעשה געווען ביים אנטלויפן פון סאטמאר קיין קלויזזענבורג מיטן אמבולאנס.



לויט ווי איך געדענק איז די מעשה מיט ר׳ ישעילע טשחויבער געווען ביי די קאר וואס האט ארויס געראטעוועט הרה״ק מבעלז זי״ע פון באכניע, איינער פון די גבאים האט צוגעכאפט זיין פלאץ

אין סאטמאר האט געדארפט מיט גיין א איד (איך געדענק נשט זיין נאמען) וואס האט זיך אויסגעקענט אין קלויזענבארג, און געוויסט די אדרעסס ווי מ׳ דארף גיין, אבער אזוי ווי אנדערע מענטשן האבן זיך ארויפגעשטיפט האט ער נישט געקענט ארויפגיין אין אמבולאנס, צוליב דעם האט מען אין קלויזענבארג נישט געוויסט ווי צו גיין, און מ׳ האט ארעסטירט דעם רבי׳ן

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 11:44 am
דורך [NAMELESS]
אין גאר מעכטיגע נייעס איז באקאנט געווארן וואס דער גרעסטער תלמיד און מעריץ פון סאטמארער רבי'ן, האדמו"ר רבי מרדכי בן מרגליא, האט ערקלערט ברבים ביי א שמועס פאר זיינע טויזנטער חסידים אז קאסטנער האט געראטעוועט דעם סאטמאר רב!
וויזניצער רבי איז דער חשובסטער מעריץ פון סאטמארער רבי'ן, אין די היסטאריע ביכער גייט דער וויזניצער רבי פארצייכנט ווערן אלס דער גרעסטער תלמיד פון סאטמאר רבי'ן. אזוי ווי אין די היסטאריע ווייסט מען אז דער תפארת שלמה פון ראדאמסק איז געפארן צום דברי חיים פון צאנז אויף שבועות, קיינער ווייסט נישט וועגן די רבנים פון נירעדהאז און שאראשפאטאק וואס האבן זיך מתאבק געווען בעפר רגליהם. די זעלבע מיטן רבי'ן זי"ע, קיינער וועט נישט געדענקען רבי משה יאזעפאוויטש אדער רבי מיילעך הגדול, נאר רבי מאטעלע וועט אין די היסטאריע זיין דער תלמיד פון רבי יואליש.
דער וויזניצער רבי בלוטיגט שוין יארן אז מען איז נישט מכיר טוב קאסטנער'ן, און יעצט האט ער זיך נישט דערשראקן פון די ארזי הלבנון לבית פילעפ, געלבמאן וכדומה, און ער האט ברבים אויסגעדרוקט הכרת הטוב צו דאקטאר קאסטנער.
די ארגאנען פון די אומאפהענגיקע ארטאדאקסיע האבן שארף אטאקירט דעם וויזניצער רבי'ן פארן דערציילן דעם סוד. איך האב נישט די צייטונגען, אבער ווי איך הער האט דער בלאט אונטערגעריסן דעם גרויסן רבי'ן, און דער איד האט גלאט אזוי פארדרייט דעם רבי'נס ווערטער.
געוויסע זאגן אז דער וויזניצער רבי איז קעגן די עבודה פארטיי, און האט נישט געשטיצט דעם קאסטנער אייניקל און האט דעריבער געמוזט אליין אויסדרוקן הכרת הטוב קאסטנער'ן.

נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:46 pm
דורך [NAMELESS]
האט קיינער נישט געליינט די איד און בלאט די וואך, ביידע האבן זיך מתייחס געווען צו וויזיניצער רבי'נס ווערטער איבער קאסטנער

נשלח: מוצ"ש יולי 19, 2014 11:30 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'איז לעצטענס נתפרסם געווארן אן ארטיקל וועגן סאטמער רב'ס צוגאנג צום מלחמה / ציונית. אויב איינער קען דאס איבערטייטשען אויף אידיש וואלט געווען א גרויסע תועלת.

נשלח: מוצ"ש יולי 19, 2014 11:54 pm
דורך פליקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'איז לעצטענס נתפרסם געווארן אן ארטיקל וועגן סאטמער רב'ס צוגאנג צום מלחמה / ציונית. אויב איינער קען דאס איבערטייטשען אויף אידיש וואלט געווען א גרויסע תועלת.

איך האב עס געליינט, עס איז שקר מרישא עד גמירא, גאר שטארק מיגזם, באשילדיגט דעים רבין אויף אלע עוולת וואס יעדע נאצי איז באגאנגען, זייער נישט יושר, אבער די אויפטיען וואס ער איז יא מודה באריכטן זיי נאר אזוי כלאחר יד.

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 12:33 am
דורך ישראל קאפקע
קען איינער ביטע פארעפנטליכן דעם ארטיקל?
כאטש אין ענגליש אויב איר קענט נישט איבערזעצן.
דער עולם וואלט געווען זייער דאנקבאר.

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 1:22 am
דורך געפילטע פיש

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 1:28 am
דורך משבק
וואס זוכט די אשכול אין שמייכל??.

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 1:48 am
דורך געפילטע פיש
ווייל ס'האט אמאל עקזעסטירט א קופערניקוס ז"ל דא וואס האט געוויסט וויאזוי ליצנות צו מאכן פונעם זכיסעליינו און ארויסרופן היפאקריטסווע און כפיית טובה, אויף א וועג אז אפילו זיינע חסידים האבן הנאה געהאט. פאר מער זע די ערשטע תגובה אין דעם אשכול.

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 2:51 am
דורך berlbalaguleh

געפילטע: ייש"כ פר ברענגען די לינקס. איך האב נאר געליינט א טייל פון דעם רעפארט אין טאבלעט מאגאזין. איך האלט נישט אז אלעס וואס ער ברענגט אראפ איז 100% אמת. א סאך פון דעם איז געבויעט אויף השערות און פערזענליכע מיינונגען פון די שרייבערס. אבער דאך איז דא זייער א סאך אינטרעסאנטע אינפארמאציע וואס מ'האט אייביג פארדעקט און פארהוילן פון אונז. ווייל כאטש מיר האבן געהאט אזאלכע גרויסע שרייבערס ווי ר' סענדער דייטש, אבער ער איז געווען נאך א גרעסערער דעמאגאג און ציניקער. ער האט אייביג געשריבן האלבע אמת'ן און גאנצע ליגנטס. לויט ווי ס'האט געשטימט מיט זיין אגענדא... :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 3:35 am
דורך ישראל קאפקע
?How do I upload an image in the comments

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 8:58 am
דורך קאווע טרינקער
בערל.... Finally א תגובה ווי סענדער דייטש קומט טאקע אריין...

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 3:24 pm
דורך איחוד פעלד
בקיצור,

זיי שטעלען אהער אפאר פראגעס

צווישען אנדערע

א. פארוואס האט ר' יואליש נישט געווארענט זיינע חסידים וועגען די שחיטות אין פוילען.

ב. פארוואס איז ער אליין געפארען אויף דער קאסטנער באן, ווען עס איז געוועהן דורך ציונים.