סאו וואט, ביסט גערעכט, די נעקסטע אינגרידיענט (וועלכע דו האסט פארגעסן אז יענע רבי האט נישט) איז א גוטן קאפ.
און בד"וו, אז מען רעדט שוין פון ליטווישע גדעילים, וועט זיין אינטערעסאנט צו באצייכענען, אז מען האט אמאל געפרעגט דעם בריסק'ער רב (ר' חיים) פארוואס מען באצאלט אים: "קיין שאלות פסק'נט איר נישט, דין תורות פירט איר אויך נישט, דרשות האלט איר נאר צוויי מאל א יאר, אויב אזוי פארוואס באצאלט מען אייך"?
האט דער הייליגער בריסקער רב געענטעפערט: דער ארבעט פון א רב היינטיגע צייטן איז "צו זיין גוט צו אידן". דאס טוה איך און פאר דעם באצאלט מען מיר. און ווער עס קען אביסל זיין היסטאריע ווייסט אז פונקט דאס האט ער געטוהן, ארום געלאפן טעג און נעכט שאפן געלט פאר אלמנות און יתומים, געהאט א גרויסן פאנד, וועלכע ער האט אליינס אויסגעהאלטן, פאר האלץ פאר ארימע אידן. יעדעס מיידל אדער ווייבל וועלכע האט געבוירן א נישט כשר קינד האט עס פלעין איבערגעלאזט ביים טיר פון ר' חיים'ן און ער האט די אלע קינדער אויפגעצויגן, אויסגעהאלטן און חתונה געמאכט. אט דאס איז געווען דער גרויסער ר' חיים בריסקער.
סאו דאס איז דער ליטווישער דרך.
און אז מען רעדט שוין פון ארויסגעבן ביכער איבער גדולים און שרייבן דארט דעם גאנצן אמת, ארויסצוברענגען וואס דער מענטש איז באמת געווען, וואלט געווען כדאי צו דערמאנען צוויי דוגמאות. איינס איז לארדשער דען לייף, וואס דער ליאזנער רבי האט ארויסגעגעבן איבער דעם ליובאוויטשער רבי'ן, ער האט טאקע דארט באשריבן דעם רבי'ן באמת, וואס ער איז געווען (למעשה האט ער נאר ארויסגעגעבן די ערשטע צוויי חלקים פון די געפלאנטע פינף, נאכדעם איז ער געווארן ביזי מיט זיין מיוזעאום און פארגעסן פון די ביכער) און די ליובאוויטשער האבן אים טאקע געוואלט הרג'ענען דערפאר. אבער למעשה איז עס זייער א שיינער בוך און עס ברענגט זייער גוט ארויס דעם לעצטן ליובאוויטשער רבי, און די אינטערסאנטע זאך איז, אז נאך וואס איך האב עס געליינט האב איך אנגעהויבן אסאך מער צו האלטן פון אים ווי פאר דעם.
דער צווייטער איז די מעיקינג אוו עי גאדאול, וואס ר' יעקב קאמינעצקי'ס זוהן האט ארויסגעגעבן, אויך שרייבענדיג דעם "גאנצן" מעשה, און די ליטווישע וועלט איז געגאנגען באנקערס, מען האט עס גע'אסר'ט און מחרים געווען און אים געצווינגען עס איבערצודרוקן מיט א שטרענגען צענזור... (נאר פון דעם הגאון זענען זיי געווען צופרידן די ליטפאקעס)
מעשיות וואס דארפן בלייבן סודות
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
הדד דו קענסט צולייגן אויך די ספר החזון איש פון ר' בנימין בראון א הערליכע טיפע מייסטער ווערק, מלא טעם וואס שטייט העכער אלע מעשה ביכלעך וואס קומט ארויס אויפ'ן חזון איש און מבאקומט א ריכטיגע בליק אויף דעם חזון איש סיי אויף זיין שטורמישע לעבנס געשיכטע און סיי אויף זיין דרך הלימוד און אויף זיין דרך אין הנהגה.
אויף די ליובאוויטשע רבי איז לעצטנס ארויס א ספר "סודו של הרבי" הגם ס'איז אויך היבש גענויגט צו פארגלעטן פראבלעמאטישע חלקים, און צו אויפבלאזען, אבער דאך גאנץ א שיינע באלאנסירטע ביאגראפיע.
אויף די ליובאוויטשע רבי איז לעצטנס ארויס א ספר "סודו של הרבי" הגם ס'איז אויך היבש גענויגט צו פארגלעטן פראבלעמאטישע חלקים, און צו אויפבלאזען, אבער דאך גאנץ א שיינע באלאנסירטע ביאגראפיע.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יאיר האט געשריבן:אין א נייע פאוסט דורך מארק שפירא ברענגט ער עטליכע זאפטיגע מעשיות פון "השקדן", און ער ווייזט ווי אזוי מ'האט עס ארויסגענומען אין די ארטסקראל הוצאה אויף ענגליש. אין צוגאב ברענגט ער ענליכע מעשיות פון אנדערע ספרים אויף נאך גדולים. איין קוריאזע מעשה וואס האט מיר געקאסט א לאך קומט פון טובך יביעו פון ר' יצחק זילבערשטיין. א יונגערמאן וואס איז געווען אריינגעטון אין לערנען האט געהאט אסאך קינדער, און ווען ער האט געבוירן א מיידל האט ער "בטעות" געגעבן א נאמען וואס איינע פון זיינע קינדער האבן שוין געהאט! אויב האב איך אמאל געהאט א ספק אז ר' יצחק אדער איינער פון זיינע "שואלים" ערפינדן די אלע צורידערטע שאלות איז עס יעצט געווארן נתברר אלס זיכער.
די נקודה איז, אז אויב מ'קומט און מ'פארציילט אזאלכע מעשיות אויף א גדול. סיי א ליטווישער אדער חסיד'ישער רבי. אדער מ'זעהט א שאלה אדער א תשובה אין א ספר וועלכע זענען נגד השכל, און ס'קומט פשוט צו לאכן, טאר מען גארנישט זאגן ווייל מ'הייסט אן אפיקורס.
ס'איז דא, למשל תשובות אין אגרות משה פון הגאון ר' משה פיינשטיין ז"ל, אדער אין תשובות בית הלוי פון הרב וואזנער שליט"א וואס מאכט איינעם אויספלאצן פאר געלעכטער. בבחינת די באקאנטע מעשה פון די אידענע וואס איז געקומען צו הרב שמואל סאלאנטער זצ"ל, ווען ער האט גיהאלטן אין מיטן א שיעור פאר בחורים און זי האט געפרעגט א מאדנע שאלה. אויב א קאטץ האט אויפגעגעסן די לעבער, וועלכע איז געוועין אין א טעלער אויפ'ן פענסטער. וואס איז די הלכה. צו מ'מעיג עסן די איבריגע טשיקן? די בחורים האבן אויסגעפלאצט פאר געלעכטער. אבער די רבי האט זיי געווינקען צו זיין שטיל. ער האט זיך געמאכט ווי ער קוקט נאך אין ספרים. צום סוף האט ער געזאגט פאר די פרוי אז די טשיקן איז כשר. נאר די קומענדיגע מאל זאל זי נישט לייגן די לעיבער אין א טעלער אויף די פענסעטר. ווייל א קאטץ קען קומען און עס אויפעסן... נאכדעים וואס די פרוי איז אוועקגעגאנגען האט ר' שמואל מסביר געווען פאר די בחרים, אז ער האט זיך באצויגן צו די פרוי'ס שאלה מיט ערנסטקייט, ווייל אויב מ'וועט זי יעצט אויסלאכן וועט זי די קומענדיגע מאל ווען זי וועט האבן אן ערנסטע שאלה נישט קומען פרעיגן דעם רב...!
היוצא לנו מזה. אינז זעען פון דעים אז ממ'עיג אמאל פרעיגן א מאדנע שאלה. אדער מ'קען אמאל זעהן א מאדנע הנהגה ביי א רבי. און ס'קומט אפשר צו לאכן. אבער מ'דארף עס לייגן אין די ריכטיגע פערספעקטיוו. אבער מאכן א גדלות פון דעם אדער ארויסהייבן אלס א מופת. דאס נישט...!
כאטש פון די מעשה מיט ר' שמואל סאלאנטער איז יא משמע א גדלות...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טאמבל סאס האט געשריבן:כ'האב געטראפן צווישן מיין פאטער'ס חפיצים אינדערהיים עטליכע טעיפס אין וועלכע ער מיט נאך אנדערע לומדים שמועסן דורך די סיסטעם וויאזוי מ'איז מעבר דעם אידישן לוח.
כ'גרייט מיך עס צו פארקויפן פאר די אינטעליגענט עידזשענסיס, נאר דער וואס בידט פאר דעם העכסט פרייז פארשטייט זיך.
מסתמא איז דא דארטן סודות וויאזוי א ספעיסשיפ קען אנקומען צו מארס. און די אנדערע פלאנעטן. איך מיין אז דו זאלסט זיך פארבונדן מיט נאס"א. זיי וועלן מסתמא צאלן א הויכן פרייז פאר די אינפארמאציע. מעגליך אז ס'וועט זיי שפארן א סאך פארש ארבעט פון יארן...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
הדד בן בדד: איבער דעם העיליגן ליאזנא רבי'ן שליט"א'ס מבינות אויף גדולי התורה והיהדות קען מען זיך נאך א סאך דינגען. אויך איבער זיין אינטעלעקטואלע ערנסטקייט. (פי' דעמאגאגיע.). למשל זיין עקשנות'דיגע און סטופיד באשרייבונג אז די פאפולארע בילד פון חפץ חיים, איז נישט פון איהם. נאר, גאר פון דעם בוטשער פון ראדין...! ווער ס'האט מיטגעהאלטן בשעתו די דעבאטע אין איינס פון די (אונטערגעגאנגענע) אידישע מאגאזינעון, וואו די ליאזנא רעבע שליט"ע איז מסביר בטוב טעם (ודעת, ווייסאיכנישט.) פארוואס די פאפולארע בילד פונ'ם ח"ח איז נישט זיינס. נאר פון דעם ק'צב פון ראדין...ווייסט פון וואס דער מדובר איז...!