נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2014 2:59 am
סאו וואט, ביסט גערעכט, די נעקסטע אינגרידיענט (וועלכע דו האסט פארגעסן אז יענע רבי האט נישט) איז א גוטן קאפ.
און בד"וו, אז מען רעדט שוין פון ליטווישע גדעילים, וועט זיין אינטערעסאנט צו באצייכענען, אז מען האט אמאל געפרעגט דעם בריסק'ער רב (ר' חיים) פארוואס מען באצאלט אים: "קיין שאלות פסק'נט איר נישט, דין תורות פירט איר אויך נישט, דרשות האלט איר נאר צוויי מאל א יאר, אויב אזוי פארוואס באצאלט מען אייך"?
האט דער הייליגער בריסקער רב געענטעפערט: דער ארבעט פון א רב היינטיגע צייטן איז "צו זיין גוט צו אידן". דאס טוה איך און פאר דעם באצאלט מען מיר. און ווער עס קען אביסל זיין היסטאריע ווייסט אז פונקט דאס האט ער געטוהן, ארום געלאפן טעג און נעכט שאפן געלט פאר אלמנות און יתומים, געהאט א גרויסן פאנד, וועלכע ער האט אליינס אויסגעהאלטן, פאר האלץ פאר ארימע אידן. יעדעס מיידל אדער ווייבל וועלכע האט געבוירן א נישט כשר קינד האט עס פלעין איבערגעלאזט ביים טיר פון ר' חיים'ן און ער האט די אלע קינדער אויפגעצויגן, אויסגעהאלטן און חתונה געמאכט. אט דאס איז געווען דער גרויסער ר' חיים בריסקער.
סאו דאס איז דער ליטווישער דרך.
און אז מען רעדט שוין פון ארויסגעבן ביכער איבער גדולים און שרייבן דארט דעם גאנצן אמת, ארויסצוברענגען וואס דער מענטש איז באמת געווען, וואלט געווען כדאי צו דערמאנען צוויי דוגמאות. איינס איז לארדשער דען לייף, וואס דער ליאזנער רבי האט ארויסגעגעבן איבער דעם ליובאוויטשער רבי'ן, ער האט טאקע דארט באשריבן דעם רבי'ן באמת, וואס ער איז געווען (למעשה האט ער נאר ארויסגעגעבן די ערשטע צוויי חלקים פון די געפלאנטע פינף, נאכדעם איז ער געווארן ביזי מיט זיין מיוזעאום און פארגעסן פון די ביכער) און די ליובאוויטשער האבן אים טאקע געוואלט הרג'ענען דערפאר. אבער למעשה איז עס זייער א שיינער בוך און עס ברענגט זייער גוט ארויס דעם לעצטן ליובאוויטשער רבי, און די אינטערסאנטע זאך איז, אז נאך וואס איך האב עס געליינט האב איך אנגעהויבן אסאך מער צו האלטן פון אים ווי פאר דעם.
דער צווייטער איז די מעיקינג אוו עי גאדאול, וואס ר' יעקב קאמינעצקי'ס זוהן האט ארויסגעגעבן, אויך שרייבענדיג דעם "גאנצן" מעשה, און די ליטווישע וועלט איז געגאנגען באנקערס, מען האט עס גע'אסר'ט און מחרים געווען און אים געצווינגען עס איבערצודרוקן מיט א שטרענגען צענזור... (נאר פון דעם הגאון זענען זיי געווען צופרידן די ליטפאקעס)