בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 9:37 am
דורך יואב
אין מונטריאל בין איך געוועזן פאראיאר חנוכה, און געקויפט דארטן מילעכיגע דאונאטס. איי איז דאס גוט געוועזן! לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אליפורני'ס קאפ איז ווערט געוועזן דעם דאונאט! פאר דעם אליינס וואלט איך זיך נאכאמאל אראפגעלאזט. (ווער וויל מיטקומען?). מיין פאוינט איז אבער נישט ממש אנצורייצן, נאר פשטות האט יענע געשעפט נישט "התאחדות". וואס יא ווייס איך נישט, ס'הויעך מסתבר אז נישט. איך קען פראבירן מברר צו זיין.
אין אנדערע נייעס אין די וועלט פון מיליכיגע דאונאטן, בין איך לכבוד דעם געווארן א "ידיד ותיק". נאך א טעם פארוואס מ'עסט מילעכיגס.
#שאצט נישט אונטער דעם דאונאט!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:10 pm
דורך איך אויך
מיינסט חזקיס?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:21 pm
דורך יואב
איך אויך האט געשריבן:מיינסט חזקיס?
ניין. יתכן חזקי'ס פארקויפט אויך. איך רעד פון א מיליכיגע רעסטוראנט Van Horne corner Durocher.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:24 pm
דורך איך אויך
אה לוזיס?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:26 pm
דורך יואב
איך אויך האט געשריבן:אה לוזיס?
א זוך אויף גוגל באשטעטיגט אז יא. Pot de Luzy. כ'האב זייער הנאה געהאט פון די עסן דארטן. אשרי לו.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:59 pm
דורך איחוד פעלד
ער מאכט געוואלדיגע סינאמען דאנאטס אויך. זיין פיצא קען מען מחולק זיין. ווידער זיין געבראטענע פיש האט אלע טעמים.
אוי איך רעד וועגען קארנער קאפע.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 4:03 pm
דורך מ גפני
איך אויך האט געשריבן:מיינסט חזקיס?
חזקיס שוועסטער אין ק"י אויף פרעשבורג גאס פארקויפט דאס, זי האט טאקע התאחדות
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 4:05 pm
דורך מ גפני
הרב_שלום האט געשריבן:אלע היימישע בעלי מכשירים טוען דאס אסרן התאחדות איז די איינציגסטע וואס איז עס מתיר
וועלעכער בעל מכשיר האט געשריבן אקעגען דעם?