בלאט 2 פון 2

Re: חרדים אנאנסירן צו עפענען אן אלטערנאטיווע צו שוק מחנה יהו

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 6:33 pm
דורך א געלעכטער
גערעכט.
איך בין שוין דארט געווען אסאך מאל. עס זעהט בכלל נישט אויס אוויא א חילונישער מקום, ספעציעל דאנערשטאג און ערב שבת ווען עס איז דא א גרעסער געדרענג וועגען די איינקויפערס פאר שבת.

Re: חרדים אנאנסירן צו עפענען אן אלטערנאטיווע צו שוק מחנה יהו

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 8:02 pm
דורך קול גדול
בקרוב גייט מען איינפירן תקנות וואס וועט זיין א תיקון גדול להרבות טהרה בארץ.
די תקנות ווערן ארויסגעברענגט מיט דעטאלן אינעם פאלגענדן לינק:
http://img2.timg.co.il/forums/1_160032670.pdf

פעלשערייען אין בחינות פאר הסמכה לרבנות

נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 6:34 pm
דורך קול גדול
ווי ס'ווערט באריכטעט האט מען אויסגעטראפן אז אברכים האבן געצאלט פאר אנדערע צו נעמען די בחינות פאר זיי וויבאלד זיי אליין זענען נישט בקיא אין די לימוד.
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4206250,00.html

ווער ווייסט וויפיל נאך אזעלכע פעלער האט פאסירט, און נאכדעם קענען נישט די 'רבנים' פסקנ'ן קיין שאלות, וחרב באה לעולם על עיוות הדין.

Mega Millions לאטערי = $640,000000

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 9:10 am
דורך שמואל הלוי
די Mega Millions לאטערי געים איז ארויף צו א רעקארד הויעך פון $640 מיליאן, די העכסטע אין די היסטאריע.

---
נ.ב. אויב איינער פון דא וועט קויפן די לאטערי צוליב די דאזיגע תגובה, און וועט געווינען, ביטע נשט פארגעסן אראפצוגעבן מיין חלק. א דאנק :lol: .

Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 9:25 am
דורך שמואל הלוי
יא יא, אבער פארגעס אויך נישט אז 2 דאלער היינט איז ווי א דאלער אמאל ;)

Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 12:06 pm
דורך געפילטע פיש
יאנקל האט געשריבן:א גרויסע חכמה. דער פרייז איז דאך פארטאפלט געוואן פון איין דאלאר צו צוויי. איז עס נישט די גרעסטע לאטעריע פער דאלאר.

די פאוער באלל איז ארויף צו צוויי טאלער, נישט די מעגא מיליון.

Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 12:46 pm
דורך kliger
500M now

Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 1:51 pm
דורך גדעון
מ'קען קויפן אנליין?

Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 8:59 pm
דורך nescafe
שלום עליכם
איך האף כ'וועל געווינען די לאטא וועל איך האבן "צייט" קענען פארברענגען /שרייבען

Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 9:14 pm
דורך קול גדול
nescafe האט געשריבן:שלום עליכם
איך האף כ'וועל געווינען די לאטא וועל איך האבן "צייט" קענען פארברענגען /שרייבען

עליכם שלום.
איך וואלט נישט געלייגט גרויס האפענונג דערויף, האסט גרעסערע אויסזיכטן צו שטארבן פון א קאר עקסידענט אדער קענסער ווי צו געוואונען די לאטערי.

Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 9:49 pm
דורך קול גדול
יאנקל האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:
nescafe האט געשריבן:שלום עליכם
איך האף כ'וועל געווינען די לאטא וועל איך האבן "צייט" קענען פארברענגען /שרייבען

עליכם שלום.
איך וואלט נישט געלייגט גרויס האפענונג דערויף, האסט גרעסערע אויסזיכטן צו שטארבן פון א קאר עקסידענט אדער קענסער ווי צו געוואונען די לאטערי.

א מאדנער עטיקעט האסטו זיך געשאפן, אויסצוטוישן די ערשטע פאר ווערטער מיט א גאסט איבער עקסידענטן און קענסער.

ס'האט גארנישט צוטוהן מיט עטיקעט, כ'האב בלויז געברענגט פאקטן. אז די האפענונגן זענען נישט אזוי גרויס מראש ווערט די אנטוישונג נישט זיין אזוי גרויס.

חמץ פאליציי געגרינדעט אין טבריה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:40 am
דורך יידל
היות אין ארץ ישראל קומט דאך א גרויס חלק פון די וואסער פונעם כנרת, אין ביים כנרת דרייען זיך תמיד ארום טוריסטען, איז אויפגעקומען א חשש אז מענטשן וועלן אריינווארפן חמץ אינעם כנרת אין פסח, אין וועלן דערמיט חמצדיג מאכן די וואסער און חמץ בפסח אינו בטל. איז מען אויפגעקומען מיט א געדאנק: חמץ פאליציי... ליינט דעם ארטיקל אין מעריב.
בילד

Re: חמץ פאליציי געגרינדעט אין טבריה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 12:20 pm
דורך שמואל הלוי
אריינווארפן אין וואסער איז פונקט ווי פארברענען כמבואר בגמ', וכן נפסק להלכה, אלזא קומט בכלל נישט אהער דא קיין ביטול, ס'איז "כמבער" חמץ בפסח און נישט "כמבטל" חמץ בפסח.

Mega Millions לאטערי = $540,000000

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 12:51 pm
דורך דעינעש
CNN Breaking News - Mega Millions jackpot increases to $540 million, largest jackpot in world history, lottery officials say.

Re: חמץ פאליציי געגרינדעט אין טבריה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 12:56 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:אריינווארפן אין וואסער איז פונקט ווי פארברענען כמבואר בגמ', וכן נפסק להלכה, אלזא קומט בכלל נישט אהער דא קיין ביטול, ס'איז "כמבער" חמץ בפסח און נישט "כמבטל" חמץ בפסח.

די מדובר איז אז מ'טרונקט די וואסער, ממילא העלפט נישט מבטל זיין ודו"ק.

Re: חמץ פאליציי געגרינדעט אין טבריה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:41 pm
דורך קול גדול
נאך א שטאפל אויפן וועג צו ווערן א מדינת הלכה. איך מיין אז די אנטי ציונים דארפן איבערטראכטן זייער שיטה, ס'ווערט שוין מער מהודר צו וואוינען אין מדינת ישראל, אין גלות וואלט מען אזוינס נישט געקענט אינפארסירען.

לעצטע אפדעיט!

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 2:21 pm
דורך קרעמער1
עס האלט שוין ביי 640 מיליאן!

דער עולם ווערט דא משוגע, מען קויפט אן טראכטן וואס זיי גייען טוהן אויב געווינען זיי עס טאקע....

Re: לעצטע אפדעיט!

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 2:32 pm
דורך שמואל הלוי
קרעמער1 האט געשריבן:עס האלט שוין ביי 640 מיליאן!

איך האב פארראכטן דאס קעפל צום נייעם הויכן נומער.

Re: Mega Millions לאטערי = $640,000000

נשלח: מוצ"ש מערץ 31, 2012 10:40 pm
דורך געפילטע פיש
איין טיקעט וואס האט געוואנען $250,000 איז פארקויפט געווארן אין בארא פארק.