בלאט 2 פון 5

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 1:50 pm
דורך זר זהב
יידל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:אן עוולה. א רשעות! אפילו דער קאנקורענט זאל דא גארנישט מיינען אחוץ ריין ביזנעס, איז עס נאך אלץ אן עוולה. מען ברענט נישט די טריט פאר עמיצן וואס שפאנט געצווינגענערהייט אויף הייסע קוילן.

אנטשולדיגט. ער האלט אויס איר פרוי רייט? זיין פרוי האט געטרינקען בלוט, שטימט? ער איז אן אנפארטונוט אומשולדיגער קרבן דא. איך שוין אים. אבער פונקט ווי ציווילע פאלעסטינער קומען אים ווען איין כאמאס טעראריסט דארף ווערן אפגעווישט אזוי אויך דא. וק"ל.

ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט וויאזוי אזא קאגניטיוו דיסאנסענס קען פארקומען. דער זעלבער זר זהב וואס האט געשריגן אז אפילו אויב וועבערמאן איז שולדיג טאר מען בשום אין אופן נישט שטיצן די מיידל וויבאלד זי טוט עס בלויז אלס נקמה, און אז נקמה איז א מאטיוו וואס א איד טאר בשום אין אופן נישט האבן, דער זעלבער קומט דא טענה'ן אז מ'מעג זיך נוקם זיין אין די מיידל, דורך זיך נוקם זיין אין איר מאמע, דורך זיך נוקם זיין אין מר. קרויס (א כלי שלישי), און ער איז "אן אנפארטונוט אומשולדיגער קרבן דא". ווען יאנקל (דוכט זיך) האט געזאגט די זעלבע אויף וועבערמאן'ס משפחה איז זר געגאנגען באליסטיק. "הארצלאז!" האט מען אים פארשריגן. מה נאמר ומה נדבר? היפאקריטסווע איז צו אן ארעמע ווארט צו באשרייבן וואס דא גייט פאר.

און פשוט-קאמפליצירט האט אזוי עלאקוואנט געזאגט:
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:איך הער דא אן OTD לאגיק פונעם מויל פון אן אדערווייז גוד דזשו. א שאד.

ביזט טאקע אזוי פארריקט? זאג מיר יידל!!

דו פארגלייכסט א נקמה פון איינזעצן איינעם אין תפיסה צו עפענן א קאמפעטישאן אין די ביזנעס וועלט? (וואס וואלט סייווי געמוזט זיין!)

איך ליין גוט?

די קליגערע דא אין שטיבל זענען געווארן פאלנע אידיאטן אין די אשכול! דערלעבט!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 2:36 pm
דורך קפנדריא
יידל, ס'איז נישט קיין כלי שלישי, העכסטנס כלי שני.

זר זהב, איך האלט אז ער איז אומשולדיג, זיין נאמען האט אין ערגעץ נישט פיגורירט, נישט אלס עדות, נישט אים די מידיא, ער איז געבליבן ריין, עכ"פ על פי תורה איז מען לכל הדיעות אים מחוייב דן צו זיין לכף זכות, אויב איז עס קאמפעטישאן ווי קאנסומער אדווייזאר, איז איין זאך, אויב איז עס געשטיצט מיט נקמה געפילן האלט איך ס'איז א געוואלדיגע עולה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 2:39 pm
דורך יידל
קאמפעטישאן איז א געבענטשטע זאך, און פון א ריינעם ביזנעס שטאנדפונקט איז ראוי צום באגריסן דעם נייעם איניציאטיוו. אבער פון א בין אדם לחבירו'דיגן שטאנדפונקט איז עס א רשעות צו גיין רייטן אויפן ציבור'ס אנגעגעסנקייט קעגן א מיידל און מאכן געלט דערויף.

איך בין קאנווינסד אז דער וואס עפנט דעם נייעם דירעקטארי טוט דאס נישט אלץ נקמה, ער טוט דאס זיכער אלץ ריין ביזנעס. אבער זיין ביליגע אפארטוניסטישע שטיקל איז אן עקל, און דאס זיך אננעמען אז ער איז בארעכטיגט דאס צו טון וויבאלד מיט די געלט וואס ער מאכט לעבט זיין ווייב וועלכע שטיצט זיין טאכטער, איז ריין היפאקריטסווע, כנ"ל.

(אגב, זר, א פארגלייך מיינט נישט אייביג אז עס האט די זעלבע וועליו גלייך אויף גלייך. מ'קען אמאל פארגלייכן קאנצעפטס אפילו ביי איין פאל רעדט מען פון דין פרוטה און ביי א צווייטע פון דין מאה)

---
קפנדריא: כלי שני, כלי שלישי. ס'כאפט נישט קיין גרויסע נפק"מ. די סיבה פארוואס דער עולם גייט גיין צום נייעם דירעקטארי אוועק פון די אלטע איז נישט ווייל זיי ווילן אפטון זיין ווייב, נאר ווייל זיי ווילן ווי טון דאס מיידל, דו"ק ותשכח.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 2:52 pm
דורך outspoken
יידל האט געשריבן:קאמפעטישאן איז א געבענטשטע זאך, און פון א ריינעם ביזנעס שטאנדפונקט איז ראוי צום באגריסן דעם נייעם איניציאטיוו. אבער פון א בין אדם לחבירו'דיגן שטאנדפונקט איז עס א רשעות צו גיין רייטן אויפן ציבור'ס אנגעגעסנקייט קעגן א מיידל און מאכן געלט דערויף.

איך בין קאנווינסד אז דער וואס עפנט דעם נייעם דירעקטארי טוט דאס נישט אלץ נקמה, ער טוט דאס זיכער אלץ ריין ביזנעס. אבער זיין ביליגע אפארטוניסטישע שטיקל איז אן עקל, און דאס זיך אננעמען אז ער איז בארעכטיגט דאס צו טון וויבאלד מיט די געלט וואס ער מאכט לעבט זיין ווייב וועלכע שטיצט זיין טאכטער, איז ריין היפאקריטסווע, כנ"ל.

(אגב, זר, א פארגלייך מיינט נישט אייביג אז עס האט די זעלבע וועליו גלייך אויף גלייך. מ'קען אמאל פארגלייכן קאנצעפטס אפילו ביי איין פאל רעדט מען פון דין פרוטה און ביי א צווייטע פון דין מאה)

---
קפנדריא: כלי שני, כלי שלישי. ס'כאפט נישט קיין גרויסע נפק"מ. די סיבה פארוואס דער עולם גייט גיין צום נייעם דירעקטארי אוועק פון די אלטע איז נישט ווייל זיי ווילן אפטון זיין ווייב, נאר ווייל זיי ווילן ווי טון דאס מיידל, דו"ק ותשכח.

אוסנוצען א סיטואציע פאר ביזנעס איז א גוטע זאך (ווי למשל מיר זענען פטור געווארען פון א סקיט בעטעריס ביי SANDY, אבער באגראבען יענעם אין זיין שווערע צייט דארף מען עכ''פ פרעגן א שאלה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 3:20 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:אן עוולה. א רשעות! אפילו דער קאנקורענט זאל דא גארנישט מיינען אחוץ ריין ביזנעס, איז עס נאך אלץ אן עוולה. מען ברענט נישט די טריט פאר עמיצן וואס שפאנט געצווינגענערהייט אויף הייסע קוילן.

אנטשולדיגט. ער האלט אויס איר פרוי רייט? זיין פרוי האט געטרינקען בלוט, שטימט? ער איז אן אנפארטונוט אומשולדיגער קרבן דא. איך שוין אים. אבער פונקט ווי ציווילע פאלעסטינער קומען אים ווען איין כאמאס טעראריסט דארף ווערן אפגעווישט אזוי אויך דא. וק"ל.

נו. די נטורי קרתא איז טאקע מוחה. נאר אזוי קען מען זען הייליגע יודן מיט פלאכע ביבער היטן שטיין נעבן פאלעסטינער גויטעס. אלס מצות מחאה קעגן די ציונים.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 8:41 pm
דורך נולד מאוחר
קיינער גייט נישט אפלאזן ביזנעס דיירעקטערי, קען זיין מ'וועט עדווערטייזען און ביידע.
ווען סקומט צי ביזנעס דעלמאטס איז זער עולם אביסעל פארגוישט. די ביזנעס דיירעקטארי איז זייער אויפגעכאפט.

זיי האבן א גוטע עפפ פאר ענדרויד און אייפאן. סהאט אלע נעמען בינעס און רעזידענטיאל. ווען איינער קאלט דיר שרייבט זיך אויף ווער דאס איז. קענסט גרונג טרעפען פאן נומבערס.

סמארט ליסט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 8:56 pm
דורך משה געציל
יידל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט איין זאך, וויאזוי מ'קען זאגן אז די ביזנעס דירעקטערי ברענגט נישט קיין ביזנעס. יעדער מענטש האט זיך זיינע מענטשן צו וועם ער גייט פאר ביזנעס. פלוני נוצט ער פאר א פלומבער, אלמוני פאר זיין עלעקטערישאן. ווען ער מאכט חתונה זאגט אים שוין זיין בחור'ל וועלכע שפילער/זינגער/בדחן, און ס'ווייב טיילט שוין איין וועלכע פאטאגראפירער/זאל/קעיטערער/פארטי פלענער וכו'. אבער אין א פאל ווען דער שפילער איז שוין פארנומען, דער פלומבער איז אויף וואקאציע וכדומה, וואס טוט מען דעמאלטס? איך נעם ארויס דעם דירעקטארי און איך זיך א צווייטן. דער עולם טוט נישט אזוי?

דער אמת איז אז ווען דו רעדסט פון א שפילער/פלאמבער וכדומה ביזסטו גערעכט, אבער עס איז דא פארשידענע ביזנעסער וואס טוען א געוויסע קאסטום ארבעט, למשל א פירמע וואס פאבראצירט א ספעציפישע קאסטום טייערע אייטעם. די מציאות איז אז רוב פון די קאסטומערס קומען נישט אן צום סופלייער/פאבריקאנט/פאכמאן, דורכן ביזנעס דירעקטארי נאר ענדערשט פון מויל צו אויער דורך צופרידענע קאסטומערס. איך אליינטס האב פראבירט א פאר יאר צוריק צו אדווערטייזן אונעם דירעקטערי און איך האב געהאט בערך די זעלבע עקספיריענס וואס הדד בן הדד האט געהאט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 9:09 pm
דורך הדד בן בדד

יידל, דו פרעגסט זייער גוט, און פונקט דאס איז געווען די סיבה פארוואס איך האב אדווערטייזט דארט, און נישט סתם, נאר א פולער פעידש האב איך אריינגעלייגט. און איך זאג דיר א פאקט אז עס האט געברענגט עקזעקטלי איין טעלעפאן קאל במשך דעם גאנצן יאר. איך האב אויך נישט קיין הסבר דערויף, איך בין אליינס געווען שאקד, אבער דער פאקט בלייבט א פאקט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 9:12 pm
דורך הדד בן בדד
קפנדריא האט געשריבן:יידל, ס'איז נישט קיין כלי שלישי, העכסטנס כלי שני.

זר זהב, איך האלט אז ער איז אומשולדיג, זיין נאמען האט אין ערגעץ נישט פיגורירט, נישט אלס עדות, נישט אים די מידיא, ער איז געבליבן ריין, עכ"פ על פי תורה איז מען לכל הדיעות אים מחוייב דן צו זיין לכף זכות, אויב איז עס קאמפעטישאן ווי קאנסומער אדווייזאר, איז איין זאך, אויב איז עס געשטיצט מיט נקמה געפילן האלט איך ס'איז א געוואלדיגע עולה.

פון די אנדערע זייט קען זיין אז עס איז פלעין אן אפארטוניסט, איינער וואס האט דא געזעהן פאר זיך א געלעגענהייט צו מאכן פרנסה. עס איז נאך אלס נישט די שענסטע זאך צו טאהן, אבער דאך אנדערש ווי נקמה. און סתם אזוי, זאל יעדער אריינטראכטן ביי זיך צו ער מאכט נישט אזעלכע חשבונות ביים מחליט זיין ווי ער גייט ספענדן זיינע פאר טאללער: יענער האט בארעדט מיין רבי'ן, גיי איך נישט צו אים, איך וועל דוקא גיין צו זיין קאמפאטישן. וכדומה. מענטשן מאכן כסדר אזעלכע חשבונות.

און ממילא איז זעלבסט פארשטענדליך אז מענטשן וועלן מאכן דא אויך אזעלכע חשבונות, כאטש עס קען זיין אז ער איז נישט שולדיג.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 9:16 pm
דורך הדד בן בדד
משה געציל האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט איין זאך, וויאזוי מ'קען זאגן אז די ביזנעס דירעקטערי ברענגט נישט קיין ביזנעס. יעדער מענטש האט זיך זיינע מענטשן צו וועם ער גייט פאר ביזנעס. פלוני נוצט ער פאר א פלומבער, אלמוני פאר זיין עלעקטערישאן. ווען ער מאכט חתונה זאגט אים שוין זיין בחור'ל וועלכע שפילער/זינגער/בדחן, און ס'ווייב טיילט שוין איין וועלכע פאטאגראפירער/זאל/קעיטערער/פארטי פלענער וכו'. אבער אין א פאל ווען דער שפילער איז שוין פארנומען, דער פלומבער איז אויף וואקאציע וכדומה, וואס טוט מען דעמאלטס? איך נעם ארויס דעם דירעקטארי און איך זיך א צווייטן. דער עולם טוט נישט אזוי?

דער אמת איז אז ווען דו רעדסט פון א שפילער/פלאמבער וכדומה ביזסטו גערעכט, אבער עס איז דא פארשידענע ביזנעסער וואס טוען א געוויסע קאסטום ארבעט, למשל א פירמע וואס פאבראצירט א ספעציפישע קאסטום טייערע אייטעם. די מציאות איז אז רוב פון די קאסטומערס קומען נישט אן צום סופלייער/פאבריקאנט/פאכמאן, דורכן ביזנעס דירעקטארי נאר ענדערשט פון מויל צו אויער דורך צופרידענע קאסטומערס. איך אליינטס האב פראבירט א פאר יאר צוריק צו אדווערטייזן אונעם דירעקטערי און איך האב געהאט בערך די זעלבע עקספיריענס וואס הדד בן הדד האט געהאט.

משה, וואס דו זאגסט מאכט שטארק סענס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:15 am
דורך איחוד פעלד
איך אדווערטייז דארט א פערטעל פעידזש, און עס ברענגט מיר אהן א שיעור קונים.

גאר אסאך מענטשען זאגען אז זיי ווייסען פין מיר אבער קוקען דארט נאך מיין נומבער, פארשטייט זיך אז איך קען נישט זאגען וואס איך טוה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:23 am
דורך נולד מאוחר
די חיליק פון די צוויי בוקס וועט זיין ביי די קאמיוניטי פעדשזעס.
Molostation hot line.
ביי איינס וועט זיין יודל שלעזינגערס נאמבער,
ביי די צווייטע וועט זיין 911 אדער די אפישעל 800 נומבער.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:41 pm
דורך נולד מאוחר
בכלליות איז קאמפעטישן א גוטע זאך.
ביי פאן באק איז עס אביסעל קאמפלעצירט, אויב נישט יעדער גייט עדווערטייזן און ביידע בוכער, וועל איך דארפן האלטן צווי גראבע ביכער. יעדע מאל ווען איך זיך א נומבער קוקען און און וועלכע בוק סאיז.
אביסעל אזוי ווי א קאמפעטישן אויף דור ישרים טעסט. איינער האט די כלה'ס בלוט די צווייטער האט די חתן'ס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:53 pm
דורך אוהב דעת
נולד מאוחר האט געשריבן:בכלליות איז קאמפעטישן א גוטע זאך.
ביי פאן באק איז עס אביסעל קאמפלעצירט, אויב נישט יעדער גייט עדווערטייזן און ביידע בוכער, וועל איך דארפן האלטן צווי גראבע ביכער. יעדע מאל ווען איך זיך א נומבער קוקען און און וועלכע בוק סאיז.
אביסעל אזוי ווי א קאמפעטישן אויף דור ישרים טעסט. איינער האט די כלה'ס בלוט די צווייטער האט די חתן'ס.

גלייב מיר ווען דור ישרים זאל ווען מאכען געלט, וואלטען ביידע געצאפט די בלוט פון חתן און כלה

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:54 pm
דורך נולד מאוחר
אוהב דעת האט געשריבן:

וואס פאלט דיר ביי אז ער מאכט נישט קיין געלט.
סקומט מיתה אויב נישט. עי' אלכסנדר מוקדון אשכול.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:57 pm
דורך sunbar
אוהב דעת האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:בכלליות איז קאמפעטישן א גוטע זאך.
ביי פאן באק איז עס אביסעל קאמפלעצירט, אויב נישט יעדער גייט עדווערטייזן און ביידע בוכער, וועל איך דארפן האלטן צווי גראבע ביכער. יעדע מאל ווען איך זיך א נומבער קוקען און און וועלכע בוק סאיז.
אביסעל אזוי ווי א קאמפעטישן אויף דור ישרים טעסט. איינער האט די כלה'ס בלוט די צווייטער האט די חתן'ס.

גלייב מיר ווען דור ישרים זאל ווען מאכען געלט, וואלטען ביידע געצאפט די בלוט פון חתן און כלה

זיי זענען יודן וואס טוען דאס בלויז לשם מצוה, און צוליב דעם געבן זיי נישט ארויס די רעזולטאטן...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:06 pm
דורך נולד מאוחר
sunbar האט געשריבן:
אוהב דעת האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:בכלליות איז קאמפעטישן א גוטע זאך.
ביי פאן באק איז עס אביסעל קאמפלעצירט, אויב נישט יעדער גייט עדווערטייזן און ביידע בוכער, וועל איך דארפן האלטן צווי גראבע ביכער. יעדע מאל ווען איך זיך א נומבער קוקען און און וועלכע בוק סאיז.
אביסעל אזוי ווי א קאמפעטישן אויף דור ישרים טעסט. איינער האט די כלה'ס בלוט די צווייטער האט די חתן'ס.

גלייב מיר ווען דור ישרים זאל ווען מאכען געלט, וואלטען ביידע געצאפט די בלוט פון חתן און כלה

זיי זענען יודן וואס טוען דאס בלויז לשם מצוה, און צוליב דעם געבן זיי נישט ארויס די רעזולטאטן...

קען זיין תחילתו במצוה סופו בממון. איך ווייס ער האט אנגעהויבן ווייל ער אליין האט געליטן דאס מיינט נישט אז ער מחיוב יעצט ציצישטעלן א סערוויס בחינם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:46 pm
דורך אוהב דעת
ווי האט נאר די רבי געזאגט( פאר בערל פר״מ ,לויט די ארונים) כלל ישראל האט א גוטע נאז זיי קענען גוט שמעקן, די וועלט ווייסט אז זיי מאכען נישט קיין געלט , והא ראיה אז סאיז נישטא קאמפאטישען

נשלח: מוצ"ש יאנואר 05, 2013 11:51 pm
דורך נולד מאוחר
ווייסט איינער ווער סאיז די אינוועסטער פון די נייע טעלפאן בוך?
אז מ'ווייסט ווער דאס איז קען מען גרינגער דערגיין וואס זיין עיקר כונה איז דמים אדער ממון.

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 9:31 am
דורך קרעקער
כוואלט דעס אויכט זייער געוואלט וויסען?
דא ליגט אינוועסטעד כאטשיג 100,000 $ צווישען די ריזיגע סיינס און עדווערטייזמענטס אין ווילאמסבורג בארא פרק מאנרא מאנסי
פאר דע ואס ווייסען וויפיל סקאסט צו פרינטען די גרויסע סייז סיינס די קאמפעני וואס הענגט עס אויף און רענט פאר די הייזער ווי מהענגט עס אויף

כהאף אז סאיז נישט דע זעלבע קאסע וואו סאיז אריין די האלב מיליאן פין קאנטינענטעל

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 12:02 pm
דורך איך אויך
איך וואלט בכלל נישט געווען סורפרייזד צו הערען אז יא.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:26 pm
דורך בדחן
איך בין שיעור נישט איבערצייגט געווארן אז די נייע ביזנעס דירעקטערי איז טאקע א שרעקליכע עוולה, ביז איך האב זיך דערמאנט פון שמואל בערגער ובניו,

שמואל בערגער ובניו זענען און די ביזנעס פון געבן הכשרים, א ווי יעדע ביזנעס האט די ביזנעס רולס, איינע פון די רולס איז אז ער געט הכשרים נאר מיט געוויסע תנאים, איינע פון זיי קאסטמערס האט געטיען א א זאך וואס לויט שמואל בערגער איז עס א קעגן די הלבה, האט ער דערפאר אראפ גענימען זיין הכשר, יענער האט זיך נישט געפוילט נאר גע'מסר'ט שמואל בערגער שאדן געמאכט הינדערטער טויזענטער דאלער,

סאום האו ווי נאר איך האב מיר דערמאנט די מעשה האט באשלאסן יא צו גיין מיט די נייע קאמפאני,

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:11 pm
דורך הדד בן בדד
בדחן האט געשריבן:איך בין שיעור נישט איבערצייגט געווארן אז די נייע ביזנעס דירעקטערי איז טאקע א שרעקליכע עוולה, ביז איך האב זיך דערמאנט פון שמואל בערגער ובניו,

שמואל בערגער ובניו זענען און די ביזנעס פון געבן הכשרים, א ווי יעדע ביזנעס האט די ביזנעס רולס, איינע פון די רולס איז אז ער געט הכשרים נאר מיט געוויסע תנאים, איינע פון זיי קאסטמערס האט געטיען א א זאך וואס לויט שמואל בערגער איז עס א קעגן די הלבה, האט ער דערפאר אראפ גענימען זיין הכשר, יענער האט זיך נישט געפוילט נאר גע'מסר'ט שמואל בערגער שאדן געמאכט הינדערטער טויזענטער דאלער,

סאום האו ווי נאר איך האב מיר דערמאנט די מעשה האט באשלאסן יא צו גיין מיט די נייע קאמפאני,

בדחן, זייער גוט געזאגט. מסכים מיט יעדעס ווארט. איך האף נאר אז דאס איז טאקע ער מיט זיינען קינדער.