בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 10:37 am
דורך שלום על ישראל
ברסלבער האט געשריבן:מיין קאמפיוטער האט עטליכע הונדערט גיג ליידיג, און פלוצלינג געבט זיך עס א פול אן פון זיך אליין אין א מינוט, דערנאך גייט עס צוריק אראפ און ארויף ווי א ראלערקאסטער. יעדע פאר מינוט לאזט ער מיר גארנישט טון ווייל די הארדרייוו איז פול. לכאורה איז דאס א וויירוס, AVG האט גארנישט געטראפן.
איינער מיט אן עצה?

איז מעגליך אז דיין ווינדאס בעקאפ פראבירט צו מאכן עטליכע ווערסיעס?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 10:44 am
דורך ברסלבער
איך ווייס נישט. און אויב יא, ווי אזוי פארעכט מען דאס?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 11:06 am
דורך שמעקעדיג
כ'בין נישט איבערצייגט אז עס איז א ווירוס. אבער אויב יא, איז AVG נישט די בעסטע אפציע, בפרט די אומזיסטע ווערסיע.

אלענפאלס, מאך א סקען מיט "מאלוועיר-בייטס" - malwarebytes
https://www.malwarebytes.org/mwb-intercept/

מאך א deep, full scan

עס קען נעמען א שעה-צוויי, געוואנדן אין די גרויסקייט פון דיין הארד דרייוו און וויפיל אינפארמאציע דו האסט דערויף.
דערנאך קום צוריק רעפארטן וואס ער האט געטראפן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 11:12 am
דורך שלום על ישראל
ברסלבער האט געשריבן:איך ווייס נישט. און אויב יא, ווי אזוי פארעכט מען דאס?

קודם דארפן מיר אויסגעפונען די פראבלעם און דערנאך די רעמעדי. גיי פליז צו די Event Viewer, אויף די לינקע זייט כאפ אהן Applications and Services Logs, דערנאך Microsoft, דערנאך Windows, דערנאך FileHistory-Version, און דאן File History Backup Log.

קוק אויך די לעצטע פאר error מעסעדזשעס, און פראביר צו פארשטיין אויב די טאג-זייגער שטימט מיט די צייט ווען די הארד-דרייוו ווערט אהנגעפילט, און זעה וואס די מעסעדזשעס פארציילן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 12:33 pm
דורך ברסלבער
מ'האט שוין געכאפט דעם שגץ, מ'האלט אים אינמיטן ארויסווארפן פון שול. ווען איך בין פארטיג וועל איך געבן אן אפדעיט, אפשר וועט עס העלפן פאר א צווייטן וואס וועט זיך טרעפן מיט אזא פראבלעם.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 12:40 pm
דורך שלום על ישראל
ברסלבער האט געשריבן:מ'האט שוין געכאפט דעם שגץ, מ'האלט אים אינמיטן ארויסווארפן פון שול. ווען איך בין פארטיג וועל איך געבן אן אפדעיט, אפשר וועט עס העלפן פאר א צווייטן וואס וועט זיך טרעפן מיט אזא פראבלעם.

כ'האב נישט געוויסט אז מ'טוט די זאכן אין ברסלב...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 1:02 pm
דורך שמעקעדיג
ברסלבער האט געשריבן:מ'האט שוין געכאפט דעם שגץ.

מיר ווארטן צו הערן אפדעיטס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 1:22 pm
דורך ברסלבער
איך האב גענוצט א פראגראם WinDirStat וואס ער זוכט אויף וואו עס ליגט באהאלטן אסאך סחורה אויפ'ן קאמפיוטער, ער האט מיר אויפגעדעקט אז דער פראגראם AVG Web TuneUp האט געסטארידשט אין זיין עפפ דעטע א סך הכל פון 550 גיג!
איך האב עס קודם פארמעקט, איך בין נישט זיכער אויב דאס איז א פאלשע AVG אדער די ריכטיגע וואס האט זיך פשוט עפעס צופראסקעט. למעשה האב איך אבער נאכנישט מצליח געווען צו אנאינסטאלן דעם פראגראם. ער איז א גרויסער מחוצף, ער לאזט זיך נישט ארויסווארפן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 1:32 pm
דורך שלום על ישראל
ברסלבער האט געשריבן:איך האב גענוצט א פראגראם WinDirStat וואס ער זוכט אויף וואו עס ליגט באהאלטן אסאך סחורה אויפ'ן קאמפיוטער, ער האט מיר אויפגעדעקט אז דער פראגראם AVG Web TuneUp האט געסטארידשט אין זיין עפפ דעטע א סך הכל פון 550 גיג!
איך האב עס קודם פארמעקט, איך בין נישט זיכער אויב דאס איז א פאלשע AVG אדער די ריכטיגע וואס האט זיך פשוט עפעס צופראסקעט. למעשה האב איך אבער נאכנישט מצליח געווען צו אנאינסטאלן דעם פראגראם. ער איז א גרויסער מחוצף, ער לאזט זיך נישט ארויסווארפן.

האסט שוין פראבירט צו ריסטארטן דעם קאמפיוטער און נאכאמאל אנאינסטאלן?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 1:41 pm
דורך ברסלבער
מער ווי איינמאל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 5:14 pm
דורך שמעקעדיג
פרוביר עס צו ארויסווארפן בשעת דו ביסט אין SAFE MODE

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 5:30 pm
דורך ברסלבער
דאס האב איך אויך פרובירט און ס'האט נישט געארבעט.

למעשה האב איך מיט גרויס שוועריקייטן באוויזן אים אויסצוראטן פון קאמפיוטער, איך האב געדארפט נאכגיין אלע פיילס און סיסטעם פיילס וועלכע האבן שייכות מיט AVG און עס פארמעקן.

ומכאן מודעי אז דער פראגראם פון AVG מיט'ן נאמען AVG PC TuneUP אדער AVG Web TuneUP זענען גראדע גאנץ גוט אין אנהויב, זיי האבן גאר גוטע פיטשערס ווי אזוי צו פארבעסערן און פארשנעלערן דעם קאמפיוטער. זיי זענען אבער תחלתן שלוה וסופן יסורים. עס לוינט זיך זייער נישט, ווייל עס איז גאר גאר שווער עס צו אנאינסטאלן און עס קען מאכן גאר אסאך פראבלעמען.

זוכענדיג אויפ'ן געוועב איבער מיין פראבלעם, האב איך געטראפן פילע אחים לצרה וועלכע האבן זיך אויך געמוטשעט מיט די זעלבע און ענליכע פראבלעמען פון די אויבנדערמאנטע פראגראמען. אויך קומט מיט דערמיט א פראגראם מיט'ן נאמען vprotect וואס מאכט אן אסאך צרות גאנץ ענליך צו א וויירוס, דער פראבלעם איז נאר אז אזוי ווי עס קומט פון AVG ווערט עס נישט פארעכנט אלס וויירוס און די אנטיוויירוס פראגראמען רעכענען עס נישט פאר א פראבלעם.

א גרויסן דאנק פאר די אלע וועלכע האבן פרובירט צו העלפן.

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 7:55 pm
דורך בנימין
איך האב א פראבלעם מיט מיין קאמפיוטער, אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן. די backspace קנעפל האלט זיך אין איין דרוקן ווי פון זיך אליין. איך ריר נישט אן דעם קנעפל, און גארנישט דרוקט עס אראפ, און יעדע פאר מינוט הויב אן צו פליען בעקספעיס אזוי ווי איך וואלט עס ווען געהאלטן אראפגעדרוקט. אויף דערווייל האב איך אנגעצינדען די filter key אפשען, וואס מאכט אז אפילו ווען מען האלט אראפגעדרוקט א באטאן, וועט עס נאר גיין איין מאל. דאס איז אבער נישט די ריכטיגע לעזונג, און דאס מאכט מיר נישט באטעמט ווען איך דארף יא אמאל דרוקן א באטאן פאר לענגער.

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 7:57 pm
דורך הקטן
טריי טוישען דעם קי-בארד

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 8:02 pm
דורך בנימין
ס'איז א לעפטאפ

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:41 am
דורך שלום על ישראל
ביי אסאך לעפטאפס קען מען אראפנעמן די קנעפלעך (אהן צוברעכן...), אז יא, נאם אראפ און ריין און לייג צוריק. אז נישט, פראביר צו רייניגען מיט קאמפרעסטע לופט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:27 pm
דורך בת קול
אלעס ביי די אינטערנעט קומט מיר יעצט אויס צאמגעמישט און נישט אין סדר. איך האב גענומען א סקרין שאט אבער איך קען עס נישט עפענען.
קען איינער העלפן? ביטע מעלדן אין אישי.
שכוח.

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:36 pm
דורך געוואלדיג
עס קען זיך מאכן ווען די קאנעקשן איז שוואך.

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2020 4:24 pm
דורך כרם זית
די ''עראו'' (cursor) פון מיין לעפטאפ האט זיך אויסגעלאשן, קען מיר איינער העלפן עס צוריק אנצוצינדן?

Re: קאמפיוטער פראבלעמס

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:30 pm
דורך פאליטיקאנט
דארפסט געבן מער פרטים, איז עס מיט א ווייער און האסט עס ארויסגענומען און צוריק אריינגעשטעקט?

אויב מיט בלוטוט, שטייט אז עס איז מחובר?

האסט שוין פרובירט צו פשוט ריסטארטן די קאמפיוטער?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:16 am
דורך קא משמע לן
איז עס די מויז אדער נאר די טאטש פעד?
אויב איז עס נאר די טאטש פעד, דעמאלטס קען זיין אז די האסט אומוועלענדיג געדרוקט א האט קי וואס לעשט עס אויס. די קנעפל איז איינע פון די קלענערע עף באטטענס.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:34 am
דורך באר מים
אויב איז עס Bluetooth דארפסטו לכאורה פשוט טוישן די battery

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:03 pm
דורך כרם זית
פאליטיקאנט האט געשריבן:דארפסט געבן מער פרטים, איז עס מיט א ווייער און האסט עס ארויסגענומען און צוריק אריינגעשטעקט?

אויב מיט בלוטוט, שטייט אז עס איז מחובר?

האסט שוין פרובירט צו פשוט ריסטארטן די קאמפיוטער?


עס איז א לעפטאפ, ביז דערווייל ניץ איך א מייזל מחובר דורך א u s b.