בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:45 pm
דורך לעמאן דזשוס
נישט אז ער האט דארט געלערנט אדער שטודירט....
ער איז געוועהן א טראסטי וכדומה, ער האט געטון ״ביזנעס׳ (אויך מיר ביזנעס( מיט זיי, זיי האבן ביי אים אינוועסטירט עטליכע מיליאן דאלאר....
ביטע מעידאף איז וויי יו׳ניק אזוי ווי וועבערמאן פירט סאטמאר
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 2:16 am
דורך לעמאן דזשוס
מיט וועלכע קני מדה מעסט זיך נאמנות פון א מענטש דורכ׳ן בלויזן שריי
אז איינער שרייט אז דיין הויז איז זיינס און ער איז גרייט צו ליארמען אין שטאט דערפאר איז וואס, ובכן המוציא מחבירו עליו הראי׳ זאגן חז״ל אין ב״ק למה לי קרא סברא היא, מאן דכאיב ליה כאיביה אזיל לבי אסיא
ובפרט אז ער דער שרייער האט נישט וואס צו פארלירן, נאר געווינען אביסל נויטיגע סימפאטיע פון זיין מאמע׳ן און אזוינע ווי דיר
אין וועלכן לאגיק שטייט אז שרייען ווייזט אן אויך די ווארהייט פונעם געשריי
זאג, אז די פאלעסטינע שרייען אז דאס לאנד צווישן ים התיכון און דעם ירדן געהער צו זיי, זאגט עס שוין עפעס, ועוד זיי זענען גרייט זיך זעלבסט צו מארדן פאר דעם געשריי אלא מאי איז וואס
און אז די סאטמארע פארטיי יונגלעך שרייען אין וויליאמסבורג שאבעס איז שוין פשט אז עס קיין עירוב נישט פארהאן
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 10:56 am
דורך קפנדריא
ווען איך בין ווען סאטמאר'ס יועץ וואלט איך אויך אזוי געראטן, שיק ווייטער און געגאנגען, אבער אביסל האב איך געהערט פון אונטער די קוליסן, סאטמאר האט אים געשיקט לופטערן אויף איין יאר, און זיי האבן געטון א געוואלד ריסורטש און אויספארשונגען, איך וויל נישט אריינגיין אין פרטים, ער איז זייט דעמאלס דורך די הנהלה אונטער א שטארקע ספאט לייט, ער איז ארויסגעקומען פון די אלע באשולדיגונגען ריין ווי א תינוק בן יומו.
מיט דעם אלעס וואלט איך נאך אלס געראטן סאטמאר זאל אים ווען באזייטיגן, איך מיין אז אויף דעם יאר האבן זיי אים געבעטן נישט צוריק צו קומען.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 3:45 pm
דורך אויס מענטש
איך וויל פרעגן יעדן איינעם דא אין שטיבל.
אויב קלאגט איינער אן א מלמד, וועגן מאלסטעישין, אין די מוסד פארשיקט יענעם, און נאכדעם מאכט מען אלע מיני חקירות ובדיקות, און מען זעהט אז אלעס איז שוא ושקר, איז נאך דא א וועג צוריק פאר דעם מלמד, אזער זאל ער גיין צו אלע שווארצע רוחות ?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 4:08 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז די שאלה. אוודאי זאל ער צוריקקומען.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:53 am
דורך הדד בן בדד
יידל האט געשריבן:מאראל פונעם געשיכטע: פון פענן סטעיט אוניווערזיטעט ביזן קאטוילישען קירכע, פון YU ביז UTA. קראנקע מענטשן זענען דא איבעראל, און קאוועראפס זענען דא איבעראל. קיינער איז נישט אימיון.
יידל, אבער דעם מאראל פון די געשיכטע וועסטו נישט געפונען נישט אינעם טיימס, נישט אינעם דעילי ניוס און אויך נישט אינעם פאוסט. דארט וועסטו נאר טרעפן שוידערליכע, גרויליגע און שרעקעדיגע העצערייען קעגן חסיד'ישע אידן...
און ביי געוויסע מה יפית אידן איז דאס גאר א גוטע זאך
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 4:00 am
דורך הדד בן בדד
יאנקל האט געשריבן:אוטספאקען,
איך פארשטיי פארוואס דו ברענגסט די וויי-יו געשיכטע, דאס איז צו ווייזן אז איבעראל מאכט זיך אזעלכע געמיינע מעשיות. דאס איז זייער א ריכטיגע נקודה. אבער אויב ווילסטו דווקא פארגלייכן די באציאונג פון דער חרדישער געזעלשאפט צו מאלעסטעישאן צו וויי-יו'ס מהלך האב איך מורא אז דו עפנסט א קאנע פון ווערים.
נעם אין באטראכט אז די געזעלשאפט אין אלגעמיין ווערט מער און מער באוואוסטזיניג צו די חורבנות וואס מאלעסטעישאן ברענגט, און, ווי הרב לאם האט געזאגט, איז 1995 איז נאך געווען "פאר די סארט זאכן האבן באקומען א געוויסע בארימטקייט," און "עס איז געווען א גרויסער צעמישעניש" איבער דעם ענין.
אבער נעם אין באטראכט אז אזוי פרי ווי 1995 האט ווי-יו געטון אקוראט דאס וואס מאנכע חרדים טענה'ן
היינט אז מ'דארף טון: שיינערהייט פארשיקן דעם מאלעסטאר. און ווען מ'קוקט וואס חרדים האבן געטון אפילו אין די לעצטע יארן זעט מען אז אפילו
דאס האבן זיי נישט געטון. קוק נאר וויאזוי סאטמאר האט צוריקגענומען דעם מלמד רייכמאן, טראץ די שטארקע באשולדיגונג קעגן אים!
זאת ועוד, יעצט ווען דער סקאנדאל האט אויסגעבראכן אין יאר 2012, קוק וויאזוי די באהערדע אין וויי-יו נעמען עס אויף. געב נאר א קוק אויף דעם
בריוו וואו דער פרעזידענט פון וויי-יו לאדנט יעדן צו לאזן הערן זייערע געשיכטעס, און שטעלט אוועק די שארפע שטעלונג פון דער אינסטיטוציע קעגן מאלעסטארס. פארגלייך דאס צו דער חרדישער רעאקציע ווען דער וועבערמאן סקאנדאל האט אויסגעבראכן, אויך אין יאר 2012...
יאנקל, מסכים, אבער נישט נאר מיט דעם, נאר מיט אלעס וואס קומט פון די גוי'אישע גאס זענען מיר אינטערשטעליג, מיט דאס גוטע און מיט דאס שלעכטע. ביי אונז טרעפסטו נאך נישט איגעלייט מיט ביבער הוטן וועלכע וואוינען צוזאמען אין א דירה אלס טאטע און פערענט און האבן אויך אריינגענומען אן אויפצאכטלונג וגו' וכו'.
סאו גיב אונז א טשענס און מיר וועלן אויך מאכן אביסל סדר מיט מאלעסטערס. גיב אונז דעם בענעפיט פון צייט אזוי ווי וויי יו טענה'ט אז עס קומט זיי. אבער מען טוט דאס נישט. מען כאפט זיך ארויף אויף אונז ווי אויף א געבראטנס און מען האקט אריין אין אונז ווי מיר וואלטן ווען באמת געווען קאלטבלטיגע מענטשן פרעסער.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 4:10 am
דורך הדד בן בדד
יאיר האט געשריבן:יאנקל האט גוט געזאגט, עס זענען דא קאוועראפס ביי יעדן. די שאלה איז, ווי אזוי באהאנדלט מען עס. ביי פען סטעיט האט מען אפגעזאגט דעם אלטן דזשאו פעטערנאו צוליב דעם. דאס איז אזוי ווי סאטמאר זאל אפזאגן דעם רבי'ן פון זיין פאזיציע ווייל ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די מאלעסטעישן קלאגעס. און לאמיר זיין קלאר, די וויי יו און פען סטעיט זענען נישט מער עמפינדליך צו דעם ווייל זיי זענען גרעסערע צדיקים, נאר ווייל זיי ווייסן אז זיי גייען צאלן א פרייז אויב זיי שטעלן זיך נישט צו, און דעריבער האבן זיי איגנארירט די קלאגעס אין די פירסט פלעיס. אבער סאטמאר דארף גאנץ קנאפ מורא האבן אז מען וועט אויפהערן שיקן זייערע קינדער אין די מוסדות, דערפאר קענען זיי טון וואס זיי ווילן.
צו די וואס שימפן אויף די וויי יו אז דאס קומט צוליב זייער פארדארבענע חינוך, וואלט איך געוואלט פרעגן מיט וואס זיי זענען אנדערש ווי די מאדערנע אדער גויים וואס באשולדיגן די חסידישע אידן אז זייער חינוך סיסטעם ברענגט אזעלכע אדער אנדערע קרבנות.
אגב, מיר זעט אויס אז דאס איז נישט געווען קיין עכטע מאלעסטעישן קעיס, נאר א האמאסעקסועלע שייכות צווישן די לערערס און די ערוואקסענע מענער.
ר' יאיר אנטשולדיגט מיר. עס איז נישט נאר נישט קיין פארגלייך, נאר לגמרי צוויי אנדערע זאכן. קודם לאמיך דיר זאגן אז דשאו פאטערנאו אין פען סטעיט איז געווען זייער ווייט פון וואס דער רבי איז אין סאטמאר, ער איז געווען מער עפעס אזוי ווי א, לאמיר זאגן, ר' זלמן לייב פילאף, אדער כ'ווייס (כ'בין נישט גענוג באקאנט מיט די נעמען דארט) ר' .... בלומענפעלד אין די ישיבה אין קווינס.
אבער אסאך מער פון דעם איז דאס אז פאטערנאו האט פאר אסאאאאאך יארן אקטיוו געשטופט אינטערן קארפעט די קאמפלעינטס אקעגן זיין בייהעלפער מר. סענדאסקי. נאך מיט צען יאר פריער האט מען שוין געוואלט דעם סענדאסקי רעפארטן צו די אויטאריטעטן (עס איז שוין געווען באקאנט דארט נאך אסאך פריער פון דעם איבער די מעשים פון סענדאסקי, אבער אין 01 איז דא קלארע הוכחות אז מען האט אים געוואלט רעפארטן און פאטערנאו האט עס אפגעהאלטן) און דשאו פאטערנאו האט עס אקטיוו בלאקירט. און מען רעדט נישט דא פון אן איזאלירטן אינצידענט ווי איין מאמע מיט איר אפגעפארענעם זון שרייען אז ער האט מאלעסטעד, נאר פון פילע מעשיות, עס איז געווען א ברייט באקאנטע זאך אין קאלעדש דארט איבער די מעשים פון סענדאסקי. און דאך האט מען אים נישט פארשיקט ביז עס איז געווארן א מיאוס'ער שטינק איבער גאנץ אמעריקא.
און... מען האלט אין 2011 און אזא אנגעזעענע איניווערזיטעט ווי פען סטעיט האט נאך געווארפן די זאכן אונטערן קארפעט. און דא האט מען אזעלכע ווילדע טענות אויף סאטמאר...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 4:14 am
דורך הדד בן בדד
לעמאן דזשוס האט געשריבן:נישט אז ער האט דארט געלערנט אדער שטודירט....
ער איז געוועהן א טראסטי וכדומה, ער האט געטון ״ביזנעס׳ (אויך מיר ביזנעס( מיט זיי, זיי האבן ביי אים אינוועסטירט עטליכע מיליאן דאלאר....
ביטע מעידאף איז וויי יו׳ניק אזוי ווי וועבערמאן פירט סאטמאר
וועבערמאן ווערט נישט באצייכנט אצינד אין די מידיע אלס לידער אין סאטמאר צוליב דעם וואס ער האט געלערנט איז סענדס סטריט נאר צוליב דעם וואס ער געהער צו דעם קאמיוניטי. מעדאף האט געהערט צו דעם קאמיוניטי, אפגעזעהן פון ווי ער האט געלערנט אדער נישט געלערנט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 6:17 am
דורך יאיר
מיט'ן גרעסטן כבוד צום מלך אדום מוז איך חולק זיין אויף אים. פעיטערנאו איז געווען פיל מער ווי דער סאטמארער רבי. ער איז געווען באטראכט אלס א 'סעינט' (פארהייליגטער) ביי ריזיגע מאסן, זיין סטאטוע איז געשטאנען פראמינענט ביז דעם סקאנדאל, און מען האט פראדוצירט טי שוירטס וכדו' מיט זיין בילד, וואס זענען געווען בעסטסעללערס ביז לעצטנס. סאטמאר רבי וואלט זיך געווינטשן צו האבן איין פראצענט פון זיינע (געוועזענע) חסידים.
אבער מיט דעם עיקר נקודה ביסטו זיך טועה. איך פארטיידיג דא נישט פעיטערנאו אדער פען סטעיט. איך ברענג נאר ארויס אז ענדגילטיג האבן זיי זיך געמוזט ברעכן און אים אפזאגן טאקע וויבאלד די סקאנדאל איז ארויסגערינען, און די מאסן האבן נישט פארטיידיגט סענדאסקי אז ער דארף נאך שידוכים טון מיט די קינדער. אין פען סטעיט זענען עטליכע מענטשן געווען קארופטירט, ביי אונז איז רוב פון דער קאמיוניטי קארופטירט אין דעם הינזיכט, דערפאר האט מען געקענט טון וואס מען האט געוואלט, ביז דער דרויסנדיגע וועלט האט זיך ליידער אריינגעמישט מיט שלעכטע כוונות, און דאס האט טיילווייז געמאכט סדר - מיט ביטערע קאנסעקווענצן.
די איראנישע זאך איז אנשטאט מען זאל אנערקענען אז מיר לעבן נישט אויף אן אינזל און אז מען וועט ענדגילטיג מוזן אפגעבן דין וחשבון פאר אזעלכע סקאנדאלן, גייט מען מיט'ן קאפ אין וואנט, און מען באשולדיגט די צייטונגען כאילו זיי האבן געשאפן דעם פראבלעם.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:16 am
דורך קאווע טרינקער
ועבערמאן ווערט נישט באצייכנט אצינד אין די מידיע אלס לידער אין סאטמאר צוליב דעם וואס ער האט געלערנט איז סענדס סטריט נאר צוליב דעם וואס ער געהער צו דעם קאמיוניטי. מעדאף האט געהערט צו דעם קאמיוניטי, אפגעזעהן פון ווי ער האט געלערנט אדער נישט געלערנט
אז די מידיע זעהט אז מ'דינגט אויס א זאל אין צענטער פון שטאט, ס'הענגט פלאקאטן, מאסן קומען צו שטיצען, - מעג'ן זיי מיט רעכט באטראכטען אים ווי א וויכטיגע פיגור אינעם קומיוניטי. זיי ווייסען דאך נישט, אז באמת זענען אידן בני רחמנים, און זיי וואלטן גאשאפען מיליאנען פאר יעדע איד וואס דארף זיצען, למשל פאר דאסקלאוויטש וואס זיצט אין רייקערס
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 1:38 am
דורך [NAMELESS]
ער רעדט וועגען די חילוק פון די סקאנדאלען אין YU און סאטמאר
http://finkorswim.com/2012/12/17/the-si ... -scandals/
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:36 pm
דורך לעמאן דזשוס
רבותי, ס׳איז צרות צרורות
באריכטן גיבן איבער אז א ערך פון פעעערצן תלמידים פון מיין באליבטע ישיבה וויי-יו האבן ׳אויף די רעקארד׳ ארויסגערוקט שרעקליכע פאסירונגען וואס איז מיט זיי פארגאנגן יארן צוריק דורך וויכטיגע מענטשן אינערהאלב די מוסד....
נאך דעקט די באריכט אויף אז אין יאר 1995 האט וויי-יו אקטיוו געשפילט א ראלע צו פארשיקן דעם אנגעקלאגטער און.....״פארפעלן מודיע צו זיין פאר אנדערע שולעס אים נישט אריינצונעמען״
ווי דעקט מען צו די פנים וואס איז רויט פארפלאמט פון חרפה, מי יגלה עפר מעיניך הגאון דער רב ר׳ יאשע בער ז״ל אז בימינו אלה איז וו-יו נאך יארן תורה ומדע, כמעט אויף די זעלבע שטאפל ווי די אוראלטע סאטמאר שטרעמונג
אין סאטמאר איז נישט דא קיייין באריכט, אפילו פאר א צייטונג, אז ״מען האט באריכטעט בשעתו פאר באהערדע, און מען האט פארדעקט״....דאס איז שוין אביסל טו מאטש
איך שעם זיך מיט די ישיבה, אויף וועם זאל איך איצט ארויפקוקן אלס מאדעל, צו וועם קען איך מיך יעצט ווענדן פאר הדרכה וויזוי א איד דארף אנקוקן א סקאנדאל
די פארגאנגענע זומער האט מען ביי אונז אין ישיבה אזוי הערליך צונומען דעם אידישן מהלך פון מיטווייטאגן מיט די פענן סטעיט געליטענע אע״פ זיי זענען גויים....בעני פרידמאן האט מראי מקום געוועהן צום רמב״ם אז מפני דרכי שלום. מתאבלים עם עכו״ם צו וועם זאל איך איצט גיין פאר די ריכטיגע השקפה
אין נויט, וועל איך זוכן א ווארטזאגער אין סאטמאר, ווייל עט׳ס ענטפערטס נישט די טעלעפוין ליין פאר קאממענטס, איך גלויב אבער אז אין סאטמאר וועט מען אייך נישט בארעדן...זיי זענען אייך סייווי מיט גארנישט מקנא....
איך וועל ווייטער מיטהאלטן די שיעורים תמידין כסדרן פון די ראש ישיבה ר׳ הערשל, איך ערלויב מיך נישט די לוקסוס אלעס אפצולאזן בלויז פאר דעם חטא...
אבער, איך בין א פארשעמטער! איך קען מיך שוין נישט רייצן מיט מיינע בארא פארק׳ע פריינט אז איך בין עפעס מער
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:08 pm
דורך קאווע טרינקער
האלט זיך ווייטער גרויס.
פון יארע 95 ביז יעצט זענען שוין צוגעקומען 20,000 ספרים אין די לייברערי
און טאנען פלייש זענען שוין געגעסן געווארן אונטער מו"ר שעכטער'ס השגחה.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 7:04 pm
דורך יידל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:אין סאטמאר איז נישט דא קיייין באריכט, אפילו פאר א צייטונג, אז ״מען האט באריכטעט בשעתו פאר באהערדע, און מען האט פארדעקט״....דאס איז שוין אביסל טו מאטש
למה הדבר דומה? לחזיר זו הפושט טלפיו ואומר ראו כי טהור אני.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 7:21 pm
דורך לעמאן דזשוס
יידל האט געשריבן:לעמאן דזשוס האט געשריבן:אין סאטמאר איז נישט דא קיייין באריכט, אפילו פאר א צייטונג, אז ״מען האט באריכטעט בשעתו פאר באהערדע, און מען האט פארדעקט״....דאס איז שוין אביסל טו מאטש
למה הדבר דומה? לחזיר זו הפושט טלפיו ואומר ראו כי טהור אני.
ר׳ יידל, דהיינו
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 7:53 pm
דורך יידל
דהיינו זיך גרויס האלטן אז ס'נישט דא קיין באריכט אז מען האט באריכטעט פאר די באהערדע און די באהערדע האט פארדעקט. גרויסע חכמה, די קאווער אפ איז אזוי גוט אז ס'נישטא ווער ס'זאל דאס באריכטן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 8:52 pm
דורך לעמאן דזשוס
יידל האט געשריבן:דהיינו זיך גרויס האלטן אז ס'נישט דא קיין באריכט אז מען האט באריכטעט פאר די באהערדע און די באהערדע האט פארדעקט. גרויסע חכמה, די קאווער אפ איז אזוי גוט אז ס'נישטא ווער ס'זאל דאס באריכטן.
איך רעד פון די דזשויל ענגלמאן כעוורע, און די׳אנדזשעלוי וואס זוכן מער נישט צו שווייגן....דאך זאגט קיינער פון זיי נישט אז זיי האבן דאנסמאל באריכטעט
זאג, דרוקסטעך נישט צו פארשטיין?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:08 pm
דורך געפילטע פיש
ווי קומט דיאנדזשעלוי צו YU?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 7:12 pm
דורך יידל
הרב נחום לאם האט היינט רעזעגנירט פון זיין פאזיציע אין ישיבה אוניווערזיטעט, צוליב די סקאנדאל איבער זיין האנדלונג פון די אביוז קעיסעס אין ישיבה. דר. עלען נאדלער האט געשריבן א שיינער ארטיקל איבער הרב לאם און זיין רעזיגנאציע פארן פארווערטס
http://blogs.forward.com/forward-thinki ... es-better/