בלאט 2 פון 4
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:23 am
דורך לעמאן דזשוס
קאווע טרינקער האט געשריבן:קומענדיגע וואך וועט זיין אשה נומער 100
אונז האמיר דא אין שטיבל אונזער אייגענע 100 דפים
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:30 am
דורך קאווע טרינקער
איין קויפער וועט זוכה זיין צו טרעפן אינעם פעקל אן אויסגעצאלטע נסיעה קיין מדינת ישראל.
כ'האב נאר געטראכט, אז דאס איז ווייט נישט פון א יושר'דיגען גורל, ווארום דער וואס פאקט אריין דעם טיקעט, ווייסט דאך צו וועלעכע געגענט זי ווערט דיסטריביוט.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:34 am
דורך נפתלי
קאווע טרינקער האט געשריבן:איין קויפער וועט זוכה זיין צו טרעפן אינעם פעקל אן אויסגעצאלטע נסיעה קיין מדינת ישראל.
כ'האב נאר געטראכט, אז דאס איז ווייט נישט פון א יושר'דיגען גורל, ווארום דער וואס פאקט אריין דעם טיקעט, ווייסט דאך צו וועלעכע געגענט זי ווערט דיסטריביוט.
וועגן דעם האבן זיי עס לכאורה דיסטריביוט קיין וויליאמסבורג, ווייל דארט איז דא א גרויסע שאנס אז דער באטפערנדער וועט עס ח"ו נישט ניצן.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:36 am
דורך קאווע טרינקער
פארוואס נישט, ס'גייט דאך זיין א חתונה ביים רבי'ן פון שטאט?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 12:43 am
דורך [NAMELESS]
נחום רזב"ג איז ארויס אין א פייערדיגע אטאקע קעגן פראנפערטער
http://nochemrosenberg.blogspot.com/201 ... -klal.html
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 12:49 am
דורך שמעקעדיג
דער נחש מוז אויפהערן באגיסן מיט קיתונות של שופכים יעדן מענטש וואס טראכט אנדערש ווי איהם.
אויף די חסידישע קאמיוניטי וויינט ער אז יעדער וואס גייט נישט אין שפאן ווערט טעראריזירט. ער איז דאך גארנישט בעסער! צולייגער!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:36 am
דורך דענקער
ער איז נעבעך א רחמנות דער יצחק פראנקפורטער. פרובירט ער צו זיין אביסל אויפגעקלערט און אפען-מיינדעט, ווארפן אים די חכמי וויליאמסבורג ארויס פון די געשעפטן.
וויל ער מלקק זיין דעם היימישן עולם, רייסט ער איבער דאס שטריקל אויף די זייט.
קרח מכאן וקרח מכאן...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:24 pm
דורך ידען
כאב פינקט געטראכט צו פרעגען וועגען איהם.
מע מעג שרייבען דא אויך וועגען איהם וואס האט נישט צו טוהן וועגען וועבערמאן?
כאב געוואלט פרעגען ווער ער איז. איך לייען אמאל אמאל די עמי און ער שרייבט יעדע מאל די אינטערוויו און אויך אנדערע ארטיקלעך.
דא ביי וועבערמאן קען זיין ער וויל זיך לעקען צו די ווילימסבורגע מענטשען אבער וועגען אנדערע זאכן וייסט ער וואס ער רעט? אדער סע האט די זעלבע פנים?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:36 pm
דורך יואליש
Frankfurter is probably basking in the hate he's receiving from the "other side." Under the maxim "my enemy's enemies are my firends," he probably sees the moment as an opportunity to regain the love lost between Ami an the Willi zealots.
Ami is notorious for making editorial decisions based on marketing goals and demographic targeting. Frankfurter has been sacrificing every ounce of journalistic ethics for the business side of the publication, ever since Ami's inception.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:14 pm
דורך positive.yid
אינעם היינטיגען נומער באשרייבט עמי די שתדלנים פון/פאר כלל ישראל (ליין: אגודה, חב"ד סאטמאר) אין אמעריקע.
ליינענדיג איבער משה דוד נידערמאן וואס ברענג ארויס וויאזוי צו פארשטיין געבען פאר די באהערדע די שבח פון כלל ישראל און זייער חינוך סיסטעם, בין איך געבליבן שטיין ביי דעם שורה:
And they succeed despite not having a formal education.
קען אפשר איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט?
וואו איז די הצלחה?
און אויב ס'דא הצלחה, פארוואס דארף מען אזויפיל שתדלנים פאר נאך און נאך בענעפיטען און הילף פראגראמען?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:33 pm
דורך איך אויך
חכם איינער ער רעדט דאך פון אונזער סאקסעס אויסצוסאקן דעם פעטער עד הסוף און פון
די מינע עסקנים.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:03 pm
דורך לעמאן דזשוס
אזוי ווי שמעקעדיג ערווענט דא
מיין קאפ טרייסלט מיר ממש פון דעם עולם הפוך וואס דא גייט פאר
די אנטי טעראר, אנטי עסטעבלעשמענט, אנטי סיסטעם. וכל שום וחניכא דאית להו וואס זארגן זיך פאר זעלביגע רעכטן און יושר און גערעכטיגקייט האבן שופך געוועהן קערה על פיה אויף אזא מין אומפארשעמטן פארנעם
יעדער וואס זאגט נישט ווי זיי ווילן, ווערט באשמירט מיט מיאוס׳טע נעמען, און באוואשן פון קאפ ביז פיס
יצחק פראנקפורטער האט א רעכט צו אן אייגענעם מיינונג אדער נישט?
א נייע ביזנעס דירעקטארי טאר זיך נישט מאכן, זאב ברעננער׳ס שוי טאר מען נישט בויקאטירן, בערגער׳ס הכשר טאר נישט אוועקגענומען ווערן פון דייטש,
אבער ראני גרינוואלד מוז מען קראנק מאכן
עמ״י מאגאזין מוז מען בויקאטירן
שמוציגע ארטיקלען קעגן פראנקפורטער מעגן ארויסקומען יעדע רגע
דזשארדש פארקאש מיט׳ן זוהן זענען טשיילד מאלעסטערס
פרוי ז. איז א זו** שוין מעולם.
ווער האט רעכטן און ווער נישט. כ׳מיין ס׳דאך נישטא קיין גרויליגער פון דעם וואס מען טוט אפ און אלס אין נאמען פון.....וויקטעם
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:19 pm
דורך יאיר
יואליש האט געשריבן:Frankfurter is probably basking in the hate he's receiving from the "other side." Under the maxim "my enemy's enemies are my firends," he probably sees the moment as an opportunity to regain the love lost between Ami an the Willi zealots.
Ami is notorious for making editorial decisions based on marketing goals and demographic targeting. Frankfurter has been sacrificing every ounce of journalistic ethics for the business side of the publication, ever since Ami's inception.
פון וואאנעט שטאמט די פיינטשאפט פון די "סטרא אחרא" צו די עמי? די סקווירא שריפה, ארטאפראקס ארטיקל, וכדו'?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 1:11 am
דורך יואליש
יאיר האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:Frankfurter is probably basking in the hate he's receiving from the "other side." Under the maxim "my enemy's enemies are my firends," he probably sees the moment as an opportunity to regain the love lost between Ami an the Willi zealots.
Ami is notorious for making editorial decisions based on marketing goals and demographic targeting. Frankfurter has been sacrificing every ounce of journalistic ethics for the business side of the publication, ever since Ami's inception.
פון וואאנעט שטאמט די פיינטשאפט פון די "סטרא אחרא" צו די עמי? די סקווירא שריפה, ארטאפראקס ארטיקל, וכדו'?
זאת ועוד.
כ'האב נישט געהערט ביז היינט אז דייקא די "סטרא אחרא" זאל האבן אן אישו מיט אים. פארקערט, די סיקרוקים זענען געווען זיינע גרעסטע קעגנער. געווענליך פלעגן די קריטיק קומען פון די עולם וואס פארשטייט צו זשורנאליזים און האבן זיך געשפירט באליידיגט פון זיין אנעמען דעם עולם פאר א באנדע קיען.
און צוגאב צו די דערמאנטע ארטיקלן (אן נעמן אין באטראכט זיין פאליטיק וואס ער שפילט מיט הויפן און חסידות'ער, א שטייגער ווי די 82 קארעספאנדעס סקאנדאל האט אויפגעדעקט) נעם אזא קאווער פון די ווייסע הויז באהאנגן מיט נאצי פענער. היסטעריע און סענזאציע פארוואס געלע זשורנאליזים קען זיך פארשטעקן. הצד השווה איז אז ער האט נישט קיין רעספעקט פארן אמת (אין די פאל פון די ארטאפראקס ארטיקל האט ער בכוונה פארוואנדעלט דעם אינגערמאן אלס א "מעדיצינישע קראנקע" פערזאן, אין דערצייט וואס לא נגע ולא פגע, אלעס ווייל ס'איז באקוועמער פאר די ליינער) ער ניצט עקסטרעמע סענזאציע צו פארקויפן עקזעמפלארן, ער - ווי אלע אנדערע חרידישע פובליקאציעס - וועלן אויס וואס צו שרייבן און וויאזוי צו שרייבן געוואנדן וויאזוי די ליינער וועלן עס גלייכן. דאס האט א נאמען אין די וועלט פון ליטארעטור: פיקציע.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 1:55 am
דורך משה געציל
יואליש האט געשריבן:ער - ווי אלע אנדערע חרידישע פובליקאציעס - וועלן אויס וואס צו שרייבן און וויאזוי צו שרייבן געוואנדן וויאזוי די ליינער וועלן עס גלייכן. דאס האט א נאמען אין די וועלט פון ליטארעטור: פיקציע.
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איז ראנג מיט דעם מהלך. פון דעם רעדאקציעס פערספעקטיוו; ער איז דאך דא צומאכן געלט. און לכאורה מאכט ער טאקע געלט ווייל ער איז שוין היבש לאנג אין ביזנעס. אין די ביזנעס וועלט האט עס א נאמען: פראפיט.
פון די ליינערס פערספעקטיוו; ער איז נישט אנגעבינדן אין קיין שום פארטיי וואס וועגן דעם מיז עס דער ליינער קויפן, נאר ער קויפט עס ווייל ער גלייכט עס. נא אויב ער גלייכט געלע זשורנאליזם ווייל ער גלייכט עס טאקע (נישט ווייל זיין פארטיי פארלאנגט פון אים ער זאל עס גלייכן), וועם באדערט עס? ווען ער עסט פאר לאנטש צוויבל קוגעל איינגעטונקען אין חרוסת באדערט דיך עס אויכעט?
און אויב באדערט דיך בכללות אז א חרדישע אויסגאבע זאל זיין אזוי נידריג אין דזשורנאליזים, הכל לפי המבייש והמתבייש, חרדישע דזשורנאליזים שטייט נאכנישט אויף אזא הויכע ניווא אז דער בושה זאל זיין אזוי גרויס.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 2:47 am
דורך יואליש
אמת. אבער די בושה איז אז עמי האט פארשפראכן צו מאכן פארשריט אין דעם געביט, און אנשטאט דעם איז ער געפאלן עשר מעלות אחורנית, געלע זשורנאליזים פארפאקט אין פינקע פלאסטיק.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 10:52 am
דורך שמעקעדיג
מעג איך איינמאל פאר אלעמאל וויסן וואס מיינט "געלע דזשורנאליזם"?
אדער מוז איך עס פרעגן אינעם אשכול פון "זאכן וואס איך וויל וויסן"
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 11:10 am
דורך משה געציל
שמעקעדיג האט געשריבן:מעג איך איינמאל פאר אלעמאל וויסן וואס מיינט "געלע דזשורנאליזם"?
אדער מוז איך עס פרעגן אינעם אשכול פון "זאכן וואס איך וויל וויסן"
http://en.wikipedia.org/wiki/Yellow_journalism
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 11:20 am
דורך געוואלד געשריגן
שמעקעדיג האט געשריבן:מעג איך איינמאל פאר אלעמאל וויסן וואס מיינט "געלע דזשורנאליזם"?
אדער מוז איך עס פרעגן אינעם אשכול פון "זאכן וואס איך וויל וויסן"
געלע זשוזנאלים איז ניצט אין אסאך נייעס אויסגאבעס. בעיסיקלי "נייעס וואס וועט פארקויפן" און נישט מיט פארשונג און עטיק. למשל, די ניו יארק פאוסט און אזוי ווייטער
whatever will cater to their audience. ultimately, the media controls the people.
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 8:00 pm
דורך קאווע טרינקער
טו בי אמת'דיג
כ'ווייס נישט וואס האלט אים צוריק צו לייגען בילדער פון פרויען, לכה"פ אין די א.ג. נשים אפטיילונג
אפילו פון רביצין קנייבסקי לייגט ער נישט.
איז דא איינער וואס קויפט דער עמי, וואס וועט אויפהערן קויפן צוליב פרויען בילדער?
נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2013 8:10 pm
דורך יאיר
משה געציל האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:ער - ווי אלע אנדערע חרידישע פובליקאציעס - וועלן אויס וואס צו שרייבן און וויאזוי צו שרייבן געוואנדן וויאזוי די ליינער וועלן עס גלייכן. דאס האט א נאמען אין די וועלט פון ליטארעטור: פיקציע.
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איז ראנג מיט דעם מהלך. פון דעם רעדאקציעס פערספעקטיוו; ער איז דאך דא צומאכן געלט. און לכאורה מאכט ער טאקע געלט ווייל ער איז שוין היבש לאנג אין ביזנעס. אין די ביזנעס וועלט האט עס א נאמען: פראפיט.
פון די ליינערס פערספעקטיוו; ער איז נישט אנגעבינדן אין קיין שום פארטיי וואס וועגן דעם מיז עס דער ליינער קויפן, נאר ער קויפט עס ווייל ער גלייכט עס. נא אויב ער גלייכט געלע זשורנאליזם ווייל ער גלייכט עס טאקע (נישט ווייל זיין פארטיי פארלאנגט פון אים ער זאל עס גלייכן), וועם באדערט עס? ווען ער עסט פאר לאנטש צוויבל קוגעל איינגעטונקען אין חרוסת באדערט דיך עס אויכעט?
און אויב באדערט דיך בכללות אז א חרדישע אויסגאבע זאל זיין אזוי נידריג אין דזשורנאליזים, הכל לפי המבייש והמתבייש, חרדישע דזשורנאליזים שטייט נאכנישט אויף אזא הויכע ניווא אז דער בושה זאל זיין אזוי גרויס.
פארדרייען מעשיות און שרייבן אומאויסגעהאלטענע ארטיקלען פון א מאראלישן שטאנדפונקט איז א גרויסע עולה, און ווען מאכט געלט דערויף מאכט עס נישט קלענער די עולה. און יא, חרדי'שע זשורנאליזם שטייט אויף א פיל בעסערע ניווא, אויסער אויב דער איד און דער בלאט גייען ביי דיר אריין אין כלל פון חרדי'שע ליטעראטור.
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 10:01 am
דורך קאווע טרינקער
אין ספר הפנים זעה איך א מעכטיגע קאמפיין, נישט צו שטיצען ביזנעס' וואס עדווערטייזען זיך אין עמיא
נשלח: מוצ"ש יאנואר 05, 2013 10:09 pm
דורך בדחן
אז די קאמפיין גייט זיך נישט אויסארבייטען איז איבריג מסביר צו זיין, פשוט ווייל עס האלט נאך נישט דערביי אז די שטיצער פינעם ווייבל זענענן א ערענסטע פערצענט פינעם אידישען ארטעדאקסישען עולם, פארקערט עס קען גאר האבן א פארקערטע עפעקט,
שוין אפגערעדט פינעם פאקט אז די זעלבע וואס קרייען האן פאר עפענענן א נייע ביזנעס דירעקטערי זענענן יעצט די וואס פארפירען אונטער צו ברענגן א צווייטענס ביזנעס דשאסט ווייל ער האט געזאגט זיין מיינוג, וואס איז אגב אויך די מיינוג פון איבער רוב רובם שותו״מ.
היפעקריטען.