בלאט 2 פון 4
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 5:10 am
דורך יואליש
נוי יארק האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די גאנצע געטועכטס דא...???? איינער פון ענק דא האבן א ביזנעס?אויב איינער באצאלט ענק נישט, וועט עטץ אים ווייטער פארקויפן סחורה? ווי לעבנס וויכטיג עס זאל נאר נישט זיין, וועט די ענפער זיין "ניין, ניין און נאכאמאל ניין"!!! קיינער קען אזוי נישט פירן א ביזנעס! און די מוסדות התורה זענען נישט אנדערש.....!!!
סא פליז האק נישט און טשייניק, און אויב די ווילסט אים זייער העלפן - ווייל דיין שוואך הארץ גייט אויס פאר רחמנות - ווארף אים אונטער די טיר אפאר דאלער, דיין שכן וועט דיר מער דאנקבאר זיין פאר די געלט ווי פון דיין שטורימשע אשכול און קאווע שטיבעל.
פון א ריין ביזנעס פערספעקטיוו ביסטו גערעכט.
אבער פון א ריין ביזנעס פערספעקיוו, ברויך א מענטש זיך לערנען שפת המדינה און באקומען אן ערציאונג ער זאל זיין א קאנדידאט פאר 99% זשאב אינטערוואויס אין די זשאב מארקעט. האט דאך 'פשוט קאמפלאצירט" מסביר געווען אז דאס איז די זעלבע ביזנעס וואס האט געפרעדיגט פארן קליענט א "מאן דיהיב" פיליזאפיע ווערט היצט פלוצים מיטן זעלבן קליענט א ריין סעקולארע ביזנעס ווי דאלערס און צענט ברויכן שטימען אויפן באלאנס שיעט.
פון א ריין ביזנעס פערספעקטיוו, איינער וואס האט נישט איבעריג געלט, שיקט די קינדער אין פובליק סקול. קומט אבער דיין "ביזנעס" און איז מחנך אז מ'טאר דעם ביזנעס חשבון נישט מאכן. אבער זי וויל יא זיין א ביזנעס ככל הגוים און מאכן גוי'אישע חשבונות פון דאלערס און צענט און זי זעלבע צייט וואס דו מיזט מאכן אידישע חשבונות.
פון א ריין ביזנעס פערספעקטיוו, איינער וואס האט נישט קיין פלאן וויאזוי ע"פ דרך הטבע צו דעקן א בודזשעט פאר א קינדער געבענטשטע משפחה אן דעם וואס מ'ווארפט אים אונטער אפאר דאלער אונטערן טיר, האדעוועט נישט קיין אוכל ואינו עושה פירמע אינטער די פיס. אבער דיין מוסודת וועלכע זענען אנגעבליך נישט אנדערש פון קיין ביזנעס, איז מחנך און שטיצט א סיסטעם ווי מ'באקומט קנאפע זעקס חדשים עקסטענשאנס מיט בושות.
"סא פליז האק נישט קיין טשייניק" אז די מוסדות האבן בכלל נישט קיין שייכות מיטן עקאנאמישען תהום וואס האט זיך אויסגעבויט. די מוסדות איז דער ערציער און ערמעגליכער פון אונזער געזעלשאפט, ווי קינדער אנצופילן א סקול בוס איז ערווארטעט, א לייטישע ערציאונג איז אנטזאגט און גאר בארויבט.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 5:18 am
דורך יואליש
ר' פשוט, לולא דמסתפינא, וואלט איך געזאגט אז כ'קען דעם אינגערמאן.
און נישט נאר וואס זיין מוסד האט אים אן דאס מינדענסטע שולד געפיל אריינגעווארפן אין די וועלט פון זשאב קאמפעטישען מיט די סקילס און באנעמונג פון אן אימיגראנט. נאר ווען דער אינגערמאן א מטופל בבנים ובנות האט זיך דערזעהן אינעם לאך, האט באשלאסן ביי די 30 יאר צו גיין אין סקול אין די נאכט שטונדן נאכן ארבייטן ביטער שווער א גאנצען טאג ,כדי ער זאל זיך קענען דערדראפענען צו א זשאב וואס צאלט געניג אויסצוהאלטן די משפחה און צאלן שכ"ל, איז ער געוואר געווארן אז די פינאנציעלע הילף וואס די רעגירונג טיילט כדי בירגער זאלן זיך לערנען א פאך (פיינענשו"ל עי"ד) האט אים זיין מוסדות געפילדערט און באראבעוועט ווען ער איז געווען א בחור, דאנמאלס ווען מ'האט אים געפרעדיגט מאן דיהיב, און מ'האט אים נישט אויסגעזאגט אז איין טאג וועט ער נאך ברויכן א זשאב מיט אן עדיוקעשאן ווייל מאן דיהיב'דיגע ווערטלעך באצאלן נישט נעשאנעל גריד בילס גענוי ווי עס באפרידיגט נישט די שכר לימוד אפיס.
איז ער צוריקגעגאנגן צו די הנהלת המוסדות און געשריגן רצחת וגם ירשת???!!!!! האסט מיר נישט געגעבן דאס מינדעסטע ערציאונג, האסט בארויבט מיין גאווערענמנט הילף צו באקומען אן עדיוקעשאן, און "דו" סטראשעסט "מיך" מיטן אהיימשיקן מיינע קינדער וועם די גיבסט ווייטער נישט קיין ערציאונג?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:25 am
דורך קאווע טרינקער
זר'לע, מ'קען מיט א קליינע גוגל ארויפברעגען די פונקטליכע נומערען וויפיל געלט יעדע מוסדות איז נהנה משלחן מישעל אבאמא (איזבל אין ענגליש).
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:31 am
דורך לאדיך אפ
קריינא דאגרתא יהוו פרוונקא, ווייז מיך וואס מדארף גוגלן דאס צו קענען זען.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:36 am
דורך outspoken
ועוד, און וואס איז מיט דער וואס האט גע'עסק'נט פאר די ישיבה אלץ אינגערמאן, דערנאך איז ער אריין אין ביזנעס און מצליח געווען האט ער געשטיצט די ישיבה מיט א ברייטער האנט (ווייל ער מיט די ישיבה איז דאך איינס), און ווען די מזל דרייט זיך און מ'קען נישט צאלען שכ''ל, ווערט די ישיבה בבחינת אשר לא ידע את יוסף.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:52 am
דורך קפנדריא
יידל האט געשריבן:קפנדריא, קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט איז בכלל נישט סינאנים מיט רייכקייט. רוב רייכע זענען רייך געווארן פון האבן זייער קאפ אויפן פלאץ און זייער ביזנעס פעיאיגקייטן. קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט גיבט פארן נישט-ביזנעס-פעאיגער מענטש (דאס הייסט, 90% פון די מענטשהייט) די מעגליכקייט צו זיך לערנען און פאך און פילפאכיג העכערן די שאנסן צו באקומען א דזשאב וואס ברעגט אריין א באקוועמע פרנסה. איך זע בכלל נישט פארוואס דאס איז אנדערש ביי א איד. א איד וואס לערנט אין קאלעדזש וועט זיך נישט בלויז "דערקלעטערן" צו זיין א לויער, טעראפיסט, צומאל א נוירס אדער דאקטאר, ער באקומט פשוט מער שאנסן פון מאכן א נארמאלן פרנסה און האבן די מעגליכקייט אויסצוהאלטן די משפחה - פונקט ווי אין די אלגעמיינע וועלט.
איך גלייב נישט אז פשוט-קאמפליצירט קלאגט אז ביי אונז איז נישטא קיין עשירות, און דער אמת איז אז איינער וואס זוכט עשירות האט טאקע נישט וואס צו זיכן אין קאלעדזש.
דער וואס לערנט אין קאלעזש 'מעטה' אדער 'סייענס' האט אפשר נישט אזוינע גרויסע אויסזיכטן, די וואס ווערן כירורגן אדער אנקאלאזשיסטן, ווי אויך דעפענס אדוואקאטן, די ווערן גאר גרויסע עשירים.
צו ארויסברענגען מיין תגובה אין איין ווארט, א אינגערמאן האט מיר פארציילט, ער איז געווען ביי א לויער אין אפיס צו פארענדיגן א ריעל עסטעיט טראנזאקציע, דער אינגערמאן מיט די פיאות נאכנישט רעכט צוזאמגענומען פון נאכ'ן דאווענען, און די שיך וועלכע זענען צום לעצט באהאנדלט געוואן נישט ווינציגער ווי איין מאנאט צוריק, זיצט ביים טיש מיט א אינגן 'לויערס געהילף', און גייט איבער די דעטאלן פון די שליסונג - קלאוזינג בלע"ז, און דער אינגערמאן זאגט דעם לויער'ל שרייב אזוי און טו אזוי, ביז דער לויער'ל גיט זיך א רעג אויף אויף דעם אינגערמאן, 'אנטשולדיגט, איך בין געגאנען אין קאלעזש און געארבעט אויף א דעגרי, צו מיר מעגסטו רעדן מיט אביסל מער דרך ארץ'! דער אינגערמאן ציט ארויף א לייכטן שמייכל אויף זיין פנים, און דאס האט נאך מער אנגעצינדן דעם אינגן 'בא'
דעגרי'טער לויער', און ער האט אויף א נאך העכערן טאן ווידערהאלט זיין ווייטאג אויף די 'חוצפה' פון דעם
אומגעלערנטן אינגערמאן מיט די שמונה בגדים, דא דרייט זיך אויס דער בעל הבית - דער
'גרויסער לויער' צום 'געלערנטן' געהילף און זאגט אים, וויפיל יאר ביסטו געגאנגען אין קאלעזש? ענטפערט ער 'מער פון 3 יאר'!, און דער אינגערמאן? 'קיין איין טאג נישט'! ענטפערט ער מיט א טראציגע ניצחון, און דו ווייסט - פירט אויס דער סיניאר לויער - וויפיל דער 'אומגעלערנטער' אינגערמאן גייט מאכן פון דעם היינטיגן פליפ טראנזאקציע אליין? מער וויפיל דו מאכסט געהאלט אין צוויי יאר.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:01 am
דורך קאווע טרינקער
איך האב זיך יעצט דערמאנט פון אן essay כ'האב געשריבן 3-4 יאר צוריק:
[left]Attend college when you are still young.
Humans cannot turn time back. Therefore, earlier mistakenly decisions can only have an effective use if we teach others what not to do. Being a self-example helps you persuade others, and your message is well accepted. In this essay, my concern is about getting the education needed for your future job. First, let me describe to you in a short overview on the community I come from, and their approach to secular studies.
I grew up in the Brooklyn borough of New York City, the very same place my grandparents migrated to, from Europe as WWII refugees. In no time, the newcomers established Hasidic Congregations and educational institutions. Given that the new citizens were from various backgrounds and have practiced different lifestyles, a competition among their institutions was developed, all of them aiming to provide the highest education possible.
Although competition can have a great result for the public’s benefit, the above case was different. While competing in Torah studies they overlooked the necessity of providing essentials in secular studies, to the point where they were lacking to teach the basics in English language. The truth is, that Judaism always saw general studies (medicine, business, etc.) acceptable and useful as long your practice and beliefs are equivalent to the Torah law. While studying Torah should be our priority, when general education is necessary for your job, for your living, it is indeed God’s will you should do that as well.
This belief was pushed aside by community leaders who were focusing to earn the – incorrect – public’s attention as if their institution is superior then others. This was a fetal mistake, which did not pay off. As a result, thousands of graduates had difficulties in finding a job; many of those who opened a shop soon fell into debt, for they were missing fundamental economics understanding. To this day, the poverty in many Hasidic communities is high rated.
Smart individuals had always made the right choice and enrolled in colleges and succeed to earn major degrees and a great salary as well. However, it is not easy at all to start your college studies when you finish Yeshiva (Orthodox Jewish rabbinical seminary), for you only leave Yeshiva when you get married. At that time, too many major situations happen at once. You become self-depended; you have to support your family on your own. With no formal education, finding a job is very difficult. Only now, when you are due for a job, you come to realize the need of general education. So how can one balance all these at once?
This is one major fact that should convince you attending college at younger age, when you can still be a full time student. Do so for yourself and encourage your kids the advantage of college for their future. At younger age, one can immerse in his studies with no worries of supporting a family etc.[/left]
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:18 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
קפנדריא האט געשריבן:יידל האט געשריבן:קפנדריא, קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט איז בכלל נישט סינאנים מיט רייכקייט. רוב רייכע זענען רייך געווארן פון האבן זייער קאפ אויפן פלאץ און זייער ביזנעס פעיאיגקייטן. קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט גיבט פארן נישט-ביזנעס-פעאיגער מענטש (דאס הייסט, 90% פון די מענטשהייט) די מעגליכקייט צו זיך לערנען און פאך און פילפאכיג העכערן די שאנסן צו באקומען א דזשאב וואס ברעגט אריין א באקוועמע פרנסה. איך זע בכלל נישט פארוואס דאס איז אנדערש ביי א איד. א איד וואס לערנט אין קאלעדזש וועט זיך נישט בלויז "דערקלעטערן" צו זיין א לויער, טעראפיסט, צומאל א נוירס אדער דאקטאר, ער באקומט פשוט מער שאנסן פון מאכן א נארמאלן פרנסה און האבן די מעגליכקייט אויסצוהאלטן די משפחה - פונקט ווי אין די אלגעמיינע וועלט.
איך גלייב נישט אז פשוט-קאמפליצירט קלאגט אז ביי אונז איז נישטא קיין עשירות, און דער אמת איז אז איינער וואס זוכט עשירות האט טאקע נישט וואס צו זיכן אין קאלעדזש.
דער וואס לערנט אין קאלעזש 'מעטה' אדער 'סייענס' האט אפשר נישט אזוינע גרויסע אויסזיכטן, די וואס ווערן כירורגן אדער אנקאלאזשיסטן, ווי אויך דעפענס אדוואקאטן, די ווערן גאר גרויסע עשירים.
צו ארויסברענגען מיין תגובה אין איין ווארט, א אינגערמאן האט מיר פארציילט, ער איז געווען ביי א לויער אין אפיס צו פארענדיגן א ריעל עסטעיט טראנזאקציע, דער אינגערמאן מיט די פיאות נאכנישט רעכט צוזאמגענומען פון נאכ'ן דאווענען, און די שיך וועלכע זענען צום לעצט באהאנדלט געוואן נישט ווינציגער ווי איין מאנאט צוריק, זיצט ביים טיש מיט א אינגן 'לויערס געהילף', און גייט איבער די דעטאלן פון די שליסונג - קלאוזינג בלע"ז, און דער אינגערמאן זאגט דעם לויער'ל שרייב אזוי און טו אזוי, ביז דער לויער'ל גיט זיך א רעג אויף אויף דעם אינגערמאן, 'אנטשולדיגט, איך בין געגאנען אין קאלעזש און געארבעט אויף א דעגרי, צו מיר מעגסטו רעדן מיט אביסל מער דרך ארץ'! דער אינגערמאן ציט ארויף א לייכטן שמייכל אויף זיין פנים, און דאס האט נאך מער אנגעצינדן דעם אינגן 'בא'
דעגרי'טער לויער', און ער האט אויף א נאך העכערן טאן ווידערהאלט זיין ווייטאג אויף די 'חוצפה' פון דעם
אומגעלערנטן אינגערמאן מיט די שמונה בגדים, דא דרייט זיך אויס דער בעל הבית - דער
'גרויסער לויער' צום 'געלערנטן' געהילף און זאגט אים, וויפיל יאר ביסטו געגאנגען אין קאלעזש? ענטפערט ער 'מער פון 3 יאר'!, און דער אינגערמאן? 'קיין איין טאג נישט'! ענטפערט ער מיט א טראציגע ניצחון, און דו ווייסט - פירט אויס דער סיניאר לויער - וויפיל דער 'אומגעלערנטער' אינגערמאן גייט מאכן פון דעם היינטיגן פליפ טראנזאקציע אליין? מער וויפיל דו מאכסט געהאלט אין צוויי יאר.
אקעי. דו מאכסט א פאינט אז נישט-האבן די געפאדערטע בילדונג, ידיעות און ערפארונג שליסט נישט אויס די מעגליכקייט פון מצליח זיין אין ביזנעס. גערעכט. אבער דו וועסט מסתמא מסכים זיין אז דאס איז נישט אמת ביים רוב פון אונז. רוב פון אונז מוטשעט זיך צו דעקן די הוצאות פון לעבן. רוב-רובם פון אונז *מוז* לעבן אויף א סטאנדארט וואס שטימט בהחלט נישט מיט וויפיל געלט מען קען, ע"פ דרך הטבע ובלי קונצן און דריידלעך, פארדינען. אויב מיינסטו אז איך בין נישט גערעכט דערמיט, און רוב פון אונז מאכט עס יא, איז לכל הדיעות פאראן א מיעוט וואס נאך אלע אנשטרענגונגען האט עס נישט באוויזן. דער יונגערמאן פון וועמען איך רעד איז איינער פון זיי. ווילסט מיר זאגן אז ער איז אן אויסנאם-פאל? פיין. אבער ענטפערן אז אנדערע -- זאל זיין רוב -- מאכן עס יא, איז נישט נוגע אהער.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:26 am
דורך קאך_לעפל
די פאקט איז אז א גרויס חלק פון אונזער היימישע יונגעלייט פלאגן זיך היינט ביטער אויף פרנסה, צילוב די פאקט אז זיי האבן זיך קיינמאל נישט געלערנט קיין פאך, איך קען צענליגע יונגעלייט מיט גיטע קעפ, וואס וואלטן היינט געקענט זיין ריזן קאמפיוטער עקספערטען, און גימאכט שיין פרנסה, נאר ווייל זיי האבן קיינמאל נישט געלערנט קיין קאפיוטערס, זיצן זיי נעבאך און בי ענד עדש, און שלעפן באקסעס, און קימען אהיים מיט קוים ברויט אויף הויזן.
די גמרא זאגט און מס' קדושין, חייב האב ללמד את בנו אומנות, ומי שאינו מלמד את בנו אומנות- כאילו מלמדו ליסטות.
הייינט איז דער סדר אז יונגעלייט זיצן אפ און כולל, א היפשע פאר נאך די חתונה, און ווען מען האט שוין 2 אדער 3 קינדער, און מיז שוין גיין ארבייטען, הייבט מען זיכען א דשאב, מען קימט אן צו די ערשטע אינטערוויא און מען פרעגט אים, יונגערמאן אויף וואס טויגט איר? הייבט זיך נעבאך אן א געקעקעצעריי, און דאס געזיכט פלאמט פאר בישה,
ביז ער מיז נעבאך אנעמען א דשאב און א ווערהאז, וואו ער ארבייט עבודת הפרך, מבוקר ועד הערב, און דער "געלערענטער" מענעדשער וואס משכמו למעלה, אינזעקט זיך מיט פארגעניגען אויף דעם זיידנ'עם בן תורה, און ער קימט נעבאך א היים דערביטערט, און פארמאטערט ביזן טויט, עס קען ניטאמאל זיין א רעדע פון נעמען נאכט קורסן,
אזוי דרייט זיך דאס רעדל, פון איין דשאב צו א צווייטע, ביז די 35 יאר.
דארף עס דען אזוי צו זיין? עסקנים וואו זענט איר? פארוואס, זאלן נישט די פרישע יונגעלייט זיך לערנען א פאר שעה א טאג, עפעס א פאך? אדער Basic office management ?????
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:03 pm
דורך איך אויך
אקוראט די נקודה האט בעלזר רב שליט"א אנגערירט עטליכע יאר צוריק, זאגענדיג אז מען זאל אנהייבען זיכן א דזאב נאך ווען מען איז אין כולל נאך ווען מען איז ביי זיך מחליט אז נעקסטע יאר/זמן אין מען נישט ממשיך אין כולל, אזוי קען מען זיך צולערנען אין די אווענט שעות א פאך און אויך איז מען ווייניגער אונטער פרעשור אנצונעמען א עבודה בזויה און אויך ווייניגער פרעשור אנצוהייבען מיט די ליגאלע דריידעלעך.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 2:44 pm
דורך יואליש
דאס נעמען דעם אומגעלערענטע איש מוצלח (וואס וועט זיך אלעמאל מאכן, אבער ביי א מועט) און עס פארוואנדלן אין א פובליק פאליסי פון בלייבן אומגעלערענט און האפן אז די מזל וועט אריינשיינען איז לעכערליך. א פובליק פאליסי ברויך געבויט ווערן פאר די רובא דרובא עולם. און די פאקט איז אז רוב עולם האט נישט קיין שאנס אין גהינם צו דורכמאכן די ערשטע פיפצען מינוט פון א אינטערוואוי, און דאס איז שוין אויב זיין ליידיגע רעזומעי קען אים אפי' פארשאפן א זיץ ביי א זשאב אינטערוויאו. דאס איינציגסטע ברירה איז דער לכו התפרנסו זה מזה ווי ס'איז אין הקומץ משביע את הארי. נאך צען יאר ארבייטן אויף א פלאץ און זיין געלוינגן, קען דער אינגערמאן רוב מאל נאכאלס נישט זיין "טרענספערעבעל" צו די אלגעמיינע זשאב מארקעט. ער קען פרי אנהייבן דארט ווי ער האט געקענט אנהייבן צען יאר פריער. און אלעס ווייל די יסודות פעלן. דאס איז א עוון בל יכופר וואס די חינוך סיסטעם באגייט יאר איין יאר אויס.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:08 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:זר'לע, מ'קען מיט א קליינע גוגל ארויפברעגען די פונקטליכע נומערען וויפיל געלט יעדע מוסדות איז נהנה משלחן מישעל אבאמא (איזבל אין ענגליש).
יא. כ'האב עס שוין געזען אנליין. נאכ'ן זען די סכומים וואס די קליינע מסדות און כש"כ די גרויסע הייבן אריין פון די ממשלה האבן זיי נישט קיין פתחון פה אהיימצושיקן קינדער פון א יונגערמאן וואס האט נישט צו צאלן שכר לימוד.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 5:38 pm
דורך געפילטע פיש
נישט צו זיין א פאפאגיי און איבערזאגן וואס דער עולם זאגט דא, אלעס גוטע פוינטס, איין זאך וויל איך נאר צולייגן, זאגסט אז אן אומגעלערענטער קען אויך מצליח זיין, אמת, טאמער איז ער גוט אין ביזנעס, אדער האט קאנעקשענס, א טאטע, שווער, וואס קען עם שטעלן אויפן פיס, קען ער שיין מצליח זיין, אבער ווי געזאגט איז דאס א מועט, אבער די וואס זענען עמפלויד ביי א צווייטן, און זענען נישט די גרעסטע ביזנעס קעפ, נישט קיין entrepreneur, קענען נישט צוקומען צו גארנישט אן זיך לערנען, אבער אויב לערנען זיי זיך עפעס קענען זיי אנקומען צו א זעקס פיגור'דיגע געהאלט, אנדערש נישט. און דאס איז דא ווייניג ביי אונז.
וויפיל אינגערלייט employees קענסטו וואס מאכן א $200,000 סעלערי א יאר? נישט קיין סאך, און רוב פון זיי האבן זיך געלערענט עפעס.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 8:06 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
שמעקעדיג האט געשריבן:פשוט קאמפליצירט,
דיין בריוו איז געווענדעט צו די הנהלה גשמי?
ווייל זיי זענען א באזונדערע קערפערשאפט פון די הנהלה רוחנית.
דו מישט צוזאמען טענות פון די הנהלה רוחני צו די גשמי.
אמת, ריחני,
לא הרי הנהלת גשמיות, שממונים על ההממונות, כהרי הנהלת הרחניות,
ולא הרי הנהלת הרחניות, שממונים על הלימודים, כהרי הנהלת גשמיות,
אבל:
הצד השוה שבהם ששניהם משובעדים, בדרך כלל, לאדון אחד שפעמים מתקריא בשם כ"ק מר"ן אדמו"ר שליט"א, ולפעמים בשם אב"ד שליטא, או שאר כנויי וכינויי כנויין שיש להן, וכלפיהם מכוונים הדברים.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 8:17 pm
דורך petergrifin
קאך_לעפל האט געשריבן:די פאקט איז אז א גרויס חלק פון אונזער היימישע יונגעלייט פלאגן זיך היינט ביטער אויף פרנסה, צילוב די פאקט אז זיי האבן זיך קיינמאל נישט געלערנט קיין פאך, איך קען צענליגע יונגעלייט מיט גיטע קעפ, וואס וואלטן היינט געקענט זיין ריזן קאמפיוטער עקספערטען, און גימאכט שיין פרנסה, נאר ווייל זיי האבן קיינמאל נישט געלערנט קיין קאפיוטערס, זיצן זיי נעבאך און בי ענד עדש, און שלעפן באקסעס, און קימען אהיים מיט קוים ברויט אויף הויזן.
די גמרא זאגט און מס' קדושין, חייב האב ללמד את בנו אומנות, ומי שאינו מלמד את בנו אומנות- כאילו מלמדו ליסטות.
הייינט איז דער סדר אז יונגעלייט זיצן אפ און כולל, א היפשע פאר נאך די חתונה, און ווען מען האט שוין 2 אדער 3 קינדער, און מיז שוין גיין ארבייטען, הייבט מען זיכען א דשאב, מען קימט אן צו די ערשטע אינטערוויא און מען פרעגט אים, יונגערמאן אויף וואס טויגט איר? הייבט זיך נעבאך אן א געקעקעצעריי, און דאס געזיכט פלאמט פאר בישה,
ביז ער מיז נעבאך אנעמען א דשאב און א ווערהאז, וואו ער ארבייט עבודת הפרך, מבוקר ועד הערב, און דער "געלערענטער" מענעדשער וואס משכמו למעלה, אינזעקט זיך מיט פארגעניגען אויף דעם זיידנ'עם בן תורה, און ער קימט נעבאך א היים דערביטערט, און פארמאטערט ביזן טויט, עס קען ניטאמאל זיין א רעדע פון נעמען נאכט קורסן,
אזוי דרייט זיך דאס רעדל, פון איין דשאב צו א צווייטע, ביז די 35 יאר.
דארף עס דען אזוי צו זיין? עסקנים וואו זענט איר? פארוואס, זאלן נישט די פרישע יונגעלייט זיך לערנען א פאר שעה א טאג, עפעס א פאך? אדער Basic office management ?????
װאס איז מיט די הײמישע קארסעס װאס װערן עדװערטויזד עטליכע מאל א יאר אדער ברעמסאן ארט קאלעזש?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 10:07 pm
דורך גימפל
קפנדריא האט געשריבן:יידל האט געשריבן:קפנדריא, קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט איז בכלל נישט סינאנים מיט רייכקייט. רוב רייכע זענען רייך געווארן פון האבן זייער קאפ אויפן פלאץ און זייער ביזנעס פעיאיגקייטן. קאלעדזש אין די אלגעמיינע וועלט גיבט פארן נישט-ביזנעס-פעאיגער מענטש (דאס הייסט, 90% פון די מענטשהייט) די מעגליכקייט צו זיך לערנען און פאך און פילפאכיג העכערן די שאנסן צו באקומען א דזשאב וואס ברעגט אריין א באקוועמע פרנסה. איך זע בכלל נישט פארוואס דאס איז אנדערש ביי א איד. א איד וואס לערנט אין קאלעדזש וועט זיך נישט בלויז "דערקלעטערן" צו זיין א לויער, טעראפיסט, צומאל א נוירס אדער דאקטאר, ער באקומט פשוט מער שאנסן פון מאכן א נארמאלן פרנסה און האבן די מעגליכקייט אויסצוהאלטן די משפחה - פונקט ווי אין די אלגעמיינע וועלט.
איך גלייב נישט אז פשוט-קאמפליצירט קלאגט אז ביי אונז איז נישטא קיין עשירות, און דער אמת איז אז איינער וואס זוכט עשירות האט טאקע נישט וואס צו זיכן אין קאלעדזש.
דער וואס לערנט אין קאלעזש 'מעטה' אדער 'סייענס' האט אפשר נישט אזוינע גרויסע אויסזיכטן, די וואס ווערן כירורגן אדער אנקאלאזשיסטן, ווי אויך דעפענס אדוואקאטן, די ווערן גאר גרויסע עשירים.
צו ארויסברענגען מיין תגובה אין איין ווארט, א אינגערמאן האט מיר פארציילט, ער איז געווען ביי א לויער אין אפיס צו פארענדיגן א ריעל עסטעיט טראנזאקציע, דער אינגערמאן מיט די פיאות נאכנישט רעכט צוזאמגענומען פון נאכ'ן דאווענען, און די שיך וועלכע זענען צום לעצט באהאנדלט געוואן נישט ווינציגער ווי איין מאנאט צוריק, זיצט ביים טיש מיט א אינגן 'לויערס געהילף', און גייט איבער די דעטאלן פון די שליסונג - קלאוזינג בלע"ז, און דער אינגערמאן זאגט דעם לויער'ל שרייב אזוי און טו אזוי, ביז דער לויער'ל גיט זיך א רעג אויף אויף דעם אינגערמאן, 'אנטשולדיגט, איך בין געגאנען אין קאלעזש און געארבעט אויף א דעגרי, צו מיר מעגסטו רעדן מיט אביסל מער דרך ארץ'! דער אינגערמאן ציט ארויף א לייכטן שמייכל אויף זיין פנים, און דאס האט נאך מער אנגעצינדן דעם אינגן 'בא'
דעגרי'טער לויער', און ער האט אויף א נאך העכערן טאן ווידערהאלט זיין ווייטאג אויף די 'חוצפה' פון דעם
אומגעלערנטן אינגערמאן מיט די שמונה בגדים, דא דרייט זיך אויס דער בעל הבית - דער
'גרויסער לויער' צום 'געלערנטן' געהילף און זאגט אים, וויפיל יאר ביסטו געגאנגען אין קאלעזש? ענטפערט ער 'מער פון 3 יאר'!, און דער אינגערמאן? 'קיין איין טאג נישט'! ענטפערט ער מיט א טראציגע ניצחון, און דו ווייסט - פירט אויס דער סיניאר לויער - וויפיל דער 'אומגעלערנטער' אינגערמאן גייט מאכן פון דעם היינטיגן פליפ טראנזאקציע אליין? מער וויפיל דו מאכסט געהאלט אין צוויי יאר.
צו ענפערן דיין תגובה אין איין ווארט, וויפיל בעלי בתים האט B&H און וויפיל ארבייטערס האבן זיי, און וואס צאלן זיי פאר א גרעדאירטען פון אונזער סיסטעם? יעצט מאך אליין דעם חשבון.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:13 pm
דורך יתרו
בנימין פרנקל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:פשוט קאמפליצירט,
דיין בריוו איז געווענדעט צו די הנהלה גשמי?
ווייל זיי זענען א באזונדערע קערפערשאפט פון די הנהלה רוחנית.
דו מישט צוזאמען טענות פון די הנהלה רוחני צו די גשמי.
אמת, ריחני,
לא הרי הנהלת גשמיות, שממונים על ההממונות, כהרי הנהלת הרחניות,
ולא הרי הנהלת הרחניות, שממונים על הלימודים, כהרי הנהלת גשמיות,
אבל:
הצד השוה שבהם ששניהם משובעדים, בדרך כלל, לאדון אחד שפעמים מתקריא בשם כ"ק מר"ן אדמו"ר שליט"א, ולפעמים בשם אב"ד שליטא, או שאר כנויי וכינויי כנויין שיש להן, וכלפיהם מכוונים הדברים.
הצד השוה שבהם שמועדים להיזק ושמירתן עליך
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:14 pm
דורך יתרו
מר גבאי שני, וואס איז די אינהאלט פון די אלע אוועקגענומענע הודעות ?,
אז די ווילסט נישט אויסשמיסן ברבים לאז מיך וויסן אין אישית, א ישר כח
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:19 pm
דורך געפילטע פיש
יתרו, ס'טמער ארויסגענומען די ווערטער פון מויל, הצד השוה שבהן שדרכן להזיק...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:24 pm
דורך יתרו
אז מען רעדט שוין געפילטע, וואס טוט זיך מיט א נארמאלע אוואטאר פאר מיר, יענץ וואס די האסט געשיקט איז נישט גוט, איך ברויך אזא פאס פארט פיקטשער וואס מען זעהט נאר יתרו אליין,
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 1:42 am
דורך געפילטע פיש
איך בין נישט די גרויסע אוואטאר "מומחה",
דא האסטו אן אשכול געווידמעט פאר דעם, און אונזער חבר "מומחה" שטעלט צו פיינע סחורה.
זיי מסביר וואס דו ווילסט, ווי אזוי האט יתרו אויסגעזען?
וואלט דאס געווען צום זאך? כ'האב עס ארויסגעשניטן פון די פעינטיג.
Capture.JPG
אדער דאס גאר? ששש.. זאג קיינעם נישט אויס אז דאס איז עכט משה רבינו.
Capture.JPG
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:40 pm
דורך berlbalaguleh
יתרו האט געשריבן:מר גבאי שני, וואס איז די אינהאלט פון די אלע אוועקגענומענע הודעות ?,
אז די ווילסט נישט אויסשמיסן ברבים לאז מיך וויסן אין אישית, א ישר כח
גבאי שני איז גערעכט. ביי די ערשטע געמעקטע הודעה שרייבט ער צו "אומפאסיג" כ'האב מיך געלערנט פון דעם אז א תגובה אויף אן אומפאסיגע הודעה איז אויך "אומפאסיג". ייש"כ ג"ש.
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:49 am
דורך נולד מאוחר