בלאט 2 פון 3

הוספה א׳

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 4:55 pm
דורך לעמאן דזשוס
אין די לעצטע עטליכע טעג איז נתעורר געווארן נאך עטליכע הערות והארות בנוגע די ׳געלייקט׳ עפידעמיע, טייל זענען אויפגעברענגט געווארן דורך אנדערע חשובע חבירים ווי זר׳ל (העי איך בינדאך זר) וואס איז א שטיקל לייק עקספערט

ד׳ א לענגערע ארטיקל וואס קומט פון אנדערע זייטלעך (קעגנערישע) און עס געפעלט איינעם דאס ארטיקל....די שאלה איז צוטיילט אין צווייען צד א׳ מען נעמט אוועק די אפציע צו לייקן...(שיטת זר ודעימי) צד ב׳ מען לייקט דעם באענגער פאר די קלארע שכל אהערצוברענגן עפעס זאכליך. צד ג׳ (א נייע צד) מען מאכט א ניק אויף יענע וועב זייטל און מען שרייבט א פארלוימדונגס תגובה

ה׳ וויזוי ברענגט מען ארויס א ׳דיסלייק׳, למשל, איך וויל נישט תגב׳ענען אבער חלילה נישט לאזן הנייר חלק, פארוואס פירט מען נישט איין א דיסלייק קנאפ...וזאת לתעודה אז די דיסלייק קנעפל קען זיין א גלאבאלע אויפטוה וואס מען קען איינפירן ביי די ספר הפנים וועבזייטל אויך...האט דאס צו טון מיט די נייע ׳חיזוק׳ עפאכע

ו׳ איז דא ערגעץ ווי מען קען קויפן א צאל לייקס, למשל פאללאערס אויפ׳ן פייגל און פריינט אינעם געזוכטבוך קען מען פאר אפאר פיאסטער קויפן ביי געוויסע סייטס, קען מען לייקס אויך איינהאנדלען אויפן שווארצן יריד

ז׳ אויב מען מערקט אז א געוויסע ניק לייקט צופיל א צווייטן, מעג מען אנהייבן חשד׳ענען אז עס איז א שווינדל...און א קאנספיראציע

ח׳ וויזוי איז מעגליך איבערצויאגן יידל׳ס לייק מספר...אויב ער האלט און איין מוסיף והולך זיין

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:30 pm
דורך געוואלד געשריגן
טעפל האט געשריבן:
געוואלד געשריגן האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:ענק האבען מיר נאר מער צומישט מיט ענקער הסברים אויף ווען צו לייקען, שוין איך וועל ממשיך זיין צו לייקען ווען אידען זאגען גוטע ווערטער און א גוטע תגובה אויך געבען ווען ס'פעהלט אויס...
קוקטס די חילוק ביי מיר:
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל


To be fair, you've given more likes than comments

גערעכט איז גערעכט, איך פלעג אנשטאטס תגובות געבען לייקס, כ'האב שוין אנגעהויבן געבן תגובות בנוסף צו די לייקס.
אפשר שרייבסטו אידיש???


איך וועל פראבירן..

ס'איז די זעלבע ביי מיר ווייל איך קענען לייענען בעסער ווי שרייבן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 4:57 am
דורך טעפל
געוואלד געשריגן האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:
געוואלד געשריגן האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:ענק האבען מיר נאר מער צומישט מיט ענקער הסברים אויף ווען צו לייקען, שוין איך וועל ממשיך זיין צו לייקען ווען אידען זאגען גוטע ווערטער און א גוטע תגובה אויך געבען ווען ס'פעהלט אויס...
קוקטס די חילוק ביי מיר:
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל


To be fair, you've given more likes than comments

גערעכט איז גערעכט, איך פלעג אנשטאטס תגובות געבען לייקס, כ'האב שוין אנגעהויבן געבן תגובות בנוסף צו די לייקס.
אפשר שרייבסטו אידיש???


איך וועל פראבירן..

ס'איז די זעלבע ביי מיר ווייל איך קענען לייענען בעסער ווי שרייבן

די לייק האב דיר געגעבען פארן זיך מטריח זיין צו שרייבען אין אידיש.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 12:34 pm
דורך קאווע טרינקער
לכבוד המתעסקים בעניני אהבת הזולת ואהבת עצמי, הנקרא בלשון-עם-זו "לייקן".
(בד"וו, דאס איז די תיבות פון די ראשי. נישט ווי מאנכע זענען פותר "בלשון עם זר" - פראנצוזיש איז נישט פרעמד געווען פאר רש"י ז"ל).

איך כשלעצמי האב ליב לייקס, נישט ווייל די נומערען פון לייקס שטייגען העכער, פשוט ס'ווייזט מיר אז דר'עולם האט הנאה געהאט, ענד איי לייק דעט. אלץ מיר אויס וואלטן די מנהלים געקענט איינשטעלען אז די מספר הלייקס ווערט נעלם נאך א וואך צוויי. דער עיקר איז אז כ'זעה א תוצאה חיובי פון די ליינער. - נישט יעדער קומט אויף מיט א בליציגע שכוח-נוסח, און מאנכע ווילען נישט מגיב זיין פלעין. פארדעם איז א לייק פונקט גוט.

און אזויווי כ'האב שוין פריער מעורר געווען, די מספר הלייקס ווייזט נישט באמת אויף כמות און איכות פון דעם ניק'ס סחורה, ווייל יעדען טאג קומען צו ניקס (יותר מן המתאבדים רח"ל) ע"כ איז מעגליך מיט א עטליכע תגובות צו באקומען לייקס אין די וועלט אריין. משא"כ אלט-געזעצענע מאמרים האב דאן געהאט 18 לייקס, כמעט די מעקסימום.

אזוי טראכטענדיג, אפשר זאל מען שרייבן א code וואס רעכענט אויס די פראצענט פון לייקס לעומת די תגובות. ד.ה. ס'וועט זיך מעסטן לויט וויפיל תגובות זענען געלייקט געווארן, און לאו-דוקא יעדע תגובה כשלעצמה. ביתר ביאור, ס'זאל ווייטער בלייבן ווי ביז איצט, מ'זאל קענען זעהן אונטער דעם תגובה די מספר הלייק'ערס. אבער לגבי דעם ניק אליין, אויף די לינקע זייט, זאל מופיע זיין די פראצענט פון זיי תגובות וואס זענען גע'לייק'ט געווארן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 1:11 pm
דורך געפילטע פיש
1229 מאל 40.113913751 פראצענט איז 493 לייקס

1230 מאל 40.162601626 פראצענט איז 494 לייקס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 1:17 pm
דורך קאווע טרינקער
געפילטע פיש האט געשריבן:1229 מאל 40.113913751 פראצענט איז 493 לייקס

1230 מאל 40.162601626 פראצענט איז 494 לייקס


מהדורת בתרא/פרידפרוי הוד-ועזר
אפשר זאל מען שרייבן א code וואס רעכענט אויס די פראצענט פון לייקס לעומת די תגובות פון יענעם ניק

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 1:05 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב באקומען א לייק, און ווען איך דרוק "קליקט אויף דעם לינק צו זען די הודעה" באקום איך דאס: "איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום".
איינער ווייסט אפשר פשט? ס'איז נישט מאחורי, ווייל איך האב דארט נישט קיין עקסעס.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:21 pm
דורך טעפל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך האב באקומען א לייק, און ווען איך דרוק "קליקט אויף דעם לינק צו זען די הודעה" באקום איך דאס: "איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום".
איינער ווייסט אפשר פשט? ס'איז נישט מאחורי, ווייל איך האב דארט נישט קיין עקסעס.

מ'האט מן הסתם אוועקגעפירט דע גאנצען אשכול אין דראנג אריין..

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:03 am
דורך מצטמק ויפה
עס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט, די גאנצע לייק סיסטעם דא אין שטיבל, ווי עס קוקט מיר אויס, אז עס גייט בערך אזוי, אויב האט דער ליינער געשמייכעלט איינמאל אינמיטען ליינען דאן שענקט ער א לייק, אבער אויב נישט דאן מאן דכר שמיה.

לאמיר עס מגדיר זיין, ווען יענער ברענגט אראפ א גוט שטיקעל נייעס, פארוואס קומט זיך איהם נישט א דאנק, ( טראכט'ס נישט קיין רגע אז איך מיין דא מיר, ווייל איך בין נישט קיין נייעס ברענגער) האסט הנאה אז יענער האט דיר אינפארמירט מיט די נייעס? דאן זאג איהם א דאנק, מיט א לייק, אזוי וועט ער שרייבן נאך, און דיך ברענגען נאך נייעס.
די זעלבע איז ווען יענער זאגט א גוטע נקודה, געדאנק, עס איז טאקע נישט צום לאכן אבער ער זאגט גוט, איז פארוואס נישט לייקען? .

איז לכבוד דעם וואלט איך פארגעשלאגן, אז עס וואלט געווען כדי ווען עס זאל זיין דריי קנעפלעך,1) "לייק", ( הנאה געהאט פונ'ם תגובה) 2) "א דאנק" ( יישר פארן ברענגען די נייעס, בילד וכדו') 3) גוט געזאגט ( איר זאגט א גוטע נקודה איך שטום צי).
הא, א גוטע בייפאל?

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:14 am
דורך רויטע וואנצעס
/

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:16 am
דורך מצטמק ויפה
רויטע, וואס איז געווען דיין לייק? 1 2 אדער 3?!

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:21 am
דורך גנדי
דוכט זיך בוז-פיד האט אזא סיסטעם.
לייק. אמג. ווטפ. לאל. וכדומה.

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:22 am
דורך רויטע וואנצעס
מצטמק ויפה האט געשריבן:רויטע, וואס איז געווען דיין לייק? 1 2 אדער 3?!


מצטמק ויפה האט געשריבן:עס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט, די גאנצע לייק סיסטעם דא אין שטיבל, ווי עס קוקט מיר אויס, אז עס גייט בערך אזוי, אויב האט דער ליינער געשמייכעלט איינמאל אינמיטען ליינען דאן שענקט ער א לייק, אבער אויב נישט דאן מאן דכר שמיה. =3

לאמיר עס מגדיר זיין, ווען יענער ברענגט אראפ א גוט שטיקעל נייעס, פארוואס קומט זיך איהם נישט א דאנק, ( טראכט'ס נישט קיין רגע אז איך מיין דא מיר, ווייל איך בין נישט קיין נייעס ברענגער) האסט הנאה אז יענער האט דיר אינפארמירט מיט די נייעס? דאן זאג איהם א דאנק, מיט א לייק, אזוי וועט ער שרייבן נאך, און דיך ברענגען נאך נייעס.
די זעלבע איז ווען יענער זאגט א גוטע נקודה, געדאנק, עס איז טאקע נישט צום לאכן אבער ער זאגט גוט, איז פארוואס נישט לייקען? =3

איז לכבוד דעם וואלט איך פארגעשלאגן, אז עס וואלט געווען כדי ווען עס זאל זיין דריי קנעפלעך,1) "לייק", ( הנאה געהאט פונ'ם תגובה) 2) "א דאנק" ( יישר פארן ברענגען די נייעס, בילד וכדו') 3) גוט געזאגט ( איר זאגט א גוטע נקודה איך שטום צי).
הא, א גוטע בייפאל? =1

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:25 am
דורך היימישער ליטוואק
ביזדערווייל איז א לייק אלעס אינאיינעם. ווען איינער ברענגט פון דרויסן איז דאס א דאנק, ווען ער זאגט א מיינונג און דו עגריסט איז דאס א הסכמה, און ווען ער שרייבט זאפטיג איז דאס א לייק.
ווען איך ברענג א טרויעריקע רעפארט קומט מיט נאכאלץ דעם לייק אלס א דאנק.
וכמו שכתב מצטמק.

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 7:02 pm
דורך הוגה
לכאורה ליידט ער פון דער קראנקהייט:

viewtopic.php?f=4&t=5810

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 3:28 pm
דורך לית דין בר נש
ווי קען איך ארויסווייזן הכרת הטוב צו א חבר השטיבל וואס העלפט מיר ארויס אין אישי?
איך האלט נישט אז עס האט א פשט צוגיין צו צעהן אלטע הודעות פון אים און פשוט געבן א לייק. אדער אפשר בין איך נישט גירעכט און איך דארף יא דאס טוהן.
איך וויל הערן פון די זקנים דא אויב עס איז דא א געדאנק אויף דעם אדער איך זאל פשוט טוהן וואס איך האב געשריבן? אפשר זאל מען מאכן א לייק קנפל אין אישי as well?

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 5:30 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 8:19 pm
דורך שעפטל
טעפל האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך האב באקומען א לייק, און ווען איך דרוק "קליקט אויף דעם לינק צו זען די הודעה" באקום איך דאס: "איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום".
איינער ווייסט אפשר פשט? ס'איז נישט מאחורי, ווייל איך האב דארט נישט קיין עקסעס.

מ'האט מן הסתם אוועקגעפירט דע גאנצען אשכול אין דראנג אריין..

אגב, ווען איך פארמעק א תגיבה משום איזה סיבה און ס'האט א לייק דערויף, פארליר איך עס...?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:42 pm
דורך גאלד
ס'אט מיר יעצט געכאפט די גיסטע צו אראפשטעלן פאר די רעקארד מיין פערזענליכע הגדרה פון געבן א לייק,
איך זאג נישט אז יעדער מוז אנעמען מיין מהלך, אבער איך האלט ס'ווערד צו נעמען אין באטראכט,
און איך זעה אז דאס רוב גייען מיט דעם מהלך אבער איך קען באשטיין עס צו אויסליפטרן,
למען ידעו אז ווען איך געב א לייק מיינט דאס איינע פון די 3 קאטעגאריעס

1. איז פשוט א מענטשליכקייט ענין, ווען איך ליין א תגובה וואס האט מיר געברענגט סיי וואספארא קורת רוח, א שמייכל צו סתם הנאה, קען איך פשוט נישט זיין קיין חזיר און נישט געבן א לייק, ס'פונקט ווי איינער זאל מיר האלטן די טיר און נישט זאגן קיין שכוח, און דעם איז נכלל אפי' איינער שרייבט נישט עפעס ווייסעך וואס, אדער איך בין אפשר נישט מסכים 100% מיט די עצם תוכן, נאר בלויז אז דער סיגנון איז מליצה'דיג, קאמיש און מיט א טעם, אזאנס שפיר איך אויך א חוב צו זאגן "שכוח"

2. באופן וואס איך וואלט געשריבן די זעלבע אויב יענער וואלט נישט, דאס מיינט צו זאגן אז מיין שרייבן איז שוין איבריג און אויב ווילט איר וויסן וואס איך האלט איבער דעם נושא ליינט וואס דער כותב שרייבט,

3. איז א ענין פון "כה לחי", מיינט אזוי צו זאגן, מאכט זיך אז איינער שרייבט איבער א נושא וואס איך בין אפשר נישט אזוי אויסגעקאכט, ס'נישט מיין האבי, די גאנצע סאבדשעקט ציעט מיר נישט עפעס אזוי, אבער אזויפיל זעהט מען אז דער כותב האט אריינגעלייגט אסאך כח און מח אין זיינע ווערטער, ס'איז געשריבן אויסגערעכנט מיט אינטעלגענט און קלאס, אזא איינער וויל איך פשוט געבן די הכרה אז איך בין מכיר און זיין שיינע ארבעט, און איהם מוטיגן צו ממשיך זיין.

פארשטייצעך די תוכן התגובה זאגט שוין מער ווייניגער אונטער וועלכער קאטעגאריע דער לייק איז,

בכלל בין איך א גרויסע חסיד פון די לייקס מחמת כמה סיבות, איך זעה אז אייוועלט עקשנט זיך נאך, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס ס'האט נאר מעלות, ואלו הן:

1. ס'געט גאזאלין - טרייב קראפט - פאר די שרייבערס,

2. א גרינגע וועג מיט איין קליק צו זיין מענטשליך און זאגן "שכוח",

3. אנדערש ווי א אגדול אין א באזונדערע תגובה פארחזערט סתם מיט איבעריגע תגובות שלא מן הענין

4. אנדערש ווי א אגדול אין א באזונדערע תגובה קען מען אסאך מאל נישט כאפן צו וואס און צו וועמען ס'באציעט זיך

5. דער עצם תגובה באקומט א העכערע וועליו, אזוי מ'קען זיך אויסקלויבן צו ליינען די גוטע תגובות,

6. ס'ברענגט סתם אזוי אהבת חברים, וואס ווייס מיר אונז וועלכער קליינקייט קען ברענגען משיח,

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:59 pm
דורך ישראל קאפקע
ס'איז א #2 לייק.
נישט אז איך וואלט געשריבן, (האט מיר דען איינער צוריקגעהאלטן?), נאר אויב דארף איך ווען שרייבן וואלט איך געשריבן ס'זעלבע.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 2:05 pm
דורך לית דין בר נש
א לייק משולשת
מרקד על תלת

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 2:40 pm
דורך מאטי
לית דין בר נש האט געשריבן:א לייק משולשת
מרקד על תלת

ס'איז נישט מעגליך א לייק פאר אלע דריי! ווייל צוויי מיט דריי איז א תרתי דסתרי.
צוויי איז אויב ער וואלט ווען געשריבן גענוי די זעלבע, און דריי איז אויב ער איז נישט באהאווענט אינעם נושא אבער ס'דערקענט זיך פרי עמלו פונעם מגיב.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 2:45 pm
דורך לית דין בר נש
מאטי מחולק ליין איבער
1 קורת רוח
2 וואלט געשריבן די זעלבע
3 כה לחי
ער האט גראדע ארויסגיברענגט כה לחי אויף יענע אופן אבער עס איז לאו דוקא
שטימט נישט עפעס מיט מיין שלשלת?