בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:01 pm
דורך sunbar
וואס ווייסט א ליטוואק...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:03 pm
דורך היימישער ליטוואק
sunbar האט געשריבן:וואס ווייסט א ליטוואק...
איר האט פארגעסן אז דער אלטער רעבבע האט גהייסט 'דער ליטוואק' ווען ער האט גלערנט אין מזעריטש
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:04 pm
דורך sunbar
היימישער ליטוואק האט געשריבן:sunbar האט געשריבן:וואס ווייסט א ליטוואק...
איר האט פארגעסן אז דער אלטער רעבבע האט גהייסט 'דער ליטוואק' ווען ער האט גלערנט אין מזעריטש
איך האב גראדע נישט געוואוסט. ישר כח פאר דער אינפארמאציע
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:05 pm
דורך בונעס איירעס
לפי ידועתי האט הרה"ק מסאטמאר זי"ע געהאלטן אז קיין שום "איש פשוט" זאל בכלל נישט לערנען קיין לקוטי מוהר"ן! און בחור... זיכער נישט!! (נישט וואו איר שרייבט אביסל יא)
אפילו ער זעלבסט האט עס געלערנט.. וואו מען פלעגט עס צוזעין אויף זיין טיש כסדר...
אז מען רעד שוין פון סאטמארער רב מיטן לקוטי מוהר"ן האב איך א מעשה'לע געהערט אזוי:
אמאל איז הרה"ק מסקווער זי"ע געקומען אויך א באזוך צום צדיק און דער רב איז נאך נישט געווען אין צומער בשעת דער סקווערער רבי איז אנגעקומען, איז דארט א לקוטי מוהר"ן געליגן אויפן טיש, האט דער סקוורער רבי דאס געגעבן א שטעל אראפ אויף א בענקל.. ווען דער סאטמארער רב איז אריינגעקומען און באמערקט האט ער דאס אויפגעהויבן און געזאגט "ביי מיר ליגט דער ספר אויפן טיש" און אוועק געשטעלט צוריק אויפן טיש..
עד כאן המעשה: איך האב דאס געהערט בשם א הויז בחור בימים ההם די פריה יארן דא על אדמתינו
איבער די קראנקייט לאז איך פאר אייך..
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:10 pm
דורך היימישער ליטוואק
sunbar האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:sunbar האט געשריבן:וואס ווייסט א ליטוואק...
איר האט פארגעסן אז דער אלטער רעבבע האט גהייסט 'דער ליטוואק' ווען ער האט גלערנט אין מזעריטש
איך האב גראדע נישט געוואוסט. ישר כח פאר דער אינפארמאציע
כאטש גיב מיר מיין ערשטע לייק!
רעדאגירט: יישר כח פאר גיבן מיר מיין ערשטע לייק! זעסט אפילו א ליטוואק קען זיין בעליבט - אויב ער איז היימיש.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:20 pm
דורך נולד מאוחר
היימישער ליטוואק האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:לערנען תניא מאכט נישט משוגע, זיין משוגע מאכט לערנען תניא.
און איך מיין אז לערנען -->> אסאך <<-- ספר התניא מאכט יא משוגע. עס איז טאקע גבויט אויף שכל, אבער רעדט פיל העכר פון וואס 99% מענטשן פארשטייען. וואס דאס מיינט איז אז כמעט יעדער וועלכער לערנט דאס בעבלט די ווערטער און רעדט הוילע פראזן און אצילות'דיגע אויסשפראכן. און אפילו די 1% וועלכע פארשטייען שוין יא עפעס איז די עבודה למעשה היוצא מהספר אזוי ווייט פון זיי, כרחוק מזרח מהרי החושך. ממילא לערנט מען סתם ללמוד על מנת ללמוד. און מלאזט נאך יעדע סארט נארמאלע לימוד, נאר נאך א ביאור אויף א דיוק הלשון בספר התניא און נאך א תירוץ פ"וו ער זאגט "תניא" ווען עס איז נישט קיין ברייתא, און פארוואס שטייט "משביעין" ווייל עס איז לשון פון שבעה (כל השביעין חביבין=הרבי...), וייל עס מיינט זאטח, יו נעים איט איז דא נאך א מאמר און א פשעטל.
וילכו אחר ההבל וזה פריה.
דאן זאגן תהילים אזי נישט קיין סאך אנדערש.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:32 pm
דורך היימישער ליטוואק
נולד מאוחר האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:לערנען תניא מאכט נישט משוגע, זיין משוגע מאכט לערנען תניא.
און איך מיין אז לערנען -->> אסאך <<-- ספר התניא מאכט יא משוגע. עס איז טאקע גבויט אויף שכל, אבער רעדט פיל העכר פון וואס 99% מענטשן פארשטייען. וואס דאס מיינט איז אז כמעט יעדער וועלכער לערנט דאס בעבלט די ווערטער און רעדט הוילע פראזן און אצילות'דיגע אויסשפראכן. און אפילו די 1% וועלכע פארשטייען שוין יא עפעס איז די עבודה למעשה היוצא מהספר אזוי ווייט פון זיי, כרחוק מזרח מהרי החושך. ממילא לערנט מען סתם ללמוד על מנת ללמוד. און מלאזט נאך יעדע סארט נארמאלע לימוד, נאר נאך א ביאור אויף א דיוק הלשון בספר התניא און נאך א תירוץ פ"וו ער זאגט "תניא" ווען עס איז נישט קיין ברייתא, און פארוואס שטייט "משביעין" ווייל עס איז לשון פון שבעה (כל השביעין חביבין=הרבי...), וייל עס מיינט זאטח, יו נעים איט איז דא נאך א מאמר און א פשעטל.
וילכו אחר ההבל וזה פריה.
דאן זאגן תהילים אזי נישט קיין סאך אנדערש.
מעגליך. איך זאג אבער, ליידער, זייער ווייניג תהלים. צומאל פאר מנחה איין קאפיטל, משכיל לדוד בהיותו במערה תפילה, אדער ממעמקים קראתיך.
און בעיקר, זעסט נישט א חילוק צווישן תורה און תפלה?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:46 am
דורך ונבנתה העיר
היימישער ליטוואק האט געשריבן:און איך מיין אז לערנען -->> אסאך <<-- ספר התניא מאכט יא משוגע. עס איז טאקע גבויט אויף שכל, אבער רעדט פיל העכר פון וואס 99% מענטשן פארשטייען.
עס זעהט אויס אז דו האסט קיינמאל נישט געלערנט דעם חלק תניא הנקרא 'ספר של בינונים'.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:12 am
דורך היימישער ליטוואק
ונבנתה העיר האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:און איך מיין אז לערנען -->> אסאך <<-- ספר התניא מאכט יא משוגע. עס איז טאקע גבויט אויף שכל, אבער רעדט פיל העכר פון וואס 99% מענטשן פארשטייען.
עס זעהט אויס אז דו האסט קיינמאל נישט געלערנט דעם חלק תניא הנקרא 'ספר של בינונים'.
איך האב יא.
ביטע זאג מיר וויפיל מענטשן פארשטייען, וואס דאס מיינט קליפות, קליפת נוגה חלל ימין ושמאל, נה"ב און נה"א. אוודאי מ'קען נאכזאגן און זיך אריינשאקלען. אבער פארשטיין אזוי ווי מ'פארשטייט א שטיקל גמרא ושו"ע, אדער ווי א שטיקל מחשבה פון א ספר מוסר או השקפה? לגמרי נישט.
און לגבי צו מען האלט דערביי, זאגט נאר, איר ווייסט אז לפי דעם תניא איז א לעפל אייז קריעם גאר גאר פראבלעמאטיש?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:50 am
דורך ונבנתה העיר
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ביטע זאג מיר וויפיל מענטשן פארשטייען, וואס דאס מיינט קליפות, קליפת נוגה חלל ימין ושמאל, נה"ב און נה"א.
וואס איז נישט פארשטענדליך? אודאי ווען מען לערנט עס די ערשטע מאל איז עס א נייע קאנצעפט וואס מען דארף מברר זיין ביי די וואס ווייסן שוין.
היימישער ליטוואק האט געשריבן:און לגבי צו מען האלט דערביי, זאגט נאר, איר ווייסט אז לפי דעם תניא איז א לעפל אייז קריעם גאר גאר פראבלעמאטיש?
וואו מען האלט איז נישט מעלה אדער מוריד אינעם אמת.
עס רעדט זיך דא פון א היסטאריע בוך, א מענטש פאלט אריין אין א וועלט נישט וואוסענדיג בין ימינו לשמאלו [ובהמה רבה...], לעבט זיך אפ 80 יאהר און גייט זיך ווייטער, קומט דער ספר און פארציילט אייך וואס גייט פאר אונטער די קוליסן, עס איז דא א אייבערשטער, ער גיבט יעדן איד צוויי נפשות, איינע פון די נפשות ציהט צו דברים אסורים [אדער נוגה], דער אנדערער ציהט צו געטליכקייט, ביידע פון זיי שלאגן זיך אויפן מענטש אז ער זאל גיין מיט איהם, דארף א איד - דורך די צענדליגע מהלכים און עצות וואס ער גיבט דורכאויס דעם ספר - בוחר זיין צו גיין מיט'ן נפש אלוקית.
עשה את האמת מפני שהוא אמת, אויב איז דאס די מציאות און דאס איז דער תכלית הבריאה בכלל און יעדער איד בפרט, וועט וואו מיר האלטן גארנישט טוישן פונעם מציאות.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 8:42 am
דורך שרייבער
נו ונבנתה, אפשר געסטו א שיעור דא אין ספר התניא
UPDATE - "תניא" מאכט משוגע?
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:45 pm
דורך קאווע טרינקער
אין "עמי" מאגאזין איז פאר צוויי וואכן צוריק געווען אן ארטיקל וואס לויטעט אז תניא איז מיטל צו אויסגראדן דעם מענטש אנשטאט די הילף פון פסיכיאטער'ס.
פארגאנגענע וואך האט א פסיכלאג אריין געשיקט א לאנגע בריוו וואס לויטעט, אז ער האט א שיינע מאס קליענטן וואס לערנען תניא.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 3:39 pm
דורך שמעקעדיג
תניא קען זיכער העלפן אויסצוגראדן און אויסקלארן אסאך אידישקייט שאלות און פראבלעמען פאר OTD חברה.
נאר נישט יעדנ'ס קאפ פארנעמט די טיפע לימודים פונעם תניא. אפילו איך האב נאך נישט געלערנט רוב דערפון, נאר עטליכע פרקים דא און דארט, אבער כ'האב שוין געהערט שיעורים פון בעלי דרשנים וועלכע האבן אריינגעווארפן טיפזיניגע השגות פונעם ליקוטי אמרים.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 3:44 pm
דורך קאווע טרינקער
ווען ס'וואלט געווען רש"י אותיות מיט צוויי קאלום'ס, אין געדרוקט געווארן דורך מכון שפתי צדיקים, און געהאט די זעלבע דעקל ווי אוהב ישראל, ישמח ישראל, עירין קדישין, מנחם ציון, זאת זכרון, וכו' - וואלסט נישט געגעבן אזויפיל וואג פאר תניא מער ווי יסוד העבודה, תורת א', ויחי יוסף.
העי, שעלט נישט, כ'מיין עס נישט ממש.
גיב עס 2 טעג, עוז והדר וועט דרוקען א "מתיבתא" אויף תניא, אין יעדע פרק וועט האבן אן אנדערע פטרון.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 4:15 pm
דורך שמואל הלוי
בלויז תניא מאכט משוגע? די גאנצע תורה מאכט משוגע!
אזוי שרייבט דער הייליגער אור החיים הקדוש פאריגע וואך פרשת יתרו, אז ווען מ'וואלט ווען ריכטיג געשפירט די עריבות התורה וואלט מען ווען משוגע געווארן.
ס'איז שוין אפילו דא א ניגון אויף די ווערטער פון אוה"ח הק':
אם היו בני אדם מרגישין במתיקות ועריבות טוב התורה, היו משתגעים ומתלהטים אחריה, ולא יחשב בעיניהם מלוא עולם כסף וזהב למאומה, כי התורה כוללת כל הטובות
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 5:14 pm
דורך קאווע טרינקער
פרשת כי תבוא.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 5:24 pm
דורך שמואל הלוי
קאווע טרינקער האט געשריבן:פרשת כי תבוא.
גערעכט! וטעות לעולם חוזר.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 11:47 pm
דורך berlbalaguleh
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:און איך מיין אז לערנען -->> אסאך <<-- ספר התניא מאכט יא משוגע. עס איז טאקע גבויט אויף שכל, אבער רעדט פיל העכר פון וואס 99% מענטשן פארשטייען.
עס זעהט אויס אז דו האסט קיינמאל נישט געלערנט דעם חלק תניא הנקרא 'ספר של בינונים'.
איך האב יא.
ביטע זאג מיר וויפיל מענטשן פארשטייען, וואס דאס מיינט קליפות, קליפת נוגה חלל ימין ושמאל, נה"ב און נה"א. אוודאי מ'קען נאכזאגן און זיך אריינשאקלען. אבער פארשטיין אזוי ווי מ'פארשטייט א שטיקל גמרא ושו"ע, אדער ווי א שטיקל מחשבה פון א ספר מוסר או השקפה? לגמרי נישט.
און לגבי צו מען האלט דערביי, זאגט נאר, איר ווייסט אז לפי דעם תניא איז א לעפל אייז קריעם גאר גאר פראבלעמאטיש?
אז מ'רעדט שוין פון אייז קריעם. מ'האט איינמאל געפרעגט איינעם פון די גדולי ראשי הישיבות פון ליטא (יו פילל אין דהע בלענק) וואס זיין מיינונג איז איבער אייז קריעם. האט ער געענטפערט."ס'איז א גוט מייכל, נאר אביסל צו קאלט".
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 9:04 am
דורך איחוד פעלד
רעד איך מיט א חבדניק, זאגט ער אז דברי יואל מאכט מער משוגע ווי תניא, והאראיה קוק אויף סאטמאר.
זאגט ער ווייטער אויף תניא לוינט זיך כאטש משוגע צו ווערען, אבער אויף דברי יואל איז ער דאךך סתם א נאר...
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 9:35 am
דורך שמעקעדיג
הדא היא דכתיב, אין אדם רואה נגעי עצמו
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 9:44 am
דורך לעמאן דזשוס
איחוד פעלד האט געשריבן:רעד איך מיט א חבדניק, זאגט ער אז דברי יואל מאכט מער משוגע ווי תניא, והאראיה קוק אויף סאטמאר.
זאגט ער ווייטער אויף תניא לוינט זיך כאטש משוגע צו ווערען, אבער אויף דברי יואל איז ער דאךך סתם א נאר...
מילא די ערשטע פאראגראף, שוין, אזויווי שמעקעדיג זאגט שוין
אבער, דיין צווייטע פאראגראף איז סתם געשאסן א דומ׳ע סטעיטמענט אדער מיינט עס עפעס טיפער?
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 10:19 am
דורך הירשל ציג
געפילטע פיש האט געשריבן:הערשל ציג, ווי ביסטו?
איך בין דא
א מאדנע שאלה, לדעתי
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 8:40 pm
דורך לעיקוואד
איך דערמאן זיך א שמועס מיט א חבר מיינע פון מרכז הרב קרייזען, אויף די טענה אז הרב קוק איז געווען א בעל דמיון, זאגט ער מיר, איך הער, צוצומאכען די אויגען צו דער מציאות, נישט זעהן דער מציאות אז סדא ציונות, סדא א מדינה, סדא פרייע יודען, זיך מאכען כאילו אלץ וואס עקזעסטירט איז אפאר מיעוטא דמיעוטא אשר לא כרעו וכו' אין מאה שערים, דאס אלץ הייסט געטראכט גלייך, זיך גערעכנט מיט דער מציאות. ווידער א שיטה וואס קוקט גלייך אויך די מציאות, און פראבירט לפחות זיך צו רעכענען מיט דעם וואס די אלע זאכען זענען קיים, און זיי געבן א פתרון במסגרת המסורת, דאס הייסט ביי אייך דמיון..
דו"ק מינה ואוקים באתרין.