בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 12:00 pm
דורך רויטע וואנצעס
]דריידל] האט געשריבן:איך האב געקלערט עס וואלט געווען אן איידיע אז מען זאל קענען געבן א לייק פאר אן אוועטער. גאנץ אפט מאכט זיך אז אן אוועטער ברענגט א שמייכל, איז פארוואס זאל נישט זיין די אפציע אויסצודריקן הכרת הטוב?
וואס האלטן דער עולם?


איך בין מסכים, אבער נאר אויב מ'קען לייקן מער ווי איין מאל, ווייל ס'קומט זיך דיינס מער ווי איינס.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:46 pm
דורך סאו וואט
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:היינט איז געווען א מאדנע טאג. כ'וואלט עס גערופן דער 'אסארטמענט לייק טאג', כ'באקומען לייקס פון אלע שיכטן און קרייזן. ב"ה פאר דעם. שכוח פאר אלע



.


היינט האב איך א פארקערטע מעשה, כ'האב שוין לאנג נישט אזוי סאך גע'לייקט אויף איין טאג, אזוי ווי היינט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:51 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פארוואס פארקערט? איך לייק אויך אסאך. רעדן רעד איך נאר פון וואס איך באקום, וויל דאס איז א חידוש. היינט האב איך געהאט מיין איך א גוטע 15 לייקס קע"ה, כן ירבו
ישתבח שמו

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:06 pm
דורך סאו וואט
עקסקיוז מיי לענגוויטש.
אבער דו ביסט גוט משוגע לאותו דבר.
אזוי יון טרעק מיינדיד צו זיין מיט באקומען לייקס.
איר דארפט א גוטן דאקטער, זאל אייך געבן אן איינשפריץ.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:10 pm
דורך דער (פינטעל) איד
נכונים דבריך. איך לייד דערפון איז וואס דארפסטו לייגן זאלץ דערויף?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:21 pm
דורך סאו וואט
נאדיר א לייק פאר דו וואנדען,
כ'מוז דיר זאגען, דו באקומסט ארויס לייקס פון חברה דא, גאנץ פראפעשענעל, ווי אזוי מאכסטו עס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:22 pm
דורך דער (פינטעל) איד
רחמנות געבעטן צוזאמען מיט סארקאזם איז דער טריק. שוין יעצט גייסטו גיין קאמפעטישן

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:26 pm
דורך דער (פינטעל) איד
זאלסט וויסן אלעמאל, ישראל קדושים הם! אז מ'בעט געט מען איבערהויפט אז ס'איז א זאך וואס קעסט נישט קיין געלט. אבער נישט יעדער איז אזוי משוגע ווי מיר צו קענען אפען בעטן. איך האב ביי מיר אפגעמאכט איך לעב נאר איינמאל און איך גיי זיך נישט לאזן פון בושה. אויף יענע וועלט איז שווער צו באקומען א לייק, איך גיי עס דא נעמען און איך בעט אפען אן בושה און איך באקום ב"ה, ס'ווערט בעסער און בעסער.
פון דער אנדערע זייט אבער שטיי איך דעריבער אויס צו קנאה ותחרית פון אומפאגינערס וואס ווילן אויך לייקס אבער פארשטייט זיך נאר בדרך כבוד, ס'פאסט זיי נישט געהעריג צו זאגן אפען ברחל בתך ביטע איך דארף א לייק. איז עס מיין שולד? ניין סארי!

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 7:07 pm
דורך שטילע אינגערמאן
פינטעלע טייערע. פשוט איך זעה ווי חשוב א לייק איז ביי דיר, כ'וויל דיך מעורר זיין מ'קען דיך נישט טעג'ן (tag). דאס קען אמאל גורם זיין פון נישט באקומען לייקס ווי למשל דא. (פישעלע ברענגט אראף אלע שרייבעס פונם גליון אין דיך טעגט ער נישט ווייל ער קען נישט)
אקעי, זיי רואיג, כאפ נישט קיין הארץ-אטאקע, כ'ווייס ס'מיינט ביי דיר אסאך, פראביר צו רעדן צו די מנהל זעהן טאמער מ'קען לייזן די פראבלעים.
כהאף כ'האב דיך נישט גורם געווען צופיהל עגמת נפש.

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 7:35 pm
דורך לאליפאפ
גראדע כ'האב היינט געשריבן א פאום אין משה געציל'ס אשכול אז קאווע צייכענט אפ 2 יאר, און כהאנאר באקומען 2 לייקס.. פאר יעדע יאר איין לייק :cry: :cry:

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 7:39 pm
דורך דער (פינטעל) איד
א נחת צו זען אז דער עולם ווארפט אראפ דע בושה און מ'בעט און מ'וויינט פאר לייקס. אזוי ברויך צו זיין!

נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 7:47 pm
דורך דער (פינטעל) איד
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:פינטעלע טייערע. פשוט איך זעה ווי חשוב א לייק איז ביי דיר, כ'וויל דיך מעורר זיין מ'קען דיך נישט טעג'ן (tag). דאס קען אמאל גורם זיין פון נישט באקומען לייקס ווי למשל דא. (פישעלע ברענגט אראף אלע שרייבעס פונם גליון אין דיך טעגט ער נישט ווייל ער קען נישט)
אקעי, זיי רואיג, כאפ נישט קיין הארץ-אטאקע, כ'ווייס ס'מיינט ביי דיר אסאך, פראביר צו רעדן צו די מנהל זעהן טאמער מ'קען לייזן די פראבלעים.
כהאף כ'האב דיך נישט גורם געווען צופיהל עגמת נפש.

טענקס פאר'ן מעורר זיין. ווער ווייסט וויפיל צענדליגע ניקס האבן שוין געוואלט טעגן. איך בין מעגליך מער פאפולער ווי איך טראכט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:02 pm
דורך שמעון וואלף
טייערע חברים,

ווי איך פארשטיי איז די לייק סיסטעם אהערגעשטעלט געווארן דורך די הנהלה צו געבן די מעגליכקייט אויסצודריקן א שכוח פאר די וואס שרייבן זאכליכע תגובות.

נעכטן האב איך אפגעשריבן מיינע פאר שורות ערגעץ בין כותלי השטיבל. איבער צען תגובות האבן נאכגעפאלגט וואס האבן זיך באצויגן צו מיין תגובה. קיינער איז נישט געווען קעגן וואס איך האב געשריבן און אעפ"כ האט קיינער נישט גענומען די מי מיך צו באדאנקן פאר'ן אנפאנגן די דיסקאשן.

אויף די וואס האבן עס נישט געליינט, איז פארשטייט זיך נישטא קיין טענות. אבער פאר די אלע וואס האבן מגיב געווען וויל איך פרעגן: האסטי נישט הנאה ווען ס'איז פארהאן עפעס נארמאל אויסצושמועסן? וואס קאסט עס שוין צו געבן לייק?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:45 pm
דורך געוואלדיג
צייכן צו צו דיינע שורות (לינ"ק בלע"ז) און מען וועט תשובה טוהן און לייקן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:51 pm
דורך קאצקע ציקער
שמעון וואלף האט געשריבן:טייערע חברים,

ווי איך פארשטיי איז די לייק סיסטעם אהערגעשטעלט געווארן דורך די הנהלה צו געבן די מעגליכקייט אויסצודריקן א שכוח פאר די וואס שרייבן זאכליכע תגובות.

נעכטן האב איך אפגעשריבן מיינע פאר שורות ערגעץ בין כותלי השטיבל. איבער צען תגובות האבן נאכגעפאלגט וואס האבן זיך באצויגן צו מיין תגובה. קיינער איז נישט געווען קעגן וואס איך האב געשריבן און אעפ"כ האט קיינער נישט גענומען די מי מיך צו באדאנקן פאר'ן אנפאנגן די דיסקאשן.

אויף די וואס האבן עס נישט געליינט, איז פארשטייט זיך נישטא קיין טענות. אבער פאר די אלע וואס האבן מגיב געווען וויל איך פרעגן: האסטי נישט הנאה ווען ס'איז פארהאן עפעס נארמאל אויסצושמועסן? וואס קאסט עס שוין צו געבן לייק?

וואס פארשטייסט נישט שמעון וואלף, די עולם האט מורא אז די צאל וויפיל מען האט געלייקט וועט איבערשטייגן די אייגענע צאל לייקס ;)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:33 pm
דורך שמעון וואלף
[tag]געוואלדיג[/tag]
איך האב דירעקט נישט אהינגעלינקט לכתחילה, ווייל נישט דאס איז מיין ציל. כ'האב נאר געוואלט מעורר זיין אז אויב וויל מען אז ס'זאל זיין סחורה דא ברויך מען געבן אנערקענונג פאר איינער וואס שטרענגט זיך אן צו שרייבן עפעס זאכליך.

[tag]קאצקע ציקער[/tag]
קוקענדיג אויף דיין פראפיל זעה איך טאקע אז די לייקסט מיט א ברייטקייט. וממך ילמדו וכן יעשו. לאמיר האלטן פאר די אויגן אז ס'לוינט נישט צו פירן קיין חשבונות איבער לייקס. מיר זענען אלע דא פאר'ן זעלבן ציל - צו פארברענגען אין א היימישע סביבה. מ'דארף מחזק זיין די וואס געבן חומר לקריאה ולמחשבה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:05 pm
דורך שמעקעדיג
דא האסטו דערוועגן, לייען מיט הנאה:
viewtopic.php?p=91886#p91886


דא שרייבט גאלד ענליך:
viewtopic.php?p=243281#p243281

און ישראל קאפקע אויך:
viewtopic.php?p=243326#p243326

11111

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 5:48 pm
דורך ישמעאל הכהן
Capture.JPG
Capture.JPG (9.46 KiB) געזען געווארן 1276 מאל

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 6:34 pm
דורך ישמעאל הכהן
לעצטענס איז אן אפקומעניש ווען איך קליק אויף א לייק שיקט עס מיר צו אנדערע תגובות אדער בכלל נישט צו מיינע תגובות. ס'איז א לייק שאינו תליה בתגובה

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 6:40 pm
דורך ונבנתה העיר
זוך עס אויף צוויי בלעטער ווייטער.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 6:43 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'נישט דארט.
נהורא'ס לייק איז יא געווען גוט, יש ויש

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 6:46 pm
דורך נהורא נפישא
כ'וועל פרובירן נאך אפאר מאל ביז ס'וועט גוט זיין
ס'גוט ?

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 6:47 pm
דורך ישמעאל הכהן
נהורא נפישא האט געשריבן:כ'וועל פרובירן נאך אפאר מאל ביז ס'וועט גוט זיין
ס'גוט ?

דו לץ!!