בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 8:58 pm
דורך לעמאן דזשוס
יאיר האט געשריבן:איך פארשטיי, אבער למעשה איז עס אומפארשטענדליך פארוואס ער האט געהאלטן אז דער חפץ חיים האט אים דוקא נישט געוואלט דערמאנען, בשעת אין משנה ברורה דערמאנט ער אים אזויפיל מאל, און בכלל איז דער חפץ חיים געווען סימפאטיש צו חסידים. אויב עס איז אמת אז ער דערמאנט אים טאקע נישט אין חפץ חיים, קלער איך אז די סיבה איז וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז מתנגדים זאלן זיך אפהאלטן פון עס לערנען צוליב דעם.
נישט מאסגעבנד, קודם כל דאן פארוואס האט ער זיך נישט געפארכט אז מען וועט די משנ״ב נישט קוקן
ב׳ וועלכע ספרים האבן מתנגדים נישט געלערנט מחמת חסידישע מחברים?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 9:04 pm
דורך יאיר
קען זיין אז אין גאנץ משנה ברורה איז נישט שייך נישט צו דערמאנען דעם בעל התניא, השערות בעלמא.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 9:43 pm
דורך דעתי הענייה
יאיר האט געשריבן:איך פארשטיי, אבער למעשה איז עס אומפארשטענדליך פארוואס ער האט געהאלטן אז דער חפץ חיים האט אים דוקא נישט געוואלט דערמאנען, בשעת אין משנה ברורה דערמאנט ער אים אזויפיל מאל, און בכלל איז דער חפץ חיים געווען סימפאטיש צו חסידים. אויב עס איז אמת אז ער דערמאנט אים טאקע נישט אין חפץ חיים, קלער איך אז די סיבה איז וויבאלד ער האט נישט געוואלט אז מתנגדים זאלן זיך אפהאלטן פון עס לערנען צוליב דעם.
יש אומרים, אז מתחלה איז ער געווען א מתנגד, נאר שפעטער איז ער יא געווארען נענטער צו חסידות, ממילא אין חפץ חיים וואס ער האט געשריבן פריער, האט ער נישט דערמאנט קיין גדולי החסידים? משא''כ אין משנה ברורה.
דרך אגב, איך האב א קאפי פון א שער בלאט פון ספר אהבת שלום, מיט די חתימה פונעם חפץ חיים.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 9:52 pm
דורך איך אויך
וואלט געווען אינטרעסאנט צו זעהן.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 10:00 pm
דורך יאיר
דעתי הענייה, דער סברא וואס דו דערמאנסט לייגט זיך אויפ'ן שכל. אגב, דער חפץ חיים ברענגט אראפ אין ספר שפת תמים א מעשה וואס האט פאסירט מיט ריב"ש (דער בעל שם טוב), און מען האט עס שפעטער צענזורירט. זעט
דא דערוועגן.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 10:28 pm
דורך דעתי הענייה
איך וויל עס ארויפלייגן איך ווייס נאר נישט ווי אזוי, איינער ווייסט?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 10:44 pm
דורך איך אויך
איר האט עס אויף אייער קאמפיוטר איא? עס איז זייער גרינג ,אונטער די תגובה באקסל איז דא א קנעפל 'צולייגען א פייל' קליקט אויף דעם און איר זענט אין ביזנעס.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:29 pm
דורך דעתי הענייה
איך האב פרובירט, אבער עס קומט ארויף "די בילד קען נישט ווערן צוגעלייגט„ א עצה?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:37 pm
דורך דעתי הענייה
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 6:25 pm
דורך דעתי הענייה
א דאנק יענקל פאר ארויסהעלפען
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 3:11 am
דורך יאיר
יאיר האט געשריבן:דעתי הענייה, דער סברא וואס דו דערמאנסט לייגט זיך אויפ'ן שכל. אגב, דער חפץ חיים ברענגט אראפ אין ספר שפת תמים א מעשה וואס האט פאסירט מיט ריב"ש (דער בעל שם טוב), און מען האט עס שפעטער צענזורירט. זעט
דא דערוועגן.
איך האב יעצט באמערקט אז הרב אליעזר בראדט אין
די ספרים בלאג ברענגט א מאמר פון ר' שמואל אשכנזי וואו ער רעדט וועגן די מעשה. הרב בראדט ברענגט דארט אויך נאך עטליכע אינטערעסאנטע מעשיות בשם זיין זון ר' ליב בנוגע חסידים. איין מעשה איז כדאי נאכצוברענגען, וואס באשטעטיגט די סברא וואס דעתי הענייה האט אויבן דערמאנט.
בעשירות שניו לעת זקנתו היה מחשיב מאוד עדת החסידים, באמרו כי הם בזמנינו ככותל אבנים שנקרא בראנדוואנט שמעמידים בין בתי עץ, שאינה מניחה להתפשטות שריפה, ובימינו שנגף הכפירה פשטה בכל עבר ופאה, ולאלפים שהם מאמינים בד' ובתורתו אבל כמו מתביישים בקיום מצותיה, בריש גלי, בל יהא לשחוק בין הגויים, ובין פרצי עמנו שרבו המלעיגים מכל קודש, עלינו לשבח החסידים שהם אמיצי רוח, עושי דברו ביד רמה, ובפומבי, ועוד הם מגדלים בניהם לתורה ולעבודה כאבותיהם. רוממות אל בגרונם, ולשונם כחרב להשיב להחפשים אל חיקם עשרת מונים בוז וקלון,, ועל כל פשעים, תכסה אהבת ה'... (דוגמא מדרכי אבי זצ"ל, עמ' טו, אות מ).