בלאט 2 פון 5
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 5:44 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב געהאט אן אנדערן (ענליכן) פראבלעם,
אפט מאל צינדט זיך אן CAPS LOCK בטעות, און אנשטאט שרייבן אידיש, קומט אלעס ארויף אויף ענגלישע קעפיטעל לעטערס, און מען כאפט זיך שוין צו שפעט, נאכן אפטייפן אפאר שורות.
איך פלעג משוגע ווערן פון דעם יעדן צווייטן טאג...
כ'האב געטראפן ערגעץ אן עצה, אז מען קען אנשטעלן אין קאנטראל פענעל, ביי Ease of Access Center, אז יעדן מאל מען צינדט אן אדער לעשט אויס קעפס-לאק (אדער נאמ-לאק) גיט דער קאמפיוטער א פייף.
(Choose make keyboard easier to use, and turn on TOGGLE KEYS)
דאס העלפט מיר וואונדערבאר!
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 5:55 pm
דורך נו גוט נו
מיר האט עס געמאכט צרות, און איך ווייס פון נאך וועם עס האט געמאכט צרות, איך האב עס געשיקט ווי די שווארצע פעפער וואקסט
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 5:57 pm
דורך ברסלבער
נו גוט נו האט געשריבן:מיר האט עס געמאכט צרות, און איך ווייס פון נאך וועם עס האט געמאכט צרות, איך האב עס געשיקט ווי די שווארצע פעפער וואקסט
וואסערע צרות?
דו ווייסט פון אן אנדער פראגראם פאר דעם?
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 6:59 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב געהאט אן אנדערן (ענליכן) פראבלעם,
אפט מאל צינדט זיך אן CAPS LOCK בטעות, און אנשטאט שרייבן אידיש, קומט אלעס ארויף אויף ענגלישע קעפיטעל לעטערס, און מען כאפט זיך שוין צו שפעט, נאכן אפטייפן אפאר שורות.
איך פלעג משוגע ווערן פון דעם יעדן צווייטן טאג...
כ'האב געטראפן ערגעץ אן עצה, אז מען קען אנשטעלן אין קאנטראל פענעל, ביי Ease of Access Center, אז יעדן מאל מען צינדט אן אדער לעשט אויס קעפס-לאק (אדער נאמ-לאק) גיט דער קאמפיוטער א פייף.
(Choose make keyboard easier to use, and turn on TOGGLE KEYS)
דאס העלפט מיר וואונדערבאר!
דאס איז לכתחילה, בדיעבד קענסטו אין ווארד טוישן פון אפער קעיס צו לאוער אדער פארקערט דורך סעלעקטן די טעקסט וואס דו ווילסט טוישן און דרוקן shift F3.
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 7:00 pm
דורך נו גוט נו
ברסלבער האט געשריבן:נו גוט נו האט געשריבן:מיר האט עס געמאכט צרות, און איך ווייס פון נאך וועם עס האט געמאכט צרות, איך האב עס געשיקט ווי די שווארצע פעפער וואקסט
וואסערע צרות?
דו ווייסט פון אן אנדער פראגראם פאר דעם?
איך געדענק נישט יעצט וואס, עס איז געווען שוין לאנג צוריק, סארי פאר דעט,
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:02 pm
דורך ברסלבער
נו גוט נו האט געשריבן:איך געדענק נישט יעצט וואס, עס איז געווען שוין לאנג צוריק, סארי פאר דעט,
כ'האב עס יעצט אויספרובירט אביסל,
דער קאמפוטער איז טאקע נישט געווען אזוי צופרידן אז איך האב עס אריינגעלייגט
ער האט פראטעסטירט מיטן באקאנטן סלאגאן not responding
נו אפשר ווייסט איינער פון א בעסערע?
נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 11:05 pm
דורך נו גוט נו
ווי שטייט דארט אין רש״י ״זאלסט נישט זיין ווי יענער וואס האט נישט געפאלגט״...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 10:28 am
דורך מומחה
ברסלבער האט געשריבן:נו גוט נו האט געשריבן:איך געדענק נישט יעצט וואס, עס איז געווען שוין לאנג צוריק, סארי פאר דעט,
כ'האב עס יעצט אויספרובירט אביסל,
דער קאמפוטער איז טאקע נישט געווען אזוי צופרידן אז איך האב עס אריינגעלייגט
ער האט פראטעסטירט מיטן באקאנטן סלאגאן not responding
נו אפשר ווייסט איינער פון א בעסערע?
http://www.pcworld.com/article/183455/O ... ssues.html
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 2:27 pm
דורך שמעקעדיג
Universal Document Converterאיר ווילט פרינטן צב"ש א ווארד פייל אלס א JPG פיקטשער פייל?
אינסטולירט דעם פראגרעם, עס גיט אייך א נייעם פרינטער אין די ליסטע, און טוט קאנווערטן דעם פייל פאר א פיקטשער.
די אומזיסטע ווערסיע לייגט ארויף א גרויסן סטעמפ/מארק אויפן פאפיר, וואס קען אפט שטערן.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 7:09 pm
דורך נולד מאוחר
שמעקי
Cute PDF writer קען מערדזשען אדער ספליטן pdfs?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 7:20 pm
דורך געפילטע פיש
ס'קען שפאלטן, "פרינט" נאר די פעידזשעס וואס דו ווילסט.
נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 2:48 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'קען שפאלטן, "פרינט" נאר די פעידזשעס וואס דו ווילסט.
וואס טוט זיך מיט מערדזשען?
נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:15 pm
דורך געפילטע פיש
אויב האסטו אדובי אקראבאט קוק
דאאויב נישט, קענסטו עס טוהן אנליין
דא אדער
דא.
נשלח: פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:46 pm
דורך משה רוקח
ברסלבער האט געשריבן:נו גוט נו האט געשריבן:איך געדענק נישט יעצט וואס, עס איז געווען שוין לאנג צוריק, סארי פאר דעט,
כ'האב עס יעצט אויספרובירט אביסל,
דער קאמפוטער איז טאקע נישט געווען אזוי צופרידן אז איך האב עס אריינגעלייגט
ער האט פראטעסטירט מיטן באקאנטן סלאגאן not responding
נו אפשר ווייסט איינער פון א בעסערע?
מוזט נישט אינסטאלן זייער פראגראם.
קענסט נוצן זייער אנליין פראגראם וואס אינסטאלט גארנישט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 11:50 pm
דורך דעתי הענייה
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:37 pm
דורך משה געציל
עס האט נישט דייקא אהער אבער איך האב נישט געפונען א צווייטער אשכול דערפאר.
איך האב אינסטאלירט א נייער פראגראם אין מיין קאמפיאטער, א יעדעס מאל איך עפען עס אויף פרעגט ער מיר איבער אויב איך לאז דעם פראגראם מאכן טוישינגן צום קאמפיאטער, ווייסט איינער ווי אזוי מען גיבט זיך א עצה דערמיט?
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:22 pm
דורך שמעקעדיג
זאג וועלכע פראגראם.
און פאר נעקסטיים, אפשר באלאנגט עס אין דעם אשכול:
viewtopic.php?p=37909#p37909
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:58 am
דורך משה געציל
א לייבערי פאר autocad
איך האב גראדע געזיכט דעם אשכול וואס דו האסט געלינקט, איך בין געווען זיכער אז עס געפינט זיך אין די אחיעזר פארום.
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:02 am
דורך שמעקעדיג
די היינטיגע קעמרעס כאפן גאנץ גרויסע בילדער, מיט לכה"פ 10+ מעגאפיקסעלס, און דאס מאכט ריזיגע פיילס, און ווען מען וויל שיקן א פיקטשער מיט אימעיל (אדער לייגן אויף קאווע שטיבל וואס פארנעמט נישט קיין גרויסע סייז בילדער), איז עס זייער שווער.
די עצה איז צו "ריסייזען" דעם בילד, צו דעם סייז וועלכע איר ווילט. עס זענען פאראן עטליכע פראגראמען פאר דעם, אומזיסטע און פאר געלט, אויף אייער לאקאלע קאמפיוטער אדער אויפן וועב.
אבער לענ"ד איז די בעסטע
די קליינע פלאג-אין וואס אינסטולירט זיך ביי אייך אין קאמפיוטער, און יעדע מאל ווען איר מאכט א רייט-קליק אויף א פיקטשער פייל, קומט ארויס א אפציע RESIZE.
מען קען ריסייזען מערערע פיילס אויף אמאל, אן קיין לימיט (בעטש ריסייזינג). מען קען פארקלענערן די זעלבע פיילס אדער לאזן די אריגינעלע און עס מאכט א קאפי פאר די פארקלענערטע.
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 11:20 am
דורך נייגעריגער
איך האב עס שוין אינסטאלירט א היבשע וויילע, זייער א גוטע עפפ און כ'וואלט עס רעקאמענדירט פאר איעדעם!
אבער דאס וואס דו שרייבסט אז מ'קען שיקן די עפפס וואס קאסטען געלט אויכעט, מיין איך אז מ'קען נישט! איך האב עס פראבירט צו טוהן און ביי די געקויפטע איז ארויפגעקומען א גרויסע שלאס און כ'האב עס נישט געקענט אריבער שיקן!
אגב אז מ'רעדט שוין: איך האב למעשה אינסטאלירט די געקויפטע עפפ דורך אריינסיינען מיין אקאונט אין מיין חבר'ס פאון און נאכן אינסטאלירן עס צוריק אויססיינען!
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 11:24 am
דורך חזקיהו המלך
האט איינער עקספיריענס מיט א גוטע אומזיסטע פי די עף עדיטער ?
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 12:14 pm
דורך נייגעריגער
חזקיהו המלך האט געשריבן:האט איינער עקספיריענס מיט א גוטע אומזיסטע פי די עף עדיטער ?
קודם שלום עליכם מיט א פולע מויל און א ברייטע קלאפ אין פלייצע!!!!
און יעצט לגבי דיין שאלה: האסט שוין פראבירט אדאובי אילעסטרעיטער אדער מייקראסאפט ווארד 2013?
איי האסט דאך געשריבן אז דו זוכסט בחינם? איז די תירוץ אז אין דבר העומד בפני הרצון, און אז מ'וויל שטארק ווערן די פראגראמען אויכעט בחינם!!!
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 3:58 pm
דורך שמעקעדיג