בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 5:55 pm
דורך פידלער
מעגליך אז דו ביסט גערעכט לגבי זייער מאטיוון. איך האב יעצט איבערגעקוקט די bios פון די הויפט נשות הכותל און איך זע אז אלע האבן degrees אין feminist-related areas. זייער מיסיע סטעיטמענט מאכט יא די ארגומענט אז ס'איז צוליב די הייליגקייט פון די פלאץ, אבער דאס מיינט גארנישט.
אבער איך האלט נאך אלץ אז מיר זענען היפש שולדיג אין דעם וואס די וועלט קוקט אונז אן אלץ misogynists און אין דער עצם חילול השם. וואלטן מיר געטאן וואס מיר ווילן און זיי געלאזט טאן וואס זיי ווילן (live and let live), וואלטן זיי גאנץ שנעל מיד געווארן און די movement וואלט dissolved. די חרדים'ס פארפירעריי האט זיי געגעבן מער התלהבות צו קעמפן און ערוועקט די אינטערעסע פון די מידיע. יעצט האבן זיי געווינען די ליגעל רעכטן און די וועלט קוקט אונז אן פאר sexists. איז וואס האמער אויפגעטאן?
נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:48 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ס'קאסט מיר א לאך, 'ליוו ענד לעט ליוו' איז א חזיר-טריפה-רעיון ביי אונז חרדים. אונזער מהלך איז אז יעדע פירצה וואס יענער טוט האט אן אומדירעקטע השפעה אויף אונז און אויף אונזער לעבענס שטייגער היינו טעמא דעירוב, היינט טעמא דפרעסס טראקק, והיינו טעמא דנשות הכותל.
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 9:53 pm
דורך גימפל
די עצם רעיון פון פרויען לייגען תפילין קומט לכאורה און די
אכשר דרא אשכול. סאיז טאקע איראניש אז און די לעצטע פופציג יאר האבן די חרדים נישט באקעמפט קיין איין אכשר דרא'דיגע פירצה וואס מענער האבען אריינגעפירט. משא"כ ווען ס'קומען אפאר פרויען וואס האבען א דראנג צו לייגען תפילין (גיי ווייס, וואס טרייבט זיי אזוי, ווען אסאך מענער וואלטען גערן מוותר געווען אויף די גאנצע מעשה. גיי פארשטיי), און לכאורה איז קיין הלכה'דיגע פראבלעם נישטא, פארגעסט מען פון די אלע חומרא'ס וואס מיר חרדים האבען איינגעפירט די לעצטע פופציג יאר, און מקומט אויף מיט כל מיני פשטל'ך פארוואס מ'מוז זיי באקעמפען.
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:11 am
דורך לעיקוואד
די בעסטע צעטל פון די הייליגע מערכה.
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 11:35 am
דורך געוואלד געשריגן
פידלער האט געשריבן:מעגליך אז דו ביסט גערעכט לגבי זייער מאטיוון. איך האב יעצט איבערגעקוקט די bios פון די הויפט נשות הכותל און איך זע אז אלע האבן degrees אין feminist-related areas. זייער מיסיע סטעיטמענט מאכט יא די ארגומענט אז ס'איז צוליב די הייליגקייט פון די פלאץ, אבער דאס מיינט גארנישט.
אבער איך האלט נאך אלץ אז מיר זענען היפש שולדיג אין דעם וואס די וועלט קוקט אונז אן אלץ misogynists און אין דער עצם חילול השם. וואלטן מיר געטאן וואס מיר ווילן און זיי געלאזט טאן וואס זיי ווילן (live and let live), וואלטן זיי גאנץ שנעל מיד געווארן און די movement וואלט dissolved. די חרדים'ס פארפירעריי האט זיי געגעבן מער התלהבות צו קעמפן און ערוועקט די אינטערעסע פון די מידיע. יעצט האבן זיי געווינען די ליגעל רעכטן און די וועלט קוקט אונז אן פאר sexists. איז וואס האמער אויפגעטאן?
איך הער. איך גלייב נישט אין holy wars אקעגן יעדע זאך וואס מיר האבן נישט ליב. מיין פוינט איז נאר אז אין מיינע אויגן ס'איז נישט סתם ווייל דאווענען איז אזוי וויכטיג. זיי קענען עסן טרייף און מחלל שבת זיין און אויב דאס איז נישט גענוג, אלע פון זייער פאנדינג קומט פון ארגאניזאציעס וועלכע גלייבן נישט אין די גאולה. אבער זיי מוזן דאווענען ביים כותל! טאקע איראניש. איך ווייס ס'איז נישט 100% נגד ההלכה אבער עס מאכט די פרויען און מענער דארט זייער creeped out. ס'איז אזוי שווער צו go with the flow? און די מידיע איז אינוואלווד אויך. ulterior motives...
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 5:47 pm
דורך petergrifin
נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 11:39 am
דורך איחוד פעלד
דער מחלוקת איז דארט בעיקר ווייל די פרויען זינגען דארט הויך, און מען הערט עס אריין צו דער אנדערע זייט, מען קען זעהן אויף יוטוב קליפס פין דעם, מאכט אז זוך אויף "נשות הכותל" וועט מען קענען זעהן די פראטעסטען וכו'.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 4:57 am
דורך לעיקוואד
The Kotel is for Us, Too
Dispelling Nine Myths About Women of the Wall
http://forward.com/articles/178365/the- ... too/?p=all
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 8:37 am
דורך פידלער
יישר כח פאר די לינק. אבער וואס איז דיין מיינונג איבער עס?
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:12 am
דורך לעיקוואד
חיובי. ווי האט מיר א יונגערמאן געזאגט דארט? נעקסטע מאל דיין ווייב נעמט א אתרוג אדער לויפט צו שופר בלאזען ווארף שטיינער, הלכה'דיג איז עס פונקט די זעלבע זאך. און פאליטיש אדער בוחן זיין כליות ואגוזים וויסען פונקט ווער עס מיינט לשם שמיים און ווער נישט, איז נישט מיין אדער אונזער עסק, ווי ארויסגעברענגט אין דער ארטיקל.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 10:46 am
דורך פידלער
Ah, breath of fresh air. A voice of reason
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 11:16 am
דורך דבילה
א שאד מיר זענען אלע אזעלכע פחדנים...
ביסט געשטאנען דארט ביים כותל און ווי ס'שיינט האסטו אפילו געהאט א חבר פון די יושבי אור מיט דיר, און האסט געמוזט בשתיקה בלוטיגן אויפ'ן אומ'שכל 'דיגן און הארצלאזע פראטעסט...
ווען מיר האבן ווען אביסל ביצים!
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 11:35 am
דורך לעיקוואד
עס איז נישט געווען קיין שום הארצאלאזע פראטעסט, סך הכל עטליכע צענדליגע ישיבה בחורים וואס האבען געזוכט אביסעלע עקשין, און נאך עטליכע צענדליגער ווייבער. א חוץ פון דעם איז אלס געווען מער וייניגער א נארמאלער טאג. וואס וואלט איך דען געדארפט טוהן? זיך אינטערויוען פאר די טעלעוויזיע פארציילען אז איך האלט אז ס'איז בערך אזויווי פרויען שאקלען לולב? זיי וואלטן זיך פאשטאנען מיט מיר בערך אזויווי זיי האבען זיך פארשטאנען מיט די תמימות'דיגע ישיבה בחורים מיט וועם זי האבען פראבירט צו רעדן. איך האב אפילו פראבירט זיך אריינצושטופען ביי די מענער שול שעל יד נשות הכותל, אבער דער שוטר ביים טויער האט זיך נישט געלאזט גלייבען אז איך בין נישט דארט מפגין צו זיין.
נשלח: דינסטאג יוני 11, 2013 12:08 pm
דורך טעפל
נשלח: מיטוואך יוני 12, 2013 8:58 am
דורך לעיקוואד
ה
רבה תמר דבדבני איז
מוחה אנטקעגן די מחאות.
מיימוני פראבירט מברר צו זיין. בלייבט איבער צו זעהן וואס
אמשלום האט מוסיף צו זיין דארט. הרב
מיכאל אברהם/
מיכי האט זיך שוין פון לאנג
צוגעשטעלט צו דער צד פון
נשות הכותל, אדער בלע"ז
WOW.
אנדערע מאכען גאר גאנץ פיינע
ליצנות.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 4:33 pm
דורך קאמענטירער
קודם ווען איז פארגעקומען די א.ד. מעמד?
און וואס האבען זיי צו זיכען ביים כותל?
און מנהסתם איז עס נישט געווען מיט אזא פאמפע ווי די נשות הכותל
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 6:04 pm
דורך דעת תורה
כי ביתי בית תפילה יקרא לכל העמים.
אויך באקאנט שלמה המלך'ס תפילה אז די תפילה פון א גוי אין בית המקדש זאל ווערן אנגענומען פאר יעדן פרייז.
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:57 am
דורך לעיקוואד
שלמה המלך רעדט דאך אז ער דאווענט צו אונזער גאט. דער גוי דאווענט דאך צו קרייסט. אדער עכ"פ באנו למחלוקת בגדר השילוש וכו'
מ'קען זעהן יעדער טאג גוים קומען אין כותל און רעדן צו דזשיסעס.
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 2:40 pm
דורך דעת תורה
אויב ס'איז טאקע אזוי, איז עס טאקע א עוון פלילי א חילול הקודש והמקדש. אינטערעסאנט די מדינה לאזט עס צו.
אלס בקי בספרי ובקורות הנוצרים, וואס איז טאקע די יחס פון די נוצרים צום הר הבית, מקום המקדש בכלל, און דער כותל בפרט?
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 2:54 pm
דורך לעיקוואד
http://en.wikipedia.org/wiki/Temple_Mou ... ristianityדי נקודה איז אז מער ווייניגער יעדער איינער קען דארט טוהן וואס ער וויל, פון טאנצן נ-נח ביז רעדן צו דזשיסעס, ממילא דווקא דאס וואס די מדינה האט (ביז יעצט עכ"פ) נישט געלאזט פרויען דאווענען דארט מיט טליתים איז די אויסנאם נישט די כלל.
למעשה איז די פלאץ פול מיט טוריסטן פון אלע מינע און אסאך פון זיי זאגען א תפלה אדער לייגען אריין א צעטל אין די וואנט, און פארשטייט זיך א קריסט דאווענט דארט צו זיין גאט נישט צו דער יידושער גאט, און קיינער פאלט ניטאמאל איין מוחה זיין.
אשר יצר ביים כותל דורך 40....
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2013 3:52 pm
דורך קאווע טרינקער
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 6:05 pm
דורך נאר,,פרייליך
ווען נישט די וואס פרעדיגען און זענען מחנך פין קליינערהייט איבער'ן כותל, וואלטען די פירער וואס דרייען אהן די נארישע מערכה פון נשות הכותל נישט געהאט מיט וועם צו גיין צום טיש.
נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 6:58 pm
דורך newkave
ווען נישט די וואס פרעדיגן און זענען מחנך פון יונגערהייט, אז מען דארף דאוונען, וואלטן זיי זיך נישט צודרייט געמאכט...
That's what u sound like