בלאט 2 פון 7

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 3:58 pm
דורך זר זהב
איך קען נישט 'לייק'ענען, איך 'לייק' זייער די 'לייק' קנעפעל איידיע.

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 3:59 pm
דורך שרגא
יידל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:א מורא'דיגער געדאנק.
אפשר אין א אידישן פארום וואלט נישט געדארפט זיין "לייק", נאר עפעס אנדערש, א שטייגער ווי: ליב, געפעלן (געפאָלן, געפעלט), פיין, גוט, שיין, געגליכן, ליבליך, אדער עפעס אנדערש וואס רוב "לייקן".

איך האב אויך געטראכט אזוי, אבער ס'דא נישטא קיין פאסיג ווארט דערפאר. ליב? דאנק?


ליב איז טראנסלירט אבער קלינגט עפעס נישט די בעסטע אין אידיש אין דעם פאל. אויף וויפיל איך קלער יעצט מיין איך אז "פיין!" וואלט געווען די מערסטע פאסיג.
דער ערשטער וואס האט געזען "לייק" האט אויך אפשר געקרימט. מען דארף זיך צוגעוואוינען.

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 3:59 pm
דורך שרגא
זר זהב האט געשריבן:איך קען נישט 'לייק'ענען, איך 'לייק' זייער די 'לייק' קנעפעל איידיע.


לייק ס'דא איינער וואס נישט ;)

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 4:04 pm
דורך שרגא
יאנקל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:א מורא'דיגער געדאנק.
אפשר אין א אידישן פארום וואלט נישט געדארפט זיין "לייק", נאר עפעס אנדערש, א שטייגער ווי: ליב, געפעלן (געפאָלן, געפעלט), פיין, גוט, שיין, געגליכן, ליבליך, אדער עפעס אנדערש וואס רוב "לייקן".

איך מיין אז אין עברית רופט מען עס אויך ׳לייקים׳, איז נישט געפערליך אז מיר אדאפטירן עס פאר אידיש.


האסט א פוינט, אבער פונדעסטוועגן אויב קען מען האבן די עקוויוואלענט אין אידיש, איז עס נישט היימישער? "אידישער"?

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 4:25 pm
דורך קרעמער1
איך האב א דילעמא: אויב איינער שרייבט עטליכע זאכן אין זיין תגובה און א טייל דערפון גלייך איך און א טייל נישט... וואס טוט מען?

אויבנאויף זאגט מען "שב ואל תעשה עדיף". אלזא זייט וויסן אז ווען איך דרוק נישט לייק, מיינט עס נישט אייביג אז איך גלייך עס לגמרי ניט...

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 5:19 pm
דורך מיין מיינונג
מאכט סענס אז פון א טעלעפאן קען מען נישט לייקן און נישט מצטט זיין?

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 6:14 pm
דורך אךשמח
מיין מיינונג האט געשריבן:מאכט סענס אז פון א טעלעפאן קען מען נישט לייקן און נישט מצטט זיין?

ווענדט זיך וועלכע סעלפאון און וועלכע בראוזער.

איך קען טאקע נישט לייקן דא.

געשריבן פון מיין ענדרויד דורך אפערא מיני בראוזער.

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 6:16 pm
דורך שמואל שלום שלמה
קודם וויל איך מיך באדאנקען פאר דעם לייק קנעפל. בחדא מחתא וויל אויך בעטן די הנהלה צו טוישן צו א מער אידישליכע אויסדרוק אזוי ווי מ'האט שוין דערמאנט דא. לייק איז עפעס נישט אידישלעך.

אךשמח האט געשריבן:
מיין מיינונג האט געשריבן:מאכט סענס אז פון א טעלעפאן קען מען נישט לייקן און נישט מצטט זיין?

ווענדט זיך וועלכע סעלפאון און וועלכע בראוזער.

איך קען טאקע נישט לייקן דא.

געשריבן פון מיין ענדרויד דורך אפערא מיני בראוזער.


אפשר האט עס אויך מיט די קוקיס פון וואס מ'האט שוין געשריבן דא? אויף מיין טעלעפאן האט עס געארבייט נאכדעם וואס כ'האב אויסגעמעקט אלע מיינע היסטארי דאטא.

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 6:18 pm
דורך שמואל שלום שלמה
קרעמער1 האט געשריבן:איך האב א דילעמא: אויב איינער שרייבט עטליכע זאכן אין זיין תגובה און א טייל דערפון גלייך איך און א טייל נישט... וואס טוט מען?

שטרענגט אייך אן און שרייבט א תגובה מהירה :P

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:14 pm
דורך געפילטע פיש
אךשמח האט געשריבן:
מיין מיינונג האט געשריבן:מאכט סענס אז פון א טעלעפאן קען מען נישט לייקן און נישט מצטט זיין?

ווענדט זיך וועלכע סעלפאון און וועלכע בראוזער.

איך קען טאקע נישט לייקן דא.

געשריבן פון מיין ענדרויד דורך אפערא מיני בראוזער.

איך האב דעם זעלבן פראבלעם מיט מיין בלעקטשערי און אפערא מיני, לאאקס לייק א אפערא פראבלעם, אויף ענדרויד מעגסטו טשעינדזען צו קראום אויף אייז קרעים סענדוויטש אדער דאלפין אויף אן עלטערע אנדרוידינות.

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:27 pm
דורך שמואל שלום שלמה
שרגא האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך קען נישט 'לייק'ענען, איך 'לייק' זייער די 'לייק' קנעפעל איידיע.


לייק ס'דא איינער וואס נישט ;)

למעשה זע איך אז דו האסט זיך נאך מיטן לייק קנעפל נישט באנוצט פאר וואטעווער ריזאן... :D

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:30 pm
דורך אךשמח
איך האב שוין גענוצט כמה מינים פון די בראוזערס. איך האב שוין אפילו געמאכט אן אשכול אין אייוועלט איבער די פילע בראוזערס אויף ענדרויד. איך האב נאך פון די עלטערע ענדרוידס ליידער, און דאלפין איז מיר אביסל געפאלן אבער אפערא מיני איז נאך אלס בעסער לדעתי.

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 12:04 pm
דורך קרעמער1
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:
קרעמער1 האט געשריבן:איך האב א דילעמא: אויב איינער שרייבט עטליכע זאכן אין זיין תגובה און א טייל דערפון גלייך איך און א טייל נישט... וואס טוט מען?

שטרענגט אייך אן און שרייבט א תגובה מהירה :P

נישט שטענדיג גלוסט זיך אנצוהייבן א דיסקוסיע. און נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען אראפשרייבן

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 1:14 pm
דורך chasid
וואס איז פשט אז מיין לייק קנעפל איז פארשוואונדן?

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 1:19 pm
דורך זר זהב
איך האב דיר נאר וואס גע'לייק'ט.

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 10:45 pm
דורך אברעמעל
chasid האט געשריבן:וואס איז פשט אז מיין לייק קנעפל איז פארשוואונדן?

פון די זעלבע בראוזער זעלבע קאמפיוטער?

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 10:53 pm
דורך שרגא
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך קען נישט 'לייק'ענען, איך 'לייק' זייער די 'לייק' קנעפעל איידיע.


לייק ס'דא איינער וואס נישט ;)

למעשה זע איך אז דו האסט זיך נאך מיטן לייק קנעפל נישט באנוצט פאר וואטעווער ריזאן... :D


למשל, פאר דעם אליין, וואלט איך דיר שוין גע"לייקט" (פארשטייט זיך נאר א רעלאטיוו לייק... איר זעט מנהלים פארוואס איך וואלט עס ענדערש געטוישט פון "לייק" צו "פיין"), נאר די מעשה איז, אז איך האב נאך פשוט נישט די אפציע. איך זע נישט אזא "לייק" קנעפל ווען איך בין אריינגעסיינט.
מוסר השכל: מען דארף יענעם דן זיין לכף זכות.

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2012 10:56 pm
דורך שמואל הלוי
ר' שרגא האסט פרובירט צו פארמעקן די קעש פון די בראוזער?

איך האב אויך געהאט די פראבלעם ביזן פארמעקן.

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 10:33 am
דורך chasid
איך האב פארלוירן די לייק און ס'קומט נישט צוריק אפי' נאכן פארמעקן די קוקיס

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 11:27 am
דורך שמואל הלוי
chasid האט געשריבן:איך האב פארלוירן די לייק און ס'קומט נישט צוריק אפי' נאכן פארמעקן די קוקיס

די קעש האסטו אויך מבער געווען?

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 1:15 pm
דורך chasid
שמואל הלוי האט געשריבן:
chasid האט געשריבן:איך האב פארלוירן די לייק און ס'קומט נישט צוריק אפי' נאכן פארמעקן די קוקיס

די קעש האסטו אויך מבער געווען?

געהאלפן געווארן ב''ה נאכן מבער זיין די קעש

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 1:30 pm
דורך געפילטע פיש
chasid האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
chasid האט געשריבן:איך האב פארלוירן די לייק און ס'קומט נישט צוריק אפי' נאכן פארמעקן די קוקיס

די קעש האסטו אויך מבער געווען?

געהאלפן געווארן ב''ה נאכן מבער זיין די קעש

אזא שונא בצע, קעניינעהארע!

Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 2:00 pm
דורך amechiya
chasid האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
chasid האט געשריבן:איך האב פארלוירן די לייק און ס'קומט נישט צוריק אפי' נאכן פארמעקן די קוקיס

די קעש האסטו אויך מבער געווען?

געהאלפן געווארן ב''ה נאכן מבער זיין די קעש

האסט נישט געדארפט מבער זיין, וואלסט מיר עס געקענט געבן.