בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 2:42 pm
דורך זר זהב
וואו נעמט מען היינט אן אהרן הלוי אדער א טייכמאן ? חבל חבל

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 3:19 pm
דורך לעמיל
יעצט באקימען א אימעיל מיט די דיסק עס איז זייער שיין לויפט אין קויפט

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 4:02 pm
דורך יידל
לעמיל האט געשריבן:יעצט באקימען א אימעיל מיט די דיסק עס איז זייער שיין לויפט אין קויפט

אשפג. דו באקומסט עס אין אימעיל, אבער אונז באפעלסטו צו לויפן קויפן...

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 4:04 pm
דורך לעמיל
ווען די וועסט זיין האקד אפ מיט די גיטע חברה וועסטי אויך באקימען............

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 4:07 pm
דורך יידל
לעמיל האט געשריבן:ווען די וועסט זיין האקד אפ מיט די גיטע חברה וועסטי אויך באקימען............

:דמיונות:

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 4:08 pm
דורך זר זהב
איך קויף נישט קיין סי דיס נישט קיין חילוק ווי גוט ס'איז. נישט ווערט 16 דאללער

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 4:21 pm
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:איך קויף נישט קיין סי דיס נישט קיין חילוק ווי גוט ס'איז. נישט ווערט 16 דאללער

פארוואס זאגסטו אזוי???? וואס איז יא ווערט לשיטתך?

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 5:06 pm
דורך אלבערט
געפילטע פיש האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=2458#p2458

וואס איז פשט פון אהינפירן?

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 5:09 pm
דורך אלבערט
זר זהב האט געשריבן:וואו נעמט מען היינט אן אהרן הלוי אדער א טייכמאן ? חבל חבל

יא, דאס קען מען איבערזאגן איינמאל און ווידעראמאל.

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 5:11 pm
דורך שמואל הלוי
אלבערט האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:וואו נעמט מען היינט אן אהרן הלוי אדער א טייכמאן ? חבל חבל

יא, דאס קען מען איבערזאגן איינמאל און ווידעראמאל.

ס'וועט נאך זיין אמאל שענערע, קיפ מיי ווארדס.

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 5:19 pm
דורך אלבערט
שמואל הלוי האט געשריבן:
אלבערט האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:וואו נעמט מען היינט אן אהרן הלוי אדער א טייכמאן ? חבל חבל

יא, דאס קען מען איבערזאגן איינמאל און ווידעראמאל.

ס'וועט נאך זיין אמאל שענערע, קיפ מיי ווארדס.

דו הייסט אפשר שמואל הנביא?....

לו יהיו כדבריך!

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 5:22 pm
דורך יואליש
איך האב דערווייל געקויפט איטליכער סי די. ווי איינער האט שוין געזאגט, מ'לאזט ס'אינגווארג זיך אנהערן פאר יו"ט, און ווען ס'קומט יו"ט איז דא א פרייליכע שטימונג אין שטוב. מ'הייבט אן ביי איין ניגון און די טאכטער פארט תיכף צום צווייטען און דער זוהן נעמט איבער ביים דריטן, וחוזר חלילה. אזוי קען מען אפהאקן א גאנצן סי די ביי א סעודה און מ'כאפט זיך ניטאמאל.

אמת ס'איז נישט אוטענטיש. אבער בעסער א אומאוטענטישע אוצר ווי א גאנץ שבועות נאכאמאל ארויסנעמען די ניגונים צעטעל פון חדר און פרעגן "וועלכע והאר ענינו האט דיין רבי געמיינט דא?"

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 5:32 pm
דורך אלבערט
וואס הייסט ס'נישט אויטענטיש??

דיין רעקל און היט זענען יא אויטענטיש?? היינט איז דער סטייל צו זינגען אזוי און דאס איז שיין אזוי ווי אלע אנדערע זאכן אינעם לענבסשטייגער פון 2012!

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 7:21 pm
דורך זר זהב
לעמיל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך קויף נישט קיין סי דיס נישט קיין חילוק ווי גוט ס'איז. נישט ווערט 16 דאללער

פארוואס זאגסטו אזוי???? וואס איז יא ווערט לשיטתך?

א דבר המתקיים איז ווערט. א סי די איז א דבר האבוד

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 7:55 pm
דורך טעלעפאן
זר זהב האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך קויף נישט קיין סי דיס נישט קיין חילוק ווי גוט ס'איז. נישט ווערט 16 דאללער

פארוואס זאגסטו אזוי???? וואס איז יא ווערט לשיטתך?

א דבר המתקיים איז ווערט. א סי די איז א דבר האבוד

און א פרישטאג פאר צעהן דאללער?

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 8:11 pm
דורך זר זהב
קודם כל איך קויפ נישט קיין פרישטיג פאר צען דאללער. נאכדעם כל, "עסן" איז אלעמאל געווען א דבר האבוד און אזוי איז יעדער צוגעוואוינט. משא"כ ווען ס'קומט צו מוזיק בין איך געווען צוגעוואוינט צו די לוקסוס וואס הייסט "קאסעטע" און ווען מ'האט זיך דאס איינגעהאנדעלט האט מען געוואוסט אז מ'קויפט עפעס למען יעמדו ימים רבים.

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 8:21 pm
דורך אלבערט
וואס איז די עלטסטע קאסעטע וואס דו האסט אין די גוטע צייטן ארויסגענומען און איבערגעהערט.

די טענה אז א סידי גייט לאיבוד איז אביסל איבערגעטריבן. ווען א סידי גייט ארויס פון דינסט איז געווענליך שוין דער בעה"ב נישט אינטערעסירט דאס צו הערן מער.

נשלח: דינסטאג מאי 22, 2012 8:46 pm
דורך זר זהב
איין דוגמא, ביי מיר ארבעט די בעלזע טעיפס אסאך, למשל די טעיפ "ויזכו", כמיין ס'איז ארויסגעקומען 15 יאר צוריק. מיינסטו אויב ס'וואלט געווען א סי די וואלט עס נאך געלעבט ? ניין. און איך בין זייער אינטערעסירט דערין.

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 12:38 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:איין דוגמא, ביי מיר ארבעט די בעלזע טעיפס אסאך, למשל די טעיפ "ויזכו", כמיין ס'איז ארויסגעקומען 15 יאר צוריק. מיינסטו אויב ס'וואלט געווען א סי די וואלט עס נאך געלעבט ? ניין. און איך בין זייער אינטערעסירט דערין.

האט איר אמאל געהערט פון אזא זאך וואס הייסט ריפ'ן א CD צו א קאמפיוטער?

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 1:02 am
דורך זר זהב
אז איך דארף שוין ריפן וויל איך נישט צאלן 16 דאללער דערפאר

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 5:04 pm
דורך יואליש
איך קויפ סידיס, אבער תיכף ביים עפענען ווערט עס געקאפיט אויף אן עקסטערנאל מעמארי דעווייס, וואס דינט אלס מיין מיין ארכיוון פיילינג קאבינעט. איינמאל די סי די ווערט צוקראצט, זאגט די מוטער צום קינד, קיין פראבלעם שעפעלע. און מ'ברענט אפ א שפאגל נייע סי די.

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 5:12 pm
דורך שמואל הלוי
יואליש האט געשריבן:איך קויפ סידיס, אבער תיכף ביים עפענען ווערט עס געקאפיט אויף אן עקסטערנאל מעמארי דעווייס, וואס דינט אלס מיין מיין ארכיוון פיילינג קאבינעט. איינמאל די סי די ווערט צוקראצט, זאגט די מוטער צום קינד, קיין פראבלעם שעפעלע. און מ'ברענט אפ א שפאגל נייע סי די.

אין אנדערע ווערטער אז ס'זאל זיך לוינען צו צאלן 16 טאלער פאר א סידי מוז מען האבן א קאמפיוטער דערצו.

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 5:30 pm

און ווער האט נישט? צום וועם איך רעדט דא האט א קאמפויטער. אפי' אויב ס'איז בלויז אין די ארבייט, ברענגט מען זיך מיט דעם מעמארי שאכטל. די זעלבע זאך איז מיט מסדר זיין די משפחה בילדער.