בלאט 1 פון 1

די זיסע אוה"ח הק' - זענט איר צופרידן?

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 8:57 pm
דורך לעמאן דזשוס
לאור דעם נייעם גאסט וואס מיר האבן דא ביינונז אין שטיבל, און זייענדיג אביסל באקאנט אין די נושא פונעם פארקערטן קוק-ווינקל, ערלויב איך מיר צו עפענען דעם אשכול, ווי מיר וועלן פרידליך און איידל דעבאטירן די פארצווייגטע נושא, און האפענטעליך וועט ארויסקומען א קלארקייט אינעם ענין.

די נושא איז ארויף דא בין שותי הקאווע ווען שלום דין פונעם וועבזייטל 'אנפייעס' האט ערקלערט אז ער האט אינעם פרייען וועלט נישט געפונען דעם געשמאקן אוה"ח הק' לימוד וואס ער פלעג אמאל.
איז דאס א אנדייטונג אז עס בענקט זיך אים צום גליקליכן אמאל? צום געשמאקן אידישן שטעטל לעבן? ער וויל צוריק לויפן צום טאטענס שויס...
אדער ניין, ער וויל פון דעם נישט הערן און געדענקען, פארט איז ער אויפריכטיג מיט זיך און מיט אונז אז דוקא דעם ספעציפישן טעם טרעפט מען נישט אין די פרייע גאסן, אבער צו קומען אהיים דאס טועם זיין, דאס נישט, ווארום עס קאסט צו טייער

נ.ב. די נושא איז נישט 'שלום דין', עס איז א כלליותדיגער און נוגע צו איך, מיך, און דיך..
ביזטו צופרידן ווי דו ביזט? אדער זאגסטו אזוי ווייל אזוי לוינט דיר?