נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:57 am
איך וויל דא ארויסברענגען לשבח גאר שטארק צוויי שרייבער אין דעם אשכול. קאווע טרינקער און שרייבער (לויט דעם סדר).
ס'ערשטע דארף מען דן זיין דעם גדר תלמיד חכם. צו רעדט זיך נאר פון איינער וואס קען לערנען גאר אסאך (וואס כמה רופן אן א חמור נושא ספרים) אבער זיין הנהגה פאסט אינגאנצן נישט פאר א תלמיד חכם, אדער רעדט מיט נאר פון איינעם וואס זיין הנהגה איז צוגעפאסט פאר א תלמיד חכם ובן תורה, און זיין קענטעניס אין תורה (דהיינו, וויפיל פונט ספרים ער פארמאגט אין זיין מחשבה מוח) איז נישט אזוי נוגע.
נאר פאר דעם אשכול רעדט מען דאך בעיקר פון זיין קענטעניס אין לערנען. איז דא איז וויכטיג ארויסצוברעגען די נקודה: עס זענען דא צענדליגער און אפשר הונדערטער מהלכים אין וויאזוי צו לערנען, ווי טיעף צו לערנען ווי גרונטליך, טאקע צו מער בעיון אדער מער בלעטער. ווידער בקיאות אן הבנה איז טאקע נישט דא אזא מין זאך. פיין, קענסט זאגן אז געוויסע מענטשן לערנען אפ א זאך טיפער ווי א צווייטער, מער גרונטליך, אבער אז איינער האט בקיאות אין אן ענין האט ער א געוויסע הבנה אויך דערין. זיין הבנה וועט זיין - פארשטייט זיך - לויט זיינע כשרונות און מהלך הלימוד.
איך קען א רב אין ברוקלין, וועלכער קען ד' חלקי שולחן ערוך. כמעט וואס מען קען אים נישט כאפן ביי א סעיף קטן. אבער ער קען עס נישט מיט אן עמקות. וואס ער לערנט, לערנט ער אויבערפלעכליך, אבער ער איז א גרויסער מתמיד און לערנט גאר גאר אסאך, און קען טאקע גאר גאר אסאך, פיין קען זיין ער קען טאקע נישט צונעמען א שווערע לומדות'דיגע סוגיא, אבער ער איז נאך פאר דעם נישט קיין עם הארץ. ווייל איך קען דיר ווייזן כמה אידן וועלכע קענען יא מסביר זיין גאר גרונטליך מיט א קלארקייט א מחלוקה צווישן ר' חיים מיט ווייסעכווער אין הלכות קרקעות צו חזקות, אבער רוב שולחן ערוך קענען זיי נישט, און וואס יא איז נאר אין אורח חיים, און גאר גאר ווייניג אין יורה דעה. נו, ווער איז א גרעסערער תלמיד חכם, א איד וואס האט ערנסטע בקיאות אין כמעט גאנץ ש"ס און אין ד' חלקי שולחן ערוך אן א עמקות, אדער א איד וואס קען גאר גוט די לומדות'דיגע סוגיות פון ש"ס און פארשטייט גוט ר' חיים'ס, גרנ"ט'ס, ר' שמעון'ס, וגו' וכו'. אבער אין שולחן ערוך, און אין אנדערע מקומות אין ש"ס האט ער גאנץ קנאפע ידיעות.
דער וויענער רב זצ"ל פלעגט זאגן אז ער קען אסאך אידן וועלכע זענען אפשר א תלמיד חכם דרבנן אבער אן עם הארץ מדאורייתא, ווייל קיין חומש רש"י קענען זיי נישט, און אן דעם קען מען קיין איד נישט זיין.
היוצא לנו מכל זה, א איד ווי מהר"א, וועלכע האט א שטארקע בקיאות אין יעדע (אקעי, אפשר נאר כמעט יעדע) מקצוע בתורה, און איז א מתמיד עצום, און האט געקאווערט טויזענטער בלעטער ספרים וועלכע זענען שמור בזכרונו, און צו דעם א שטארקע קענטעניס אין ספרי חסידות און מוסר, אזא איד קען בשום אופן נישט ווערן אנגערופן אן עם הארץ. אזוי ווי איינער האט שוין ערווענט דא, קענסט דן זיין וואספארא סארט תלמיד חכם ער איז, און צו דאס איז צו דיין טעיסט אדער נישט.
איי עס זענען דאך דא אידן וועלכע שרייען אז ער איז אן עם הארץ? נו, עס זענען דא אידן וועלכע שרייען אז ר' מענדעלע וויזניצ'ער איז א ת"ח און בעל מידות און קדוש מרחם, און אז זיין טאטע איז געווען א גרויסער פיקח (איינער האט מיר אמאל געוויזן אין א ספר אז ווער עס האט אזא פימפל העכער די אויגן, אזוי ווי ר' משה'לע האט געהאט, איז דאס א סימן אויף חכמה) און אז פאפא רבי איז א גאון וחכם, וגו' וכו'. כ'מיין פון דעם ברענגסטו א ראי'?