בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 1:31 am
דורך בדחן
אויך איז באוויסט אז בייטאג איז ליכטיג, עני מאר אינפאו?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 9:25 am
דורך berlbalaguleh
משה בער האט געשריבן:ליידער זענט איר פלעינע סעלף העיטינג דשוז נעבעך.
ניין. פרימיטיווע מוחות. משוגעים. פינצטערע שווארץ מאה'ניקעס. נעה. ס'איז נישט אזוי געפערליך. סתם בהמות.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 9:29 am
דורך berlbalaguleh
ענן כבד האט געשריבן:אה נאר דאס פעהלט מיר אויס, נאך א סומאטאכע

צו די ערשטע סומאטאכע האט מען נישט אזוי שטארק דערלייגט. מיט 120 בלאט כ"י.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 9:41 am
דורך געוואלד געשריגן
I don't see what the problem is. She chose not to play on shabbos. If you read the comments on the article, you'd see that it is a kiddush Hashem.
Try to find the good in people.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:26 am
דורך טעפל
געוואלד געשריגן האט געשריבן:I don't see what the problem is. She chose not to play on shabbos. If you read the comments on the article, you'd see that it is a kiddush Hashem.
Try to find the good in people.
כ'מיין אויך אזוי, זיי זענען נישט די זעלבע מאטריאל וואו אונז..
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:26 am
דורך געפילטע פיש
יאיר האט געשריבן:איך מיין אז דער פותח האשכול איז פרומאק אונטער זיין דריטער ניק. אדער איינער בדומה לו.
איך ווייס נישט וועגן די גאנצע עולם דא, אבער מיין סארקאזם דיטעקטער האט זיך צופופען. (צופיפען?)
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 5:33 pm
דורך טישו באקס
משה בער האט געשריבן:די קינדער שפילן פינג פאנג רח"ל.
רח"ל! דארטן הייבן זיך אן ליידער די פראבלעמען!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 7:53 pm
דורך קאווע טרינקער
טישו באקס האט געשריבן:משה בער האט געשריבן:די קינדער שפילן פינג פאנג רח"ל.
רח"ל! דארטן הייבן זיך אן ליידער די פראבלעמען!
כ'האב געמיינט אז דארט קומט מען אן?
יעצט זעה אז דארט הייבט מען ערשט אן, סאו וואו ענדיג זיך דאס?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 9:11 pm
דורך יתרו
געפילטע פיש האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איך מיין אז דער פותח האשכול איז פרומאק אונטער זיין דריטער ניק. אדער איינער בדומה לו.
איך ווייס נישט וועגן די גאנצע עולם דא, אבער מיין סארקאזם דיטעקטער האט זיך צופופען. (צופיפען?)
מיין אויך, אבער נאכן זעהן די נאמען פונעם ניק האט זיך מיין דיטעקטער אויסגעלאשן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 9:12 pm
דורך קאווע טרינקער
היינו דאמר קאווע
האסט א פאסיגען ניק
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 9:14 pm
דורך געפילטע פיש
אזוי ווי די טישו באקס, ער שטייט אלעמאל אין וועג, און ווען מ'דארף עם איז ער נישט דא צו געפינען.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:29 pm
דורך רואיק
צו משה בער מיינט עס אמתדיג צו נישט, זענען דא פלענטי אקסן וואס האלטן באמת אזוי.
It seems that Moshe Ber stole a page from *Rush Limbaughs book, he would illustrate the absurd by being absurd.
*I used to listen to him before I realized the practical implications of his views.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:37 pm
דורך ענדע צדיק
בדחן האט געשריבן:ענדע צדיק האט געשריבן:משה בער,
די אידען מיט די קליינע קאפלעך, די נשים מיט די הויזן, און די יונגלעך מיט די קורצע בעט ראובס זענען פונקט אזוי חשוב ביים אויבירשטען ווי דיר.
סארי, איך מיין אז די האסט א טעות, און די ווייסט עס,
אמת אז כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא, אבער האלסטע טאקע אז ר משה פיינשטיין ז״ל האט באקימען זי זעלבע עולם הבא ווי זיין דריווער?
זיכער נישט,
אויך נישט פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א 'ס וועט באקומען די זעלבע עולם הבא ווי זיין דרייווער.
וואס ווילסטו זאגן דערמיט?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:43 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:אזוי ווי די טישו באקס, ער שטייט אלעמאל אין וועג, און ווען מ'דארף עם איז ער נישט דא צו געפינען.
טישו באקס? מיינסט די עכטע אדער אונזער נייער ניק?
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:11 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:אזוי ווי די טישו באקס, ער שטייט אלעמאל אין וועג, און ווען מ'דארף עם איז ער נישט דא צו געפינען.
טישו באקס? מיינסט די עכטע אדער אונזער נייער ניק?
איך האב מיך באצויגן צו וואס יתרו האט געזאגט.
מיין אויך, אבער נאכן זעהן די נאמען פונעם ניק האט זיך מיין דיטעקטער אויסגעלאשן
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:19 am
דורך יאיר
געפילטע פיש האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איך מיין אז דער פותח האשכול איז פרומאק אונטער זיין דריטער ניק. אדער איינער בדומה לו.
איך ווייס נישט וועגן די גאנצע עולם דא, אבער מיין סארקאזם דיטעקטער האט זיך צופופען. (צופיפען?)
צופיפן. שוין, פאר פרומאק און משה בער איז נישט געלונגען דעם שפיצל. איך מיין אז געפילטע פיש וואלט געמאכט א בעסערע דזשאב ווי זיי ביידע צוזאמען. קענסט דיך געבן א נאמען "געפילטע פיש מיט חריף און שיריים פון רבי'ן".
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:39 am
דורך געפילטע פיש
נו ווער זאגט אז ס'טאקע נישט מיך? נ'וויזוי דען ווייס איך אז ס'סארקאזם...? גיי ווייס...
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 1:43 am
דורך יאיר
אויב ס'טאקע דיך וואלסטו דיך געמעגט אויסשארפן דיין פארראסטעטע סענס אוו היומאר. אה, כ'האב פארגעסן אז דו שפילסט משה בער, ער האט טאקע נישט א גאר גוטע סענס אוו היומאר.
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 11:11 am
דורך קלוג און יונג
נולד מאוחר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מעג זי נישט שפילן שבת פינג פאנג?
פארוואס האט זי זיך ארויסגעלאזט?
לכאורה אלץ שמה יעבירנו. מ'האט מורא אז נאכען אראפפליען פונעם טיש איינמאל, עט זי נישט טרעפן קענען טרעפן דעם באלי, עט זי צוקומען צו טראגען א נייע ד' אמות ברה''ר. ח''ו
און קאווע פרעגט נאך ווי ס'קען זיך ענדיגן...
נשלח: פרייטאג יאנואר 04, 2013 2:22 pm
דורך berlbalaguleh
קלוג און יונג האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מעג זי נישט שפילן שבת פינג פאנג?
פארוואס האט זי זיך ארויסגעלאזט?
לכאורה אלץ שמה יעבירנו. מ'האט מורא אז נאכען אראפפליען פונעם טיש איינמאל, עט זי נישט טרעפן קענען טרעפן דעם באלי, עט זי צוקומען צו טראגען א נייע ד' אמות ברה''ר. ח''ו
און קאווע פרעגט נאך ווי ס'קען זיך ענדיגן...
און זי 'עט זיכער טראגן א טאשטיכל אויפ'ן האלז ווי אונזערע זיידעס שב"'ק אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד. אוי. זי פארט דאך אפילו נישט צום טוירנאמענט. אונז חלומ'ען. דאס ווייזט אז ס'איז דא צווישן אונז פארקרומטע מוחות וואס זענען אייביג גרייט מלמד חובה צו זיין אויף א צווייטן. שטאט'ס מאכן אן אייגענעם חשבון הנפש, זעען ווי ווייט מ'איז פארקראכן. ביי אינז איז אלעס אין גרעסטן ארדנונג. ביי אינז איז גארנישט דא וואס מתקן צו זיין. עורו ישנים משינתכם.
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 12:30 pm
דורך קאווע טרינקער
אינטערסאנט אז אין די א.ג. חסידישע הויפן האט מען נישט חושש געווען שמא יעבירנו, ווען אינמיטן שאלאשידות, בעיצומו של שבת, הייבט די מוזיק אן צו שפילען לכבוד די חתן PLAY (שפיל אין אידיש).
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 1:09 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:אינטערסאנט אז אין די א.ג. חסידישע הויפן האט מען נישט חושש געווען שמא יעבירנו, ווען אינמיטן שאלאשידות, בעיצומו של שבת, הייבט די מוזיק אן צו שפילען לכבוד די חתן PLAY (שפיל אין אידיש).
דעיס שפילן מוזיק ווען די רעבע האלט נאך אינמיטן שעלעשידעס איז 100% מותר על פי הלכה. ס'זעט אבער נישט אויס שיין. איך האב אויך געוואלט מוחה זיין ווען אין מיין רבינ'ס הויף (אקעי נישט אין הויף נאר אין ביהמ"ד) האט גענומען שפילן מוזיק אינמיטן שלש סעודות. מ'האט מיר אבער געוויזן אז ס'איז מותר. כ'גיי דא נישט אריין גיין אין די גאנצע שקלא וטריא.
נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2013 1:12 pm
דורך פרענטש וואנילע
געפילטע, דו ביסט דער ערשטער דא מיט'ן גוטען דיטעקטאר? נישט קיין שאלה אז דאס איז סארקאזם, איך האב דאס קלאר געזעהן ביים לייענען דאס ערשטע מאל, אנגעהויבען ביים ניק און געענדיגט מיט די לאכעדיגע תגובה...