בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 9:46 am
דורך ברסלבער
א גוטע קשיא.

האסט אבער פארזעהן נאך א נקודה וואס איך האב געשריבן, אז למעשה צום סוף האט יוסף באקומען פון דעם גרויס כבוד, דייקא נאר ווייל ער איז אנגעקומען אין תפיסה, און ווען ער וואלט נישט בייגגעשטאנען דעם נסיון וואלט ער נישט באקומען דעם כבוד.
וואס לוינט זיך ענדערש?

און היינטיגע צייטן זעהט מען עס אויך, אז נאך א דורכגעפאלענעם נסיון באקומט מען א בזיון, ובפרט נאך נ. רז"ב'ס האט-ליין.
אודאי מגלגלין חובה ע"י חייב, אז ער איז דער נער וואס טוט עס, אבער דאס איז די מציאות.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 9:51 am
דורך איחוד פעלד
ברסלבער האט געשריבן:א גוטע קשיא.

האסט אבער פארזעהן נאך א נקודה וואס איך האב געשריבן, אז למעשה צום סוף האט יוסף באקומען פון דעם גרויס כבוד, דייקא נאר ווייל ער איז אנגעקומען אין תפיסה, און ווען ער וואלט נישט בייגגעשטאנען דעם נסיון וואלט ער נישט באקומען דעם כבוד.
וואס לוינט זיך ענדערש?

און היינטיגע צייטן זעהט מען עס אויך, אז נאך א דורכגעפאלענעם נסיון באקומט מען א בזיון, ובפרט נאך נ. רז"ב'ס האט-ליין.
אודאי מגלגלין חובה ע"י חייב, אז ער איז דער נער וואס טוט עס, אבער דאס איז די מציאות.



כ'מיין, קענסט ברענגען א ראי' פין רח"ה, אבער ווער ווייסט אפשר וועט ער נאך איין טאג באקומען מלא חפנים כבוד.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 10:09 am
דורך ברסלבער
wait & see

אבער ווען מען קוקט צוריק זעהט מען אז די חברה זענען נישט געווארן צו גרויסע מכובדים צום סוף

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 11:52 am
דורך מיקוה נייעס
נולד מאוחר האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט א ריזיגער פראצענט ארבעט מיט פרויען. ווילסטו מיר זאגן אזא גרויסע חלק היימישע אינגעלייט זענען שוין דורךגעפאלן?

עס איז דא וואס ארבעטן מיט נאך מענטשן און די אפיס איז דא א קלענערע ניסיון.. און עס איז דא אמאל וואס די בעל הבית האט דע קאפ אויפן פלאץ לייגט ער אריין סעקיורעטי קעמרע'ס

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:53 pm
דורך קפנדריא
קרעקער שרייבט: "איך האלט אז אויב מ'ארבייט מיט מיידלעך איז זייער שווער זיך איינצוהאלטן, כמעט נישט מעגליך נישט דורכצופאלן."

קודם, ווי איחוד האט דערמאנט, וואס מיינט ס'נישט מעגליך? רוב רובם נשים און בתולות זענען נישט גרייט צו זינדיגן בכלל, און די מיעוט וואס קענע דורכפאלן אין א שוואכע מינוט, מיינט דאס נישט אז זיי זענען גרייט דוקא פאר דעם מאן וואס האט יעצט א נסיון און אין דעם זמן פונקט ווען דער יצר האט זיך ביין'אים צולאזט.

ועוד, וואסארא כלל, און אויף וועלכע סטאטיסטיק איז דאס באזירט אז ס'איז כמעט נישט מעגליך נישט דורכצופאלן? דו האלטסט אז -לא מיבעי'- נישט אלע , נאר אפילו א גרויסע חלק 'לייטן' זענען אזוי שוואך צו קענען אריינפאלן מיט אזעלכע עבירות? מהיכי תיתי?

אויב רעדסטו פון הרהורים, דאס האט הרב ראזנבלום שליט"א געשטורעמט ביי א דרשה למען קדושת ישראל, אז ס'קלאר אז ס'ווערט א געוויסער קירוב הלב, ומדי הרהור לא יצאנו, וה' הטוב יכפר.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 7:13 pm
דורך קליינע רעבעלע
כ'מיין, קענסט ברענגען א ראי' פין רח"ה, אבער ווער ווייסט אפשר וועט ער נאך איין טאג באקומען מלא חפנים כבוד.


ווער איז דער רח"ה

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 7:36 pm
דורך קליינע רעבעלע
איך ארבערט אויך מיט פרויען דאס זיכער אז עס איז שווער
כאטש 95% זענען דימיונת אבער נאר איין שוואך ווייבעל איז פינק געניג צי חרוב גיין

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2013 8:57 pm
דורך berlbalaguleh
קליינע רעבעלע האט געשריבן:
כ'מיין, קענסט ברענגען א ראי' פין רח"ה, אבער ווער ווייסט אפשר וועט ער נאך איין טאג באקומען מלא חפנים כבוד.


ווער איז דער רח"ה

כ'מיין, דער רב אין לאנדאן וואס ס'רודערט זיך א וועלט מיט איהם. ואידך פירושא, זיל גמור. אויב דו האסט נישט עפעס בעסער צו טון.

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 3:50 am
דורך טעפל
איחוד פעלד האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:דער זעלבער באשעפער וואס האט באשאפן דעם מענטש און ער קען זייער גוט דעם מענטש'ס שוואכקייטן און שטארקייטן, האט אויך געגעבן די תורה מיט אלע הלכות.

און דערפאר האבן מיר די הלכות פון יחוד, און מען דארף דערויף נישט צולייגן און נישט אראפנעמען, נאר עס איינהאלטן כמות שהוא, דעמאלט'ס וועט דער אייבערשטער אונז היטן.

אגב איז דא א שיין ווארט פון רבי נחמן ברסלבער, "ואל תביאנו לא לידי נסיון ולא לידי בזיון" - "אדער א נסיון אדער א בזיון"
דאס מיינט אז אויב בלייבט עס ביים נסיון און דו ביזט זיך מתגבר דערויף דעמאלט'ס איז גוט, אבער אויב ווערט עס אויס נסיון, דו האסט דיך נישט געקענט איינהאלטן, דעמאלט'ס איז די נעקסטע סטעפּ א בזיון.
סאו וואטש אוט.



אויב אזוי ווי אזוי האט יוסף הצדיק וואס איז יא בייגעשטאנען די נסיון, געהאט א בזיון?

כ'האב אמאהל געזעהן ערגעץ אז אלעמאל שטייט די מעשה פון דוד ובת שבע שטייט נישט די חטא, ווייל דאס איז זיכער אז דוד האט נישט געזינדיגט נאר ער איז געשטראפט געווארען ווייל מ'האט גערעדט דערפון "הסיפור" פון דוד ובת שבע, ס'איז געוועהן א נושא.