בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 1:22 pm
דורך קאווע טרינקער
אגב, דא האט זיך געמאכט א שטיקל שמועס איבער רח"י ה"ש.

נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 1:35 pm
דורך שמואל הלוי
טישו באקס האט געשריבן:קענענדיג די משפחה פון דער נאנט ווייס איך אז ער האט צוויי טעכטער.

אזוי גאר? מזל טוב ווען האט ער געהאט די צווייטע?

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:20 pm
דורך town1
א גוי האט מיך אמאל אפגעשטעלט און מיך געזאגט אז געווענליך פרעגט ער נישט, אבער מיך וועט ער פרעגן פארוואס גייען אידן אלץ אנגעטון שווארץ, ער זאגט מיך אז אים האט מען פארציילט אז די סיבה איז וויבאלד מען זאל נישט זען א איד הרג'ט א גוי האב איך אים געזאגט אז די סיבה איז ווייל אונז האבן עס אלץ טרעדישאן האט ער מיר געזאגט אז ווען איך זאג טרעדישאן האב איך גארנישט פארענטפערט, אז איך ווייס נישט זאל איך זאגן איך ווייס נישט , א צווייטע מאל האב איך געטראפן א אנדערע גוי פרעגט ער מיר פארוואס גייען אידן ביי די צוויי עקן פון די קאפ מיט האר, זאג איך אים צוליב רעליגיעזע סיבות, רופט ער זיך אן עס איז זייער שיין

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:31 pm
דורך שמעקעדיג
town1 האט געשריבן:א גוי האט מיך אמאל אפגעשטעלט און מיך געזאגט אז געווענליך פרעגט ער נישט, אבער מיך וועט ער פרעגן פארוואס גייען אידן אלץ אנגעטון שווארץ, [....] האב איך אים געזאגט אז די סיבה איז ווייל אונז האבן עס אלץ טראדישאן


קודם איז עס א צניעות'דיגער קאליר,
און נאכדעם אולי צוליב "ילבש שחורים ויעשה מה שלבו חפץ"...

נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:27 am
דורך [NAMELESS]
כ'האב נישט געטראפן ווי עס צו לייגן, איז לייג איך עס דא (הגם כ'הב נישט געהעריג דורכגעליינט די אשכול.

דאס איז גאנץ שרעקעדיג, אבער איך וויל הערן נאך אפינענס.

נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2018 3:17 pm
דורך berlbalaguleh
town1 האט געשריבן:א גוי האט מיך אמאל אפגעשטעלט און מיך געזאגט אז געווענליך פרעגט ער נישט, אבער מיך וועט ער פרעגן פארוואס גייען אידן אלץ אנגעטון שווארץ, ער זאגט מיך אז אים האט מען פארציילט אז די סיבה איז וויבאלד מען זאל נישט זען א איד הרג'ט א גוי האב איך אים געזאגט אז די סיבה איז ווייל אונז האבן עס אלץ טרעדישאן האט ער מיר געזאגט אז ווען איך זאג טרעדישאן האב איך גארנישט פארענטפערט, אז איך ווייס נישט זאל איך זאגן איך ווייס נישט , א צווייטע מאל האב איך געטראפן א אנדערע גוי פרעגט ער מיר פארוואס גייען אידן ביי די צוויי עקן פון די קאפ מיט האר, זאג איך אים צוליב רעליגיעזע סיבות, רופט ער זיך אן עס איז זייער שיין

ביבער: כאטש דיין פתיחת האשכול איז שוין אלט. אבער ס'איז נאכאלץ אקטועל.

בדרך כלל אויב א גוי וויל עפעס וויסן און ער פרעגט וועגן נייגעריגקייט מיט רעספעקט, דארף מען איהם ענטפערן אויפ'ן מערסטע לאגישן וועג וואס ער קען פארשטיין. אבער אויב פרעגט ער לקנטר דארף מען איהם זאגן איך ווייס נישט.

אין א געוויסע תקופה האביך געארבעט צוזאמען מיט גויים אויף א קאנסטראקשן סייט. זענען געווען עטליכע גויים וועלכע האבן מיך געפרעגט פארשידענע שאלות און קשיות. ווילאנג ס'איז געווען מיט רעספעקט האביך זיי געענטפערט לויט ווי ס'איז לאגיש פון זייער שטאנדפונקט. אבער ווען איינער האט אנגעהויבן פרעגן לקנטר, האביך איהם געענטפערט אז איך בין נישט דער אידישער אמבאסאדאר צו די גויים. איך בין אן ארבעטער פונקט ווי ער. און איך לאז מיך נישט אריין אין אזעלכע דיסקוסיעס...קעיס קלאוזד...!

Re: וויאזוי צו רעדן אידישקייט צו גוים

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 1:44 am
דורך אונטער חכם
בן אדם האט געשריבן:כ'האב נישט געטראפן ווי עס צו לייגן, איז לייג איך עס דא (הגם כ'הב נישט געהעריג דורכגעליינט די אשכול.

דאס איז גאנץ שרעקעדיג, אבער איך וויל הערן נאך אפינענס.

נו, קיינער וויל נישט מודה זיין? ווער עס האט עס געשריבן זאל שוין אויפהייבן די האנט.

גראדע האב איך שוין געזען א תירוץ גראד אינעם ארטיקל, פונקט ווי דער גוי האט געקענט טרעפן די באשיידונג פונעם ווארט דורך גוגל טרענסלעיט האט דער לץ געקענט טרעפן דארט וויאזוי מען זאגט danger אויף אידיש.

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 1:09 pm
דורך berlbalaguleh
אונטער חכם: איין זאך איז זיכער. די שריפט אין ביהכ"ס ביי יענע משפחה איז זיכער נישט קיין הימלישע שריפט. דער שרייבער איז א געשוואלענער עם הארץ. ער האטציך געמוטשעט צו שרייבן ריכטיג דעם אות ..."גימל"...! ס'קלונגט ענדערש ווי די ארבעט פון אן אמעריקאנער לץ וועלכער איז אמאל געגאנגען אין חדר. אבער ער האט שוין פארגעסן די צורת האותיות...!