נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 2:03 pm
איך מיין ס'הערשט א שטיקל צומישעניש דא, בעפאר די גוי'שע חגאות, צב"ש קראצמעך, קען מען באקומען די יאצמעך ביימער פאר ביליג? צי די קאלירטע לעמפעלעך? ניין, ווייל דעמאלס איז דער סעזאן דערפון, אוודאי וועט 'וואלמארט' אדווערטייזן אז זיי זענען ביליגער ווי אנדערע, און יעדער וועט טרעפן עפעס א 'ניטש' וואו צו קענען ווייזן עפעס א ספעשל, אבער בכלליות די סיזאנעל אייטעמס זענען נישט ביליג דעמאלס. דאס זעלביגע מיט וואונט קארטלעך, די וואונטש קארטלעך זענען בכלל נישט אויף סעיל נישט בעפאר קראצמעך און נישט בעפאר זייער ניי יאר, ווייל יעצט איז דער סעזאן, און די ביזנעס מיינד זאגט אז יעצט מאכט מען געלט אויף דעם/די אייטעמס אפילו ס'איז טייער.
וואס יא? העמדער, טעלעוויזיע און VCR, דאס וועט זיין צו באקומען חצי בחנם, ווייל דער ביזנעס מיינד זאגט אז יעצט איז דער עולם הונדעריג פאר גוטע שאפינג, און מ'שטעלט ארויס כל דכפין פאר סעיל.
להבדיל ביינ'ונז איז אויך דא גרויסע סעילס, [נישט אויף די פארנעם פון די דעפארטמענט סטארס וואס פארקויפן פאר מאסן מענטשן, און מאכן זייער געלט אין גרויס קוואנטיטי], אבער אתרוגים בעפאר סוכות איז נישט אויף סעיל, אדער אפילו נוי סובה איז אויך נישט אויף סעיל, אדער מצות בעפאר פסח איז נישט פאר סעיל.
אבער טישן און בענק פאר די סוכה איזא סעילס מיט קאנקורענץ, און בעפאר חנוכה איז נישטא קיין מנורה סעיל, ס'איז אבער יא דא א ריזיגע 50% אף קאוט סעיל, און '30% אף' שיך סעיל לכבוד חנוכה, אא"וו.