היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
- געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
דעתי הענייה האט געשריבן:א פלא אז קיינער שרייבט נישט די פשוטע פאקטן השתלשלות הדברים, נא, במקום שאין... השתדל....
דא האט זיך אריינגעמישט די מאמע, ועוד אחרים, און האבן אנגעהויבן אנהעצן אויף ר' ישראל, און זיין מחותן, האדמו''ר מוויזניץ מאנסי, בכל ערליי טענות, אמת'ע און פאלשע, ביז פסח תשמ''ד, ווען די טאטע האט אים ברבים מנדה געווען ביים סדר נאכט.
דאס איז אויפן שפיץ גאפל.
ענדליך איינער זאגט שוין עפעס פרטים. ביטע, דעתי הענייה, דיין דעת איז גארנישט אזוי ארים. דערצייל נאך אביסל, וואס האט מען דערציילט פאר זיין טאטן, ווי אזוי קען א טאטע ווערן אזא אכזר אויף אן אייגן קינד, און ווי אזוי איז די נידוי צוגעגאנגען, מיט שווארצע מה נשתנה ליכט?
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
- געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
נייגעריגער האט געשריבן:אן אנדערע גירסא בנוגע די סיבת השנאה פון מאמע צו קינד: דער מאמע לאה אסתר ע"ה איז געווען די טאכטער פון הה"ק ר' מנחם מענדיל פון דעעש ז"ל, און זי האט זייער שטארק געוואלט אז איהר ערשטע זוהן זאל טראגן איהר טאטע'ס נאמען, אבער למעשה האט מען איהם א נאמען געגעבן נאך הה"ק ר' ישראל'טשע וויזניצער ז"ל, און זי האט דאס קיינמאל מוחל געווען.דעתי הענייה האט געשריבן:איז אזוי, בקיצור, זיין מאמע (איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים וועגן איר פערזענליכקייט, ווייל צו וואס רעדן אויף שוכני עפר)האט אים פיינט געהאט אלה יארן, ווייל ער איז געווען א פרומער, א קנאי, און (אויף די וויזניצער שפראך) א חניואק
אזוי ווייט, אז עס פארציילט זיך א לעגענדע [איך נעם דערויף קיין אחריות - מ'זאל נישט זאגן אז נייגעריגער אליינס האט אזוי פארציילט - אבער אזוי פארציילט מען], אז נאכן ברית ווען מען האט געברענגט דעם רך הנימול צו זיין מוטער האט זי איהם נישט געוואלט אין האנט נעמען, אזוי אז ער איז שיעור נישט אראפגעפאלן!
און לפי דעם איז פארשטענדליך איהר ספעציעלע ליבע צו ר' מענדיל שליט"א וואס האט געטראגן איהר טאטע'ס נאמען.
יא, איך האב געהערט פון דעם, איך קען עס נישט באשטעטיגען, משא''כ די פרומקייט האט זי געזאגט אפן אפאר מאל אז זי האט עס פיינט.
און פאר די וואס וואונדערן זיך אז א מאמע קען זיין אזוי משוגע, וויל איך דערציילן אזא מעשה: איך האב געהערט פון א חשוב'ע רב א בנש''ק א תלמיד פון וויזניץ אין בני ברק, וואס זיין טאטע איז פערזענליך נאנט געווען צום רבי'ן דער ישועות משה, און אלס אות ידידות, די ערשטע שבת וואס ער האט געלערנט אין ישיבה, האט אים די רבי -דאן אלס רב- גערופן עסן צו זיך אהיים.
ביים זינגען זמירות, האט זי אנגעהויבן מיט זינגען אויפן קול..., און ווען ער האט געקלאפט אויפן טיש זי זאל זיין שטיל, האט זי אנגעהויבן זינגען העכער און העכער... און דאס איז ווען א פרעמדע בחור זיצט דארט... וד''ל.
אין עני אלא מדעת, אבער דאס צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
- געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
יאיר האט געשריבן: ענדליך איינער זאגט שוין עפעס פרטים. ביטע, דעתי הענייה, דיין דעת איז גארנישט אזוי ארים. דערצייל נאך אביסל, וואס האט מען דערציילט פאר זיין טאטן, ווי אזוי קען א טאטע ווערן אזא אכזר אויף אן אייגן קינד, און ווי אזוי איז די נידוי צוגעגאנגען, מיט שווארצע מה נשתנה ליכט?
מען קען פון די פרשה, וואס איך מיין האט זיך אנגעהויבן תשכ''ג ביי די מרידה און גענדיגט תשס''ב ביים היסטארישען שלום, שרייבן א שאפע מיט ביכער, איך האב פשוט נישט די צייט דערפאר...., איך וועל אבער פרובירן ענטפערן אויף שאלות עד מקום שדעתי הענייה מגעת.
די "אויסברוך" פונעם נידוי איז געווען פסח ביינאכט תשמ''ד ביים סדר, ווען ר' ישראל האט זיך אויפגעשטעלט פרעגן מה נשתנה, און די טאטע האט אים געזאגט, איך וויל נישט הערן דיינע קשיות.
אין עני אלא מדעת, אבער דאס צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
- געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
בנוגע ווי אזוי א טאטע קען דאס טוהן צו א קינד.
דאס איז גאר א שווערע קשיא. איך, אלס א אמת'ער מעריץ פונעם ישועות משה, מוטשע זיך אויך שטארק דערמיט. ער איז געווען ווייט פון א נאר (ווי גרויס די נערנות פון זיינע קינדער איז סאך קלוגער איז ער געווען) אויב אזוי, וואס יא?
איין גרויסע פאקטאר איז בלי ספק, די געפערליכע קאמפלעקס וואס ער האט כל ימיו געהאט אז מען וויל אים אונטערברענגען, דאס האט געשפילט א גרויסע -אויב נישט די גרעסטע- ראלע אין די מרידה, די מחלוקה מיטן ברודער, און, מיט זיין זוהן.
נאכדעם, דאס איז אמת אז די מוסדות האבן נישט געקענט ווייטער זיין אונטערן בעלות פון איינער וואס פארטיילט די געלטער אין גרויסן... כולי עלמא מודי, אז מען האט אים געדארפט מעביר זיין פון פירן די מוסדות, אבער פון דארט ביז ארויסווארפן און פייניגען איז א לאנגער וועג.

- נייגעריגער
- היימישער באניצער
- הודעות: 477
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
- געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
דעתי הענייה האט געשריבן:דא האט זיך אריינגעמישט די מאמע, ועוד אחרים, און האבן אנגעהויבן אנהעצן אויף ר' ישראל, און זיין מחותן, האדמו''ר מוויזניץ מאנסי, בכל ערליי טענות, אמת'ע און פאלטשע,
די מעשה מיטן מאנסי'ער וויזניצער רבי פארציילט מען אז ווען ער האט צוגעזעהן וואס ס'רעביצן האט אפגעטון פארן ברודער דער ישועות משה ז"ל [שוין ביים מרידה וואס זי האט געהאט א חלק אינעם גרם, און אפילו נאך פריערד אין דעעש, וד"ל], האט ער געשיקט א ברודערליכן בריוו צום ברודער: "געב איהר א צוועלעף'ער [כלומר א גט וואס איז נכתב אויף צוועלעף שורות]", און זי האט עס ליידער דערווישט און פון דאן אן איז דער מאנסי'ער געוועזן איהר בלוט פיינט...
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
- נייגעריגער
- היימישער באניצער
- הודעות: 477
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
- געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
דעתי הענייה האט געשריבן: בנוגע ווי אזוי א טאטע קען דאס טוהן צו א קינד.
דאס איז גאר א שווערע קשיא. איך, אלס א אמת'ער מעריץ פונעם ישועות משה, מוטשע זיך אויך שטארק דערמיט. ער איז געווען ווייט פון א נאר (ווי גרויס די נערנות פון זיינע קינדער איז סאך קלוגער איז ער געווען) אויב אזוי, וואס יא?
איין גרויסע פאקטאר איז בלי ספק, די געפערליכע קאמפלעקס וואס ער האט כל ימיו געהאט אז מען וויל אים אונטערברענגען, דאס האט געשפילט א גרויסע -אויב נישט די גרעסטע- ראלע אין די מרידה, די מחלוקה מיטן ברודער, און, מיט זיין זוהן.
נאכדעם, דאס איז אמת אז די מוסדות האבן נישט געקענט ווייטער זיין אונטערן בעלות פון איינער וואס פארטיילט די געלטער אין גרויסן... כולי עלמא מודי, אז מען האט אים געדארפט מעביר זיין פון פירן די מוסדות, אבער פון דארט ביז ארויסווארפן און פייניגען איז א לאנגער וועג.
אבער לפענ"ד איז די גרעסטע ביישטייערער געווען די רעביצין, וואס זי האט איהם דערקוטשעט די יאהרן, און אריינגעבאקן די שנאה שטאפלווייז קעגן אירע ביידע שונאים, און ווערטער ווערן נישט פארפאלן, ביז זי האט דערגרייכט דעם ציהל איהרע.
און דאס וואס איך שרייב דערקוטשעט, מיין איך ממש עד חרמה! ווי עס האט פארציילט אן עלטערע יוד וואס האט אינדערהיים געוואוינט אין דעעש אז ס'האט זיך געקענט מאכן אז מ'זאל איהם טרעפן שלאפן אין ביהמ"ד ווייל מ'האט איהם נישט אריינגעלאזט אין שטוב ביינאכט!!
נו, יעצט פארשטייט איהר שוין וואס דער גמרא אין ברכות לערנט אונז אז "מצא או מוצא - ומוצא אני מר ממות את האשה".
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
- נייגעריגער
- היימישער באניצער
- הודעות: 477
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
- געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
און אפשר אלו ואלו דברי אמת [די מרידה מיט די רעביצין זענען שולדיג].
בלייבט מען אבער ווייטער מיט איין גורם - די רעביצין, ווייל ווי איינער האט שוין אנגעמערקט אינעם אשכול "די וויזניצע נדחים (מורדים)" אז דער גאנצער סומאטאכע האט זיך אנגעהויבן מיטן רעביצין'ס עקשנות צו שיקן די טעכטער צו א בית יעקב שולע ווי מ'האט געלערנט אויף עיבריט!
בלייבט מען אבער ווייטער מיט איין גורם - די רעביצין, ווייל ווי איינער האט שוין אנגעמערקט אינעם אשכול "די וויזניצע נדחים (מורדים)" אז דער גאנצער סומאטאכע האט זיך אנגעהויבן מיטן רעביצין'ס עקשנות צו שיקן די טעכטער צו א בית יעקב שולע ווי מ'האט געלערנט אויף עיבריט!
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
- נייגעריגער
- היימישער באניצער
- הודעות: 477
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
- געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
יאיר האט געשריבן:נייגעריגער, וואספארא לשון הרע'ס האט זי דערציילט אויף אים?
עס איז נישט געלונגען פאר קיינעם צו קאנווינסן דעם טאטן אז ער איז נישט שולדיג און ער זאל אים פרובירן צו אריינעמען אין שטוב, מ'רעדט דאך נישט פון געבן א רבנות פאסטן, סך הכל ער זאל האבן וואו צו שלאפן.
"אשתו כגופו" איז ביי דיר א קלייניקייט? זי האט געהאט די מערסטע צוטריט צו איהם צו איבעררעדן און מכלומרשט פארציילן אלע זיינע עוולות.
און ווי געשריבן האט זיך איהר שנאה און האקערייען קעגן ר' ישראל'ען נישט אנגעהויבן תשמע"ד, זי האט דאס שוין פארקויפט אסאך בעפאר די גבאים און שטוב מענטשען זענען בכלל אריינגעקומען.
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
- נייגעריגער
- היימישער באניצער
- הודעות: 477
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
- געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
יאיר האט געשריבן:כ'הער. און וואספארא לשון הרע האט זי דערציילט, אויב מען מעג פרעגן?
אזויווי "דעתי הענייה" האט שוין ארויסגעברענגט, און דאס ווערט אויכעט געזעהן אין די דרשות וואס ער האט גערעדט אנקעגן זיין זוהן, אז אזויווי ר' ישראל איז דאך געווען [און איז מסתם נאך היינט אויך] גאר א ווייך און וואויל הארץ, פלעגט ער צו בארגן גרויסע סכומים כדי צו געבן פאר די נויטבאדערפיגטע, אבער פון ווי באצאהלט מען די אסטראנאמישע סכומים פלעגט ער ארומגיין שנארן, און דאס האט כלומר'שט געדארפט צו פארשעמען כבוד בית וויזניץ, האט איהם זיין טאטע פראבירט צו העלפן באצאלן די חובות אבער בתנאי ער נעמט זיך אונטער שטרענגע תנאים בענין ווייטער צו בארגן געלט, ר' ישראל'ען האט אבער נישט עומד געווען בניסיון צוצוקוקן יודן וואס האבן נישט קיין געלט האט ער ווייטער געבארגט צו טיילען צדקה.
און זי האט איהם אין תוצאה בארעדט צווייפאכיג, קודם פארן פארשעמען כבוד בית וויזניץ מיטן גיין נאך געלט, און צווייטענס אז ער איז דאך א פשוטע מורד באביו אז ער פאלגט נישט זיינע הוראות און בקשות נישט צו בארגן!
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
- נייגעריגער
- היימישער באניצער
- הודעות: 477
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
- געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל נישט רעדן, אבער איך קען נישט גלייבן אז א מאמע זאל זיין אזוינס משוגע.
די באוואוסטע קשיא האט שוין דער ישועות משה זצ"ל אליינס געפרעגט ביי די באוואוסטע "יתרו מ"ח תורה", ווי ער פרעגט דאס (בערך, איך געדענק נישט די לשון פונקטליך) "מענטשן זאגן אז די מאמע האט איהם פיינט, א מאמע קען פיינט האבן אן אייגן קינד? א טאטע קען פיינט האבן א אייגן קינד? נאר וכו', און ער געט אריין פארן ברודער אויך אביסל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
- געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
דער פאלטישאנער רב, ר' ישראל אברהם שטיין ז''ל, א נאנטער ידיד צום ישועות משה, האט אים אליין נאכדעם אמאל פערזענליך פארגעהאלטן דערויף, ער האט פרובירט זאגן אלע טענות, אבער האט אים נישט געקענט מסביר זיין פארוואס ער דארף אים לגמרי ארויסווארפן, האט ער אים געזאגט: "ישראל אברהם, איך וועל דיר ארויפשיקן מיינע מענטשן, זיי וועלן דיר אלס מסביר זיין"....
ער ווארט נאך אויף זיי ביז היינט.
ער ווארט נאך אויף זיי ביז היינט.
אין עני אלא מדעת, אבער דאס צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
ליידער איז עס גארנישט קיין נייעס אז א מאמע זאל פיינט האבן אן אייגן קינד. און אדרבה, פרעג זיך נאך ביי די אלע עלטערע וויזניצער תלמידים, די וואס געדענקען נאך יענע תקופה פון די י' און אנהייב כ' יארן, זיי וועלן דיר אלע מעיד זיין און פארציילן כמה מעשיות איבער דעם ווי זי האט פיינט געהאט ר' ישראל'ן. (און אז מען רעדט שוין, האט זי אויך פיינט געהאט דעם בעלזא רביצין, און אויך ווייל זי איז געווען צו פרום און ערליך פאר איר).
- נייגעריגער
- היימישער באניצער
- הודעות: 477
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
- געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
יאיר האט געשריבן:און איך האב געמיינט אז סאטמאר דארף זיך שעמען.
נו, און וואס האט זיך געטוישט אז דו מיינסט שוין נישט אזוי?? עס איז דאך אמת!
ואם תאמר אז יעצט זעהסטו אז וויזניץ איז אויך גארנישט אזוי ריין, און האט זיך געהאט זייער אייגענע שמוציגע שערורי'ה. דעמאלטס האסטו גאנץ א שוואכע נחמה, ווייל עס איז אנדערש ווען מחלוקות איז כמעט די יסוד פונעם קהילה [סאטמאר], אדער ווי איין שלעכטע פערזאן וואס דרייט אן א גאנצע סומטאכע [וויזניץ]!!
טראכט איבער מיין פוינט, און ווער נישט אזוי שנעל פרייליך!
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
- נייגעריגער
- היימישער באניצער
- הודעות: 477
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
- געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
וואס איך האב געזאגט [אדער געשריבן] איז אזוי: אז אין סאטמאר איז עס נישט די איין קאנפליקט וואס אדמו"ר מהר"א האט מיט אדמו"ר מהרז"ל [בעסער געזאגט משה גבאי], נאר יעדע זאך איז קריגערייען!
קודם בכלל די מחלוקת פון דעם ברך משה'ס חסידים מיט די רעביצן'ס מענטשען, און נאכדעם [אדער פארדעם] סאטמאר אקעגן כמעט איעדע חסידות פון וועמען זיי האבן זיך געפילט א טראפעלע באדראט .
אויכעט זאלסטו עס נישט פארגלייכן צו וויזניץ, אין וויזניץ זעהסטו דאך אז ווען דער איינצעלער גורם האט געפאקט פעק איז נאך אביסל צייט געווארן שלום סיי מיט מאנסי וויזניץ און סיי מיט ר' ישראל'ען.זעהסטו דאך אז אי לאו ההיא איתתא וואלט גארנישט געווען, וקל להבין!