בלאט 2 פון 3
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:48 am
דורך שמעקעדיג
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:59 am
דורך קאווע טרינקער
וואו טרעפן מיר זיך היינט נאכט?
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:40 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
גם אני מצטרף ווי א יהודא אין צוגאב צום פסוק.
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:56 pm
דורך לאדיך אפ
א רעוואלאציע אן א ציל איז אויך גוט?
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 1:17 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
ווער זאגט ס'איז נישטא קיין ציל? איך האב א ציל, פאר זיך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:00 pm
דורך בן תמליון
לאדיך אפ האט געשריבן:א רעוואלאציע אן א ציל איז אויך גוט?
רעוואלוציע איז אפגעטייטשט אן איבערווארפונג פון אן עקזיסטירעדע רעזשים אדער סיסטעם דורכן המון עם נישט דוקא פאר א ציל. גראדע דא רעדן מיר יא פון א ציל ווי דער יחיד זאל שרייבן פארן פובליק וואס ער פילט וועט זיי מהנה זיין אויך אן א טיטול בן לאאמו"ר מהודאנאנאש און נישט דוקא א נייע ליקוט אויף הלכות מוקצה און נישט נאר זכרונות פון קריג אדער רבינ'ס הקפות אויך זכרונות פון 47 סטריט אדער מיין קאמף מיט מיינע גוישע טענענטס אדער ווי אזוי איך האב געלערנט מיין בעל הבית בלק וכדומה.
שאול קליין פלעגט שרייבן א טאג בוך אין די צייטונג יארן ער איז געווען איינער און ליידער שרייבט ער שוין נישט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:37 pm
דורך מנשה לוסטיג
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:אגב, ווער ס'וועט מאכן אויף דעם ביכל א איסור, איז לכל הדעות יוצא מן הדעת. ווייל ס'איז א אמת'ע טאפ קאליבער פראדוקט, און אדורכגעזיפט פון יעדע חשש פון איסור ע''פ תורה.
גראדע! האב איך נאך קיינמאל נישט באקומען קיין איסור אויף קיין שום פראדוקט וואס קומט פון מיר, וואס וואלט אפשר יא געקענט זיין אסור..
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ניין, אין סקווער טאר מען עס מער נישט פארקויפן
מנשה, סקווירא איז יצא מן הדעת?
אין סקווער זענען דא וואס לאזן נישט צו עס צופארקויפן. אבער סקווירא בעצם זענען נישט זיי. סקווער איז פון וואס איך שרייב, חסידים ואנשי מעשה וואס ווידמען אסאך צייט אריינצגעבן פאר מנשה'לע חסידישע באצילן, און אסאך ווארימקייט.
די איסור איז מיר נישט קלאר באקאנט, אבער רוב שטעטל האט עס שוין ממילא געקויפט, און פלאס וואס כ'יאג נישט נאך צו דעליווערן אין שטאט און אלל אראוינד די גלאויב
אל תירא עבדי יעקב, לא אלמן מנשה.. [כ'בין דאך יא?]
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 12:40 am
דורך מנשה לוסטיג
איך וויל באדאנקן אלע גוטע פריינד און שטיצער, וואס האבן געקויפט מיין נייעם ביכל, און דערמיט געגעבן חיזוק אז איך זאל ממשיך זיין אייך משמח צוזיין נאך אסאך מער מיטן הילף פון אייבירשטן בעתיד
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 4:46 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך פלאן צו מאכן א 'בוק טור' - אַוטאָגראַף סיינינג
ווי ווילט איר כ'זאל עס מאכן?
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 4:59 pm
דורך משולם שטיינפעלד
אין סקווירא
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 6:06 pm
דורך עסן עסט'זיך
אז איך זעה אז קיינער דא וואגט זיך נישט עס צו זאגן, וועל איך זיין דער, מנשה'לע די ביסטו נישט עפעס מורא'דיג, די ביסטו גאנץ א פיינער בדחן, א נישקשה'דיגער שרייבער, אבער במטותא מינייכו, פארוואס זענט איר אזוי פארגלייבט אין זיך? פארוואס לייגט איר א ריזיגע בילד פון אייך אויפן קאווער, און פארוואס מיינט איר אז איר זענט א סעלעבריטי פאר בוך סיינען? סיי וועלכע קונטרס אויף הלכות מוקצה איז חשובער, און סיי וועלכע ביכל פון הוצאת מקור חיים אדער מעלות איז אינטערסאנטער.
סארי, אבער מען דארף זאגן דעם אמת אפילו ווען דער בעל דבר איז דא א מעמבער
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 7:18 pm
דורך לעיקוואד
שמא מרבו למד.
(נעמט עס נישט ערנסט, איך האב זיך נאר נשט געקענט איינהאלטן).
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 7:54 pm
דורך שמעקעדיג
איך פארשטיי נישט וואס איז ראנג דערמיט. ער האט זיך זיינע חסידים, און פאר זיי קעיטערט ער.
אז דו האסט נישט ליב צורת קדשו, דאן גיי צום הלכות מוקצה ספר.
די וואס קויפן עס ווילן זיין בילד אויפן דעקל. פשוט.
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 10:30 pm
דורך משה געציל
בכלל גראטוליר איך דייקא דעם פאקט - ווי איינער האט שוין דאכט זיך ארויסגעברענגט - אז א חסיד'ישער אינגערמאן האט די באליס ארויסצוקומען אין די עפענטליכקייט מיט א ביכל מיט א גרויסע בילד פון זיך, און א פוילע ביאגראפיע.
נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 10:59 pm
דורך sunbar
עסן עסט'זיך האט געשריבן:אז איך זעה אז קיינער דא וואגט זיך נישט עס צו זאגן, וועל איך זיין דער, מנשה'לע די ביסטו נישט עפעס מורא'דיג, די ביסטו גאנץ א פיינער בדחן, א נישקשה'דיגער שרייבער, אבער במטותא מינייכו, פארוואס זענט איר אזוי פארגלייבט אין זיך? פארוואס לייגט איר א ריזיגע בילד פון אייך אויפן קאווער, און פארוואס מיינט איר אז איר זענט א סעלעבריטי פאר בוך סיינען? סיי וועלכע קונטרס אויף הלכות מוקצה איז חשובער, און סיי וועלכע ביכל פון הוצאת מקור חיים אדער מעלות איז אינטערסאנטער.
סארי, אבער מען דארף זאגן דעם אמת אפילו ווען דער בעל דבר איז דא א מעמבער
מנשה מעג דיר דאנקן. איך גיי עס קויפן נאר צוליב דער תגובה...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 3:24 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווער ס'וויל באשטעלן די ביכל אנליין, זאל זיך קאנטאקטן דעם אימעיל אדרעס.
mrmmusic@gmail.comWho wants to buy my book, online, should connect to this email address
mrmmusic@gmail.com
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 3:48 pm
דורך לעמאן דזשוס
Menash, How about in an e-book edition on kindle?
Or Softcover?!
גוטע נייעס
נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2013 6:31 pm
דורך מנשה לוסטיג
עס קומט א אינטערוויו אויף קול מבשר מיט הרב דרעזנער שליט''א, וועגן דעם ביכל און ארום.
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:50 pm
דורך דולה ומשקה
דער איז גענצליך משוגע געווארען, משוגע לאותו דבר.
דער ווארט מנשה ליסטיג איז שוין נישט לוסטיג בבחינת תענוג תמידי.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:30 am
דורך מנשה לוסטיג
אויב איר האַסט מיר, דארפט איר צו רופן! 718 362 8800 דאן 1 נאכדעם 7
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 10:29 am
דורך מנשה לוסטיג
היות, אז עטליכע גוטע לייט האבן מצליח געווען צו קאנווינסן געוויסע מוכרים אראפצונעמען מיין ביכל פון פאליצע, ממילא זייט מוחל און פאלאנגט עס צוריק. תודה
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 2:32 pm
דורך שמעקעדיג
בן תמליון האט געשריבן:שאול קליין פלעגט שרייבן א טאג בוך אין די צייטונג יארן ער איז געווען איינער און ליידער שרייבט ער שוין נישט.
ער הייבט צוריק אן!
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 2:49 pm
דורך זר זהב
אה גוט! דארף מען ארויסנעמען די אלטע פרעסקריבשען פאר די אנטי דיזי מעדיקעישען