בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 8:59 pm
דורך מוח שליט
היימישער ליטוואק האט געשריבן:מח - טא, א מיידל וועלכע איז שוין א בוגרת (12 1/2+) און נאכנישט קיין אשת איש, זי איז נישט ברשות פון איר טאטן און נישט פון א בעל. מעג יא דרייוון?
דאס גאנצע חינוך פין א מיידל איז הכנעה. דער עיקר מטרה אירע איז צו זיין אן אשת חיל נכנע תחת בעלה/אדונה.
געבן אינדיפענדענס איז היפך פין וואס מען וויל אז זי זאל אנקומען.
ומענין לענין, פארשטייט זיך אז מען האט אויסגעשטעלט אויך אוועקצונעמן איר אינדעפענדענס פין טראכטן. דאס ביסל וואס מענער האבען האט מען איר אויך צוגענומען. מען מאכט זיכער אז זי זאל נישט פארשטיין קיין איין ווארט לשון קודש. דאס איז מבהיל הרעיון. כ'האב געהערט אז אין סאטמער לערנט מען מיט די מיידלעך טייטש פין דאווענען דוקא א פאר ווערטער צוזאמען כדי דאס מיידל זאל קיינמאל נישט כאפען וואס די טייטש פין יעדע ווארט מיינט. אזוי אז זיי זאלען בלייבן אומוויסנד.
דאס ערשטע זאך ווען א אידישע מענטש טראכט אביסל, איז ארומצוקיקען אז עס איז דא אנדערע מהלכים אין אידישקייט גופא. נו צו דעם דארף מען דאך קענען ליינען אביסל לשון קודש. אין אז מען לאזט זיי דאס נישט וויסען האבען זיי די מעגליכקייט פאר א משהו אייגענארטיגע מחשבה. אלעס אלעס זאל זיין אזוי ווי דער מאן זאגט אין פארשטייט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:31 pm
דורך יאיר
מח שליט טוט אן אייזערנע דזשאב ארויסצוברענגען די הערליכקייט פון די חסידיש'ע צוגאנג צו די באשעפעניש וואס רופט זיך אויף די סייענטיפישע שפראך 'פרויען'. איך מיין אז ר' אבא חייא קען שוין רעטייערן. נאר עטליכע הערות:
נאך א פשט קען זיין. דרייווען איז א געוואלדיגע אינדעפענדענס. דאס איז היפך פין הכנעה. דאס ענין פין אשת איש איז אז זי איז נכנע אונטערן מאן אין זי געהער פארן מאן. א פרוי האט אסאך ענליכקייטן צו אן עבד. א אשה איז מחויב במצוות ווי אן עבד. ווי אויך כל מה שקנה אשה קנה בעלה. א טאטע פארקויפט זיין טאכטער אלס א שפחה. לויט געוויסע מאן דאמרים איז דאס געלט וואס דער טאטע באקומט פאר פארקויפען זיין טאכטער איז אויטאמאטיש אויך כסף קידושין.
מהאי טעמא זענען דא וואס פירן זיך אז מען איז נישט מקפיד אויב איינער איז מייעד א צווייטנס טאכטער מיט יחוד אונטער דריי שלעסער אפילו אן כסף קידושין, עס זענען דאך דא נאך וועגן ווי אזוי צו מקדש זיין א פרוי.
בד"וו, עס איז באקאנט אז סאטמערע מיידליך זענען די בעסטע סעקרעטערי'ס. ווייל זיי האבען אין זיך שטארק די מדה פין הכנעה. ווי מער 'מאדערען' מען איז אלץ מער שטעלט מען זיך אוועק פאר א יש.
און די שווארצע זענען די בעסטע באקסערס ווייל זיי האבן אין זיך די מדה פון התגבר כארי, און די איטאליענער זענען די בעסטע מאפיאנערן ווייל זיי האבן די הערליכע מדה פון הנהגה און ברודערשאפט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:47 pm
דורך דולה ומשקה
ציווישען דער באקאנטע דרשת תקנות פון האדמו"ר רבי ישראל האגער פון שיכון וויזשניץ שליט"א איז געוועהן אז פרויען טאר נישט דרייוון קיין אוטו. זעהט אויס אז יש דברים בגו אז א פרוי - עכ"פ לשיטת מהר"י האגער - זאל נישט דרייוון, ער האט נישט געזאגט קיין טעם, אבער ס'משמע געוועהן פון זיינע ווערטער איז עס איז אנטקעגן די גדרי הצניעות.
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:04 am
דורך געוואלד געשריגן
דולה ומשקה האט געשריבן:ציווישען דער באקאנטע דרשת תקנות פון האדמו"ר רבי ישראל האגער פון שיכון וויזשניץ שליט"א איז געוועהן אז פרויען טאר נישט דרייוון קיין אוטו. זעהט אויס אז יש דברים בגו אז א פרוי - עכ"פ לשיטת מהר"י האגער - זאל נישט דרייוון, ער האט נישט געזאגט קיין טעם, אבער ס'משמע געוועהן פון זיינע ווערטער איז עס איז אנטקעגן די גדרי הצניעות.
no reason or halachic source. I would venture to say it's mainly because driving is too much power....
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:16 am
דורך רבות מחשבות
מוח שליט טענה'ט אז דרייוון א געוואלדיגע אינדעפענדעס, אין די היפך פון הכנעה.
רובא דרובא פון רבישע אייניקלעך, און סתם אזוי אינגעלייט וואס האלטן זיך פאר שיינע אידן, אדער האלטן אן אויג אויפן טיטל שיינע איד, דרייוון נישט, און ווערן גאר באליידיגט אויב מען פרעגט זיי צו זיי דרייוון.
לעומת זה, 98 פראצענט פון די אויבנדערמאנטע קאטעגאריעס, האבן נישט קיין שייכות מיט הכנעה, חוץ ווען זיי זענען די צו וועמען מען איז זיך מכניע.
נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 2:01 am
דורך [NAMELESS]
פארוואס טאקע איז אזוי אז די אלע אזעלכע געריפענע שיינע אידן דרייוון נישט? לכאורה נאכן קריג האט מען יא געדרייווט, וואס האט פאסירט? ווער איז אויפגעקומען אז מ׳טאר נישט?
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 1:08 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:זיי ווייסן אליינס נישט, די סיבה וואס זיי געבן אן איז כל כבודה בת מלך פנימה, און ס'איז זייער אויפרייסעריש אז א פרוי דרייווט, איי די אלטערנאטיוו איז גייען אין גאס אדער נוצן פובליק טראנספארטאציע וואס איז פיל ווייניגער "פנימה" ווי זיצן אין א פארמאכטע אוהל זרוק איינגעקעסטעלט אין האלב פארטינטעטע שויבן? נישקשה, די הלכות געבויעט אויף כל כבודה דארף נישט שטימען מיט לאגיק.
יעדע זאך וואס די (פאלשע) רבנים ווילן אסר'ן דארף נישט שטימען מיט לאגיק.
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 1:11 am
דורך berlbalaguleh
רבות מחשבות האט געשריבן:מוח שליט טענה'ט אז דרייוון א געוואלדיגע אינדעפענדעס, אין די היפך פון הכנעה.
רובא דרובא פון רבישע אייניקלעך, און סתם אזוי אינגעלייט וואס האלטן זיך פאר שיינע אידן, אדער האלטן אן אויג אויפן טיטל שיינע איד, דרייוון נישט, און ווערן גאר באליידיגט אויב מען פרעגט זיי צו זיי דרייוון.
לעומת זה, 98 פראצענט פון די אויבנדערמאנטע קאטעגאריעס, האבן נישט קיין שייכות מיט הכנעה, חוץ ווען זיי זענען די צו וועמען מען איז זיך מכניע.
נאר די זעלבע "שיינע אידן" וואס הס מלהזכיר, דרייוון נישט ,שעמען זיך נישט צו מאכן א דריידל מיט די---- אדער מיט א חבר.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:46 am
דורך אפטעמיסט
עס איז מיר א פלא אז מען באהאנדעלט דעם נושא ווי כאילו סאיז דא עפעס א פארשטענדליכע סיבה וואס פארבאט פרויען צו דרייווען.
ווען א גוי זאל פרעגן פארוואס פרויען דרייווען נישט אין די חרידישע וועלט וואלט איך פארשטאנען זיין וואונדער. אבער אונז? זאג, איינער פארשטייט טאקע נישט??? דער סיסטעם, ווי מען רופט עס, מאכט זיכער צו טוען אלס מעגליך מצליח צו זיין אויפצושטעלען א דור פון טיפושים, פארנאטישע און פרימיטיווע מאראנס. פונקט ווי אין די אראבישע לענדער, לדוגמא סאודיע אראביע, זענען פרויען פארבאטן צו דרייווען, און פארוואס? פשוט כדי נישט צו לאזן די פרויען אויפוואקסן און זיין מענטשן צווישען מענטשן. גענוי די זעלבע איז דא ביי אונז. די וואס שטייען אונטער דעם פארבאט זענען פאנאטישע מצומצומים וואס האבן א פארדרייטע איסלאמיש-אידישע השקפה און האבן אן אינטרעס צו פארמאכן אונזערע ווייבער און ראדקלאזירן אונזערע דורות. איך מיין אז סאיז זייער פשוט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:54 am
דורך געפילטע פיש
אט האט איר א יונגעמאן פון סאודיע אראביע רעדט זיך אפ אויפן מצב.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=aZMbTFNp4wI[/youtube]
א פאראדיע אויפן באקאנטן זמר'ל No woman no cry.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:58 pm
דורך שמעקעדיג
אפטעמיסט האט געשריבן:פונקט ווי אין די אראבישע לענדער, לדוגמא סאודיע אראביע, זענען פרויען פארבאטן צו דרייווען, און פארוואס? פשוט כדי נישט צו לאזן די פרויען אויפוואקסן און זיין מענטשן צווישען מענטשן.
געפילטע פיש האט געשריבן:אט האט איר א יונגעמאן פון סאודיע אראביע רעדט זיך אפ אויפן מצב.
Saudi_Arabia.jpg
ואנן, מה נענה אבתרייהו.... ווען וועלן מיר זיך אויפוועקן פון שלאף?#דער וועקער וועקט
.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 5:55 pm
דורך נעגעל וואסער
שמעקעדיג האט מיר אויסגעכאפט.
פונקט פאריגע וואך האב איך זיך ג'טענה'ט מיט איינעם וואס די איסור איז וכו', די איינציגסטע זאך וואס יענער האט געהאט צו זאגן איז אז זעהסט דאך אז ס'איז אן ענין פון צניעות והא ראיה אין סאודי אראביע איז עס נאך אסור... וואס גייט ער יעצט זאגן...?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 6:14 pm
דורך שמעקעדיג
נעגעל וואסער האט געשריבן:זעהסט דאך אז ס'איז אן ענין פון צניעות והא ראיה אין סאודי אראביע איז עס נאך אסור...
אויך מיר א באווייז!....
דארט האקט מען אויך הענט ווען איינער גנב'עט, אפשר איז דאס אויך אן ענין פון צניעות?
עס איז אלעס א ענין פון מענטשן רעכט.
Re: פרויען דרייווען
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 6:46 pm
דורך נעגעל וואסער
תכלית, כפי מיטב שמיעתי איז הרב פאלק פון געיטסהעד דער איינציגסטע וואס איז מבאר דעם איסור פארוואס בנות ישראל החמירו על עצמן.
איינער ווייסט וואס ער שרייבט? ווי קעמען דאס ליינען?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך געדענק נישט ער זאל רעדען דערפון. בכל אופן, זיין מקורות צו זיין צניעות ספר זענען גאר שוואך. קומט נישט צו צו דער מחזה אליהו זיינער.
מ׳דערציילט אין לעיקוואד אז א מאן האט אמאל געפיהרט זיין קאר ווי א חיה, און ער האט פאראורזאכט א קליינע קראך מיט א פרוי\מיידעל. האט זי איהם אנגעשריגען "יבא יום, און דו וועסט איינעם הרגנ׳ן, און מ׳עט מאכען גרויסע אסיפות אז מ׳דארף זיך מתחזק זיין אין צניעות! הער שוין אויף דרייווען אזוי!"
הרב וואזנער שרייבט אז די סיבה איז ווייל זיי קענען נישט.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 10:18 pm
דורך תנחום
דא איז א לענגערע שמועס אין אוצר פורום
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 5:33 pm
דורך יעקב מענטש
געוואלד געשריגן האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:ציווישען דער באקאנטע דרשת תקנות פון האדמו"ר רבי ישראל האגער פון שיכון וויזשניץ שליט"א איז געוועהן אז פרויען טאר נישט דרייוון קיין אוטו. זעהט אויס אז יש דברים בגו אז א פרוי - עכ"פ לשיטת מהר"י האגער - זאל נישט דרייוון, ער האט נישט געזאגט קיין טעם, אבער ס'משמע געוועהן פון זיינע ווערטער איז עס איז אנטקעגן די גדרי הצניעות.
no reason or halachic source. I would venture to say it's mainly because driving is too much power....
איז דא נאך איינער וואס אידענטיפיצירט זיך מיט דעם אז די חרידים האבן עפעס א אישו מיט 'פאוער' פאר פרויען?
אלץ חרידי איז דאס זייער פרעמד פאר מיר
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 5:50 pm
דורך [NAMELESS]
נו טאקע נישט, פרעג יעדער חסידישע אינגערמאן צו זיין ווייב האט די 'פאוער' אויף עם. קיינער גייט דיר נישט זאגן אז יא...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 10:03 pm
דורך נעגעל וואסער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך געדענק נישט ער זאל רעדען דער
פון. בכל אופן, זיין מקורות צו זיין צניעות ספר זענען גאר שוואך. קומט נישט צו צו דער מחזה אליהו זיינער.
מ׳דערציילט אין לעיקוואד אז א מאן האט אמאל געפיהרט זיין קאר ווי א חיה, און ער האט פאראורזאכט א קליינע קראך מיט א פרוי\מיידעל. האט זי איהם אנגעשריגען "יבא יום, און דו וועסט איינעם הרגנ׳ן, און מ׳עט מאכען גרויסע אסיפות אז מ׳דארף זיך מתחזק זיין אין צניעות! הער שוין אויף דרייווען אזוי!"
הרב וואזנער שרייבט אז די סיבה איז ווייל זיי קענען נישט.
די אינטיריאר מיניסטער פון סאודי אראביע האט מודיע געווען אז דורך די פרויען דרייווערס וועט פארמינערט ווערן פאטאלע עקסידענדטס אין א לאנד וואס האט כרגע דאס מערסטע פאטאלע עקסידענטן פון די וועלט.
נו, גיי לערן מיט א מיניסטער א תשובה אין שבט הלוי...
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:31 am
דורך מרדכי ישראל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב וואזנער שרייבט אז די סבה איז ווייל זיי קענען נישט.
אוודאי קענען זיי נישט זיי דארפן קודם גיין צי דרייווינג לעסאנס
Re: פרויען דרייווען
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 4:35 pm
דורך אונטער חכם
מוח שליט האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:מח - טא, א מיידל וועלכע איז שוין א בוגרת (12 1/2+) און נאכנישט קיין אשת איש, זי איז נישט ברשות פון איר טאטן און נישט פון א בעל. מעג יא דרייוון?
דאס גאנצע חינוך פין א מיידל איז הכנעה. דער עיקר מטרה אירע איז צו זיין אן אשת חיל נכנע תחת בעלה/אדונה.
געבן אינדיפענדענס איז היפך פין וואס מען וויל אז זי זאל אנקומען.
ומענין לענין, פארשטייט זיך אז מען האט אויסגעשטעלט אויך אוועקצונעמן איר אינדעפענדענס פין טראכטן. דאס ביסל וואס מענער האבען האט מען איר אויך צוגענומען. מען מאכט זיכער אז זי זאל נישט פארשטיין קיין איין ווארט לשון קודש. דאס איז מבהיל הרעיון. כ'האב געהערט אז אין סאטמער לערנט מען מיט די מיידלעך טייטש פין דאווענען דוקא א פאר ווערטער צוזאמען כדי דאס מיידל זאל קיינמאל נישט כאפען וואס די טייטש פין יעדע ווארט מיינט. אזוי אז זיי זאלען בלייבן אומוויסנד.
דאס ערשטע זאך ווען א אידישע מענטש טראכט אביסל, איז ארומצוקיקען אז עס איז דא אנדערע מהלכים אין אידישקייט גופא. נו צו דעם דארף מען דאך קענען ליינען אביסל לשון קודש. אין אז מען לאזט זיי דאס נישט וויסען האבען זיי די מעגליכקייט פאר א משהו אייגענארטיגע מחשבה. אלעס אלעס זאל זיין אזוי ווי דער מאן זאגט אין פארשטייט.
אפטעמיסט האט געשריבן:עס איז מיר א פלא אז מען באהאנדעלט דעם נושא ווי כאילו סאיז דא עפעס א פארשטענדליכע סיבה וואס פארבאט פרויען צו דרייווען.
ווען א גוי זאל פרעגן פארוואס פרויען דרייווען נישט אין די חרידישע וועלט וואלט איך פארשטאנען זיין וואונדער. אבער אונז? זאג, איינער פארשטייט טאקע נישט??? דער סיסטעם, ווי מען רופט עס, מאכט זיכער צו טוען אלס מעגליך מצליח צו זיין אויפצושטעלען א דור פון טיפושים, פארנאטישע און פרימיטיווע מאראנס. פונקט ווי אין די אראבישע לענדער, לדוגמא סאודיע אראביע, זענען פרויען פארבאטן צו דרייווען, און פארוואס? פשוט כדי נישט צו לאזן די פרויען אויפוואקסן און זיין מענטשן צווישען מענטשן. גענוי די זעלבע איז דא ביי אונז. די וואס שטייען אונטער דעם פארבאט זענען פאנאטישע מצומצומים וואס האבן א פארדרייטע איסלאמיש-אידישע השקפה און האבן אן אינטרעס צו פארמאכן אונזערע ווייבער און ראדקלאזירן אונזערע דורות. איך מיין אז סאיז זייער פשוט.
עס געפעלט מיר די אלע זקני ציון סטייל קאנספיראציע טעאריעס דא , אין וועלכן בעיסמענט איז מען זיך צוזאמגעקומען אויספלאנען וויאזוי אונז צו מאכן פאר בהמות און אונזערע ווייבער פאר קנעכט?
איך זאג נישט אז עס מוז זיין אז עס איז דא א געהעריגע סיבה דערצו , עס קען זיין אז עס האט פשוט צוביסלעך עוואלווד אין אזא איסור, אבער עס אראפצולייגן ווי עפעס אן אויסגערעכנטע קאנספיראציע אונטערצודריקן פרויען איז נאריש.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 7:36 pm
דורך ברוך שפינוזה
געפילטע פיש האט געשריבן:אט האט איר א יונגעמאן פון סאודיע אראביע רעדט זיך אפ אויפן מצב.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=aZMbTFNp4wI[/youtube]
א פאראדיע אויפן באקאנטן זמר'ל No woman no cry.
ווער ס'וויל עס קוקן זאל שנעל אריינכאפן, פאר מ'וועט עס אסר'ן אזויווי מ'האט געאסר'ט די ספירה טעיפס...
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 7:41 pm
דורך ברוך שפינוזה
אונטער חכם האט געשריבן:עס געפעלט מיר די אלע זקני ציון סטייל קאנספיראציע טעאריעס דא , אין וועלכן בעיסמענט איז מען זיך צוזאמגעקומען אויספלאנען וויאזוי אונז צו מאכן פאר בהמות און אונזערע ווייבער פאר קנעכט?
איך זאג נישט אז עס מוז זיין אז עס איז דא א געהעריגע סיבה דערצו , עס קען זיין אז עס האט פשוט צוביסלעך עוואלווד אין אזא איסור, אבער עס אראפצולייגן ווי עפעס אן אויסגערעכנטע קאנספיראציע אונטערצודריקן פרויען איז נאריש.
קיינער האט נישט געזאגט אז ס'געווען אן אסיפה, מ'האט נאר אויסגעשמועסט וואס ליגט פאר די אזויגערופענע רעבנים אין קאפ, וואס איז גורם זיי זאלן צוקומען צו אזעלכע החלטות.