בלאט 2 פון 4
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:04 pm
דורך גאלד
ווערייזן
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:14 pm
דורך ענן כבד
שכח פאר די אינפארמאציע, איך זיך טאקע א נאוי קאנטרעקט פלען אינטער ווערייזאן, מיין פריערדיגע אפציע איז געווען PagePlus אבער דאס זעהט אויס בעסער.
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:38 pm
דורך בן תמליון
יא איך גיי יעצט זוכן א PCS סטאר ביטע ווער עס ווייסט א סטאר מיט א גוטע דיל זאל שרייבן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:44 pm
דורך דעינעש
ענן כבד האט געשריבן:אינטער וועלכע נאטווארק זענען זיי?
MetroPCS
גאלד האט געשריבן:ווערייזן
דעינעש האט געשריבן:ידען האט געשריבן:וועלעכע קאמפאני זענען זיי? ספרינט?
ניצען ספרינט טאוערס.
נישט ? ! ?
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:47 pm
דורך גאלד
דער סעילסמאן פון metropcs וואס האט מיר פארקויפט מיין פלען האט מיר געזאגט אז זיי ניצן ווערייזן,
נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:51 pm
דורך שמעקעדיג
לויט ווי איך געדענק איז METRO PCS נישט אונטער ווערייזאן.
ווען יא וואלט דאך יעדער אהינגעלאפן, פאר אזא פרייז.
עמער נאכטשעקן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 7:50 am
דורך ידען
איך האב א פאר חברים וואס האבען מעטרא pcs און צוויי זענען זייער נישט העפי מיט עס. אפשר ווייל זיי האבען נישט א גוטע סעלפאן?
איך גיי מיך מער נאכפרעגען.
איך גלייב נישט אז סע ווערייזען.
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 12:19 pm
דורך דעינעש
שמעקעדיג האט געשריבן:לויט ווי איך געדענק איז METRO PCS נישט אונטער ווערייזאן.
..עמער נאכטשעקן.
ידען האט געשריבן:איך האב א פאר חברים וואס האבען מעטרא pcs און צוויי זענען זייער נישט העפי מיט עס. אפשר ווייל זיי האבען נישט א גוטע סעלפאן?
איך גיי מיך מער נאכפרעגען.
איך גלייב נישט אז סע ווערייזען.
וואס פאר א ענטפערס קענט איר מיטטיילן מיט'ן שטיבל?!? מיר ווארטן צו הערען פון אייך אויך בנושא זה.
ואגב. ווייסט איימיצער ענדגילטיג, אויב מ'קען ניצען א ספרינט פאון אנע סים קארד אויף מעטרא פיסיעס (למשל געלעקסי עס.טרי.) ?
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:09 pm
דורך Yiddish
איך מיין זאלסט ווארטן אויף BLACKBERRY10
נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:27 pm
דורך איך אויך
כאנישט געוואלט אריינרעדן ביז איצט אבער אז בן גייט זיך אריינלייגן דעם געזינטן קאפ אין א קראנקע בעט פיל איך א אחריות עם אפצוהאלטן.
איין זאך קען איך דיר זאגן: אז דו זעהסט א מעטרא פי.ס.עס. געשעפט לויף שנעל ווי ווייט אוועק דו קענסט, ואידך גיי פרעג ביי ידען'ס חברים בתוך שאר טויזענטע מעטרא אבגעבריטע (כאפ א שמועס מיט ר' גוגל בנושא metro pcs sucks אדער metro pcs horror stories) פון זייערע מכלומפערשע ביליגע דיעלס.
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 1:55 am
דורך הדד בן בדד
זייער א וויכטיגער אשכול. איך האב אויך ספרינט, און איך נוץ שוין דעם זעלבן סעלפאון פאר אסאך יארן, עפעס אן אלטער פאלם טעלעפאן, כ'ווייס ניטאמאל וויזוי עס הייסט. איך טראכט שוין א שטיק צייט צו טוישן. סאו קאמפאניס וויל איך טוישן צו ווערייזאן, ווייל עס הייסט אז זיי האבן די בעסטע סערוויס, און לגבי פרייזן זענען זיי אויך נישט אזויפיל טייערער ווי אנדערע. אבער לגבי טעלעפאנס בין איך אינגאנצן צומישט, איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן.
און ווי איך פארשטיי איז דא פיר אפשענס. בלעקבערי, אייפאון, ענדרויד, און דער מייקראסאפט טעלעפאון.
איך וויל בעטן דעם עולם מען זאל דא דיסקוסירן די פיר טעלעפאנען, וואס זענען זייערע מעלות און וואס זענען זייערע חסרונות. אפשר אזוי וועל איך קענען מאכן א שטיקל דעסישן וואס צו נעמען.
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 8:42 am
דורך בן תמליון
איך האב מיר איינגעהאנדלט א pcs פאן יעצט אלזא דאס איז די געשיכטע: קודם זיי האבן זייער אייגן נעטווארק און עס איז נאכנישט נעשאנווייד קאווערעדזש דא אין די סיטי איז פיין מער ווייניקער חאטש איך באגעגן טויטע פלעצער דא דארט האב איך ביי ספרינט אויך געהאט. איר מוזט נעמען זייער פאן פאר 50 נאך ריבעט האט איר א דיסענט ענדרויד איר האט אלעס אנלימיטעד פאר 35 פעמילי 40 סינגל דעטע ספיד איז אפשר שוואכער ווי אנדערע געדענקט אבער איר סיינט נישט קיין קאנטראקט איר קענט זיי איבערלאזן עני טיים אויב עס ארבעט נישט פאר איך.
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 10:13 pm
דורך נייגעריגער
ידען האט געשריבן:איך טראכט אז אפשר זאלעך נעמען א iphone אדער א android אדער זאלעך ווארטען אויף די blackberry10 ?
אף על פי וואס איך האב קיין בלעקבערי קיינמאל געהאט, איך גיי פייער פארן ענדרויד! וואלט איך דיר געראטן צו ווארטן אויפן ביבי10 זעהן וואס ס'זאגט.
איך האב יעצט געזעהן צוויי קליפס פון ביבי10 אנקעגן אייפאון5, וואס זאל איך דיר זאגן: די בלעקבערי איז א הערליכע האט דעזיין כמעט ווי דער אייפאון אבער אין מיין אפיניען נאך אפילו מיט א שמוץ אריבער, דער בלעקבערי פאקט איין דעם אייפאון אין שנעלקייט, און נאך אסאך אסאך מעלות שונות.
לגבי דעם פראבלעם אז די דעוועלאפער'ס ווארפן עס שוין אוועק, דאס ווענדט זיך אינעם הצלחה פונעם ביבי10, אויב עס וועט זיין מאסיוו וועלן זיי זיך אלע שנעל צוריקקערן.
עניוועי דארף מען שוין נישט לאנג ווארטן, מחר יהי'ה האות הזה, יאנוער דעם דרייסיגסטן איז דער לאנג ערווארטערטע טאג וואס וועט מעגליך אביסל צוריקברענגן די זעלבסט ווירדע פון די בלעקבערי פענס, אדער וועט עס לייגן די ענגילטיגע מצבה אויף בלעקבערי!!!
מעטרא פי.סי.עס.
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:20 am
דורך נייגעריגער
בנוגע מעטרא פי.סי.עס., איינער שרייט כאפ עס ס'צווייטער שרייט דראפ עס, העל איך שרייבן מיין עקספיריענס מיט זיי:
איך וואוין אינעם הארץ פונעם היימישן מאנסי, איך פלעג האבן אן ענדרויד מיט באאסט מאוביל סערוויס, זיי זענען אינטער ספרינט'ס נעטווארק, און האבן דא אין מיין געגענד "צופרידנשטעלענדע" סערוויס [אמאל האב איך געזאגט "גוטע"], און ווידער די פרייז וואס איז פריפעיד איז געווען א גוטער פאר פינעף און פופציג אנלימיטעד טאלק טעקסט און דעטא [און אויב מ' אלט שיין אינצייט גייט עס יעדע זעקס פעימינטס אראפ א פינעווער ביז פינעף און דרייסיג א חודש], אבער כ'האב מחליט געווען אז איך קען מער נישט מיט זיי ווייל זייער פאון סעלעקשאן איז גאנץ א קנאפער און רעכענט נישט אריין די גאר לעצטיגע מאדעלן.
האבעך מיך ארויסגעלאזט אויף יאגד זוכען א נייע פירמע וואס זאל האבן דעם זכי' צוצושטעלן סערוויס פאר מיר. וויירייזאן איז גלייך אראפ פון טיש על אף זיי זענען די בעסטע און האבן טאקע ס'בעסטע רעיטינגס זענען זיי אבער גאר גאר טייער נישט האבענדיג אזא זאך ווי אנלימיטעד בכלל אזוי אז מ'מוז צוקויפן נאך דעטא צום פלען. ווייטער ספרינט האט דאך נישט קיין פריפעיד [זייער פריפעיד איז באאסט מאוביל וכדו']…
ביז כ'האב געטראפן ס'אוצר אינטערן נאמען מעטרא פי.סי.עס., זיי האבן די מערסט אפטודעיט פאון מאדעלן [אריינגערעכט דעם פאפולערן געלעקסי עס3], און עס איז אלעס פריפעיד פלענער פאר זעכציג טאלער באקומסטו אנלימיטעד טאלק און טעקסט מיט אנלימיטעד 4דזשי דעטא, און פאר פופציג און פערציג באקומסטו אנלימיטעד טאלק און טעקסט מיט 3דזשי דעטא בנוסף צו א סכום פון 4דזשי [וואס אסאך מענטשן נוצן במילא נישט מער ווי דעם סכום, איך נוץ יא מער ווייל איך נוץ די מאוביל אינטערנעט פאר מיין קאמפיוטער אויכעט].
האב איך מחליט געווען [אפשר טאקע געווען אן איבערגעאיילטע החלטה אן זיך געהעריג נאכפרעגן וועגן די שטארקייט פון זייער סערוויס, אבער ב"ה ס'געלונגען!] אז איך נעם מעטרא, אזוי זוכענדיג א פאון פאר זייער סערוויס האב'ך אריינגעפאלן אגב אין זייער זייטל און כ'האב געזען דארט א ספעציעלע פראמאושן פאר אפאר מאדעלן, איינער פון די א LG Motion 4g Lte וואס האט אויסגעקוקט א געוואלדיגע טעלעפאן פארן בלויזן פרייז פון פופציג דאלער נאכן מעיל אין ריבעיט פון פופציג דאלער.
כך הוה כ'האב עס געקויפט און עקטיוועיטעד, וואס זאל איך ענק זאגן: צופרידן איז אפילו נישט א פראצענט פונעם ווארט, זייער 4דזשי על.טי.אי. סערוויס פארט אזוי שנעל [מ'ווערט ממש די זי], אזא פיר פינעף מאל אזוי שנעל ווי באאסט'ס 3דזשי [כלומר ספרינט, ווייל זיי ניצן דאך ספרינט נעטווארק], די מאושען איז אויכעט סתם אזוי גאר א גוטע טעלעפאן [אוודאי און או ודאי קומענדיג פון באאסט'ס נארישע געלעקסי פריוועיל], מיט איר פינעף גיגא בייטס אינטערנעל מעמארי, און ענדרויד אייס קרים סענדוויטש [כ'וועל נישט זאגן ס'איז א געלעקסי עס3, אבער ס'איז גוט....].
און פאר די וואס האבן געזאגט אז מ'זאל זוכען אויפן געוועב "מעטרא סאקס" כדי צו זעהן די קאמפלעינטס וואס די עולם פאלט אריין [איז קודם כל זענען גאר אסאך פון דעם אז מ'באקומט נישט די ריבעיט געלטער, וואס עם כל זה האט מען נאכאלץ גאנץ א שיינע דיעל פאר הונדערט דאלער א הונדערט פופציג דאלער'דיגע פאון, אבער אפילו אלימלי ס'איז מלא קאמפלעינטס...] זאל יענער זיין אזוי גוט און אריינקלאפן סיי וועלכע קאמפאני נאמען [זאל עס זיין ספרינט, בלעקבערי, עפל, און אפילו וויירייזאן] פארן ווארט "סאקס" און ער וועט נישט זעהן צוסאך ווייניגער ריפארטס....
ע"כ דברי הכותב מכאן ואילך ילכו ויתיעצו מיט די מומחים און חכמים!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז ששון ושמחה. ספרינט LTE ווערט מער צעשפרייט. אט האב איך עס היינט אינדערפרי געכאפט אין בארא פארק!!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 5:29 pm
דורך שמעקעדיג
זעהט א חילוק אין ספיד?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 5:37 pm
דורך לעמיל
וואס איז ספרינט LTE? שנעלערע אינטערנט?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 6:00 pm
דורך שמעקעדיג
LTE בכלל, לאו דוקא ספרינט, איז איבער 10 מאל שנעלער.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 6:05 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:זעהט א חילוק אין ספיד?
יא, ס'איז שנעלער. (איינער האט מיר אבער געזאגט אז ביי אים איז עס נישט שנעלער).
יעצט זעה איך אז אין ווילימסבורג האב איך שוין אויך LTE
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 6:06 pm
דורך לעמיל
עס דארף עס אליינס צו כאפען אדער עס איז א סעטינג?
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 11:53 am
דורך ידען
איך שעמעך אז כאב נאך אלץ די ביבי אבער יעצט האט מיך א חבר געטראפען און זאגט אז ער האט כמעט א נייע געלעקסי 3 וואס ער קען מיך פארקויפען פאר ווייניגער ווי 300 דאלער.
סע איז אויף ספרינט.
סע האט א מעלה אז וועל נישט זיין אויף א נייע קאנטרעקט און וועל קענען שנעלער קויפען א אנדערע סעל אויב עפעס געשעט צו דעם. אבער אפשר זאלעך יא ווארטען אויף די נייע סעל וואס זיידעטשקע האט פריער געשריבען א אשכול אויף?
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:32 pm
דורך נייגעריגער
איך וואלט דיר נישט געראטן צו ווארטן פאר יענץ!
רעד דיר נישט איין אז ביי S4 שטעלט זיך עס אפ, סעמסאנג רוהט בכלל נישט, און אויף נעקסטע יאר [עה! וואס נעקסטע יאר אין קאפ אריין? ס'פארט אסאך שנעלער פון דעם] קומט שוין זיכער ארויס נאך מאדעלן בעסערע און ערגערע, איז במילא וועגן דעם זאלסטו קיינמאל גארנישט קויפן?!
האסט א גוטע דיעל יעצט אויפן S3, איז כאפ עס און געגאנגן....
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:39 pm
דורך ידען
ער בעהט כמעט 300 איך וועל טרייען צו בעטען נאך ווייניגער,אבער אפשר איז שוין טאקע די בעסטע פרייז אזוי ווי ער זאגט?