מוח שליט האט געשריבן:לדעתי, לדעתי וואלט איך געבעטען אז מען זאל נישט שרייבען A community called Weberman. עס זענען דאך דא אסאך מענטשען מבית, און גאר אסאך בחוץ, וואס זענען יא נוטה להאמין באשמו. טא פארוואס אוועקשטעלען דעם קאמיוניטי אין אזא ליכט? לאז אפ קאווע שטיבעל אדער איי וועלט, איז דען נישט דא אויפען גאס גענוג מענטשען וואס זענען גארנישט אזוי זיכער אין זיין אומשולד? עטץ האט אן אפיניאן, ביי אלל מיענס, זאגטס עס, שרייבט עס. אבער לאזט דעם קאממיונעטי געמאכט. אז עטץ קענט איבערצייגען זיין אומשולד דארפט עטץ דאך נישט רעדען אין נאמען פין סיי וועם, אין אויב קענט עטץ נישט איבערצייגען, איז דאך סאך בעסער אז די דרויסענדע וועלט האלט נישט אז מיר פראטעקטען מאלעסטערס [לדעתם].
איך זע אז דו פארשטייסט נישט וועל דיר עס מסביר זיין,
די אלע וואס העלפן נחמי, די אלע וואס ווילען יא אויפציען און נוי יארק ערליכע אידישע קינדער, די אלע וואס ווילען יא זען ערליכע בעלי בתים, די אלע וואס ווילען יא פאלגן רבנים, די אלע וואס ווילע יא פאלגן מנהגים מדורי דורות, די אלע וואס האבן נישט איבערגעלאזט דעם באשעפער אפילו שטייענדיג פאר אזא הסתר פנים, און די אלע וואס ווילען אליינס זיין ערליך, זענענן דיר און די אלע העצערס נישט גורס אלץ חלק פון די קאמיונטי נישט צום גיטען און נישט צום שלעכטן.
קיינער פון די ערליכע אידן זענענן נישט אינטערסירט אז די אלע העצער און שונאי ישראל זאלן זיך אינדעפעצירן אלץ חלק פון וומסב״ג קאמיונטי, קיינער פון די ערליכע אידן זענענן נישט אינטערסירט אז די אלע העצער זאלן אריינקימען און אונזערע בתי מדרשים און שיקען די קינדער און אונזערע בתי חינוך, יעדער וועט זיין העכסט צופרידען אז עטץ וועטץ נעמען אלע טענות און מופן דערמיט דאון סאוט, קייינער וועט נישט צוריק קוקען און האבן קיין טענות.
עס איז מאדענע ביז גאר אז נאכען הערן די אלע טענות קען די אידן יראים ושלמים בלייבן זיי נאך אלץ דא ווי מען איז העכסט נישט צופרידען און די לעבן איז די טייערעסטע פון גאנץ אמעריקע.
יא אמת, די אלע וואס האבן פיינט ערליכע אידן האבן אויף די מינוט געהויבן דאס ליידיגע קעפעלע און איינגעזעצט א קדוש און תפיסה, אבער כלל ישראל וועט עס נישט משנה זיין, גרעסערע פון אים זענענן שוין געזיצען און מען האט נישט געדראפט השי״ת דערפאר, די שווערע צייטען וועט אדורוך גיין איינמאל עס וועט אינטער קומען בעסערע נייעס, כלל ישראל האט שוין מיטגעלעבט ערגערע אנטיסעמעטישע אטאקעס און מען איז אנגעגאנגן.
עס איז דא און וומסב״ג איין גרויסע קאמיונטי געטריי צו השי״ת ותרתו און זיי וועלן טיען ווי אזוי עס איז בעסט פאר זייערע אינטערסן, אפגעזען וואס עס איז די אינטערסן פון די ליידיגע קעפ און אינהאלטס לאזיגע מענטשן, אמת די חברה וועלן ווייטער פארפירען און סטראשען אזוי דוד המלך האט שוין געזאגט משנאיך נשאו ראש, אבער א ווי אייביג וועט די אמת וועט זיגען.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.