בלאט 2 פון 4
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 9:27 pm
דורך berlbalaguleh
יאנקל האט געשריבן:יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:http://www.acommunitycalledweberman.com/default.html
אויב דו וואלסט מיך געפרעגט (יא, איך ווייס אז דו פרעגסט מיך נישט), וואלט איך דיר גע'עצה'ט צו נידערן דעם טאָן, און צו געבן דעם טעקסט פאר א פראפעסיאנאלן שרייבער איבערצוארבעטן. דער וועג וויאזוי עס קוקט יעצט אויס, מיט שרייענדער חסידישער רעטאריק און גראבע גרייזן, וועט מען שאדן מאכן ווי אויפטון.
ניין. יאנקל. איך בין נישט מסכים מיט דיר. די "רעטאריק" איז פיין. די ספעללינג קען נוצן אביסל הגהה. דא איז דאך באגאנגען געווארן אזא עוולה נוראה לעיני השמש. ס'איז אומגלויבבאר אז אין די יונייטעד סטעיטס אין יאר 2012/13 זאל קענען פארקומען אזוי א פארקרומונג פון יוסטיץ, יושר און גערעכטיגקייט וואס שטייט גארנישט אונטער פון אלע עלילות דם פן אלע יארן ווי דער דרייפוס פראצעס אדער דער בילבול אויף מענדל בייליס אין צארישן רוסלאנד אדער דער בלוט בילבול פון טיסא-עסלאר אין אונגארן. צו נעמען די אמעריקאנער קאנסטיטוציע און אפווישן איר. אלעס מיט די צשטימונג און מוטיגונג פון די פרעסס. און והעולה על כולנה. ס'איז דא נאאיווע יודעלעך וואס טאנצן צו דעם מה יפית טאנץ. פון די רשעים רעדט מען נישט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 9:48 pm
דורך געוואלד געשריגן
berlbalaguleh האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:לאל יואליש, איך האב געטראכט די זעלבע, Lost in tranlation?
I just want to make it crystal clear that my goal here is not to bash the “so called” victim in the case
סתירה?
ניין. אויב ס'ווערט געליינט פאר זיך אליין, איז דאס טאקע אינטרעסאנטע לשונות. אבער אין קאנטעקסט (המשך) פון'ם גאנצן מאמר איז עס זייער פארשטענדליך. איין זאך איז זיכער. אויף די וערטער קען מען נישט זאגן אז דאס זענען "מילי דלא משתמעין לתרי אנפין".
Alleged is ambiguous, so-called is negative (especially when put into quotations). Therein lies the contradiction.
קאווער...
נשלח: דינסטאג יאנואר 29, 2013 10:34 pm
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
גענימען פון איי וועלט.
Coming Soon.
ווי אויך די וועבסייט.
Www.acommunitycalledweberman.comווי נאר עס וועט זיין די ארטיקל אויף איי וועלט וועל איך דאס ברענגען.
אדער קענט איר אהינגיין.
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:15 am
דורך טעפל
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:גענימען פון איי וועלט.
Coming Soon.
ווי אויך די וועבסייט.
http://Www.acommunitycalledweberman.comווי נאר עס וועט זיין די ארטיקל אויף איי וועלט וועל איך דאס ברענגען.
אדער קענט איר אהינגיין.
לינק פליז..
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 1:37 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלד געשריגן האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:לאל יואליש, איך האב געטראכט די זעלבע, Lost in tranlation?
I just want to make it crystal clear that my goal here is not to bash the “so called” victim in the case
סתירה?
ניין. אויב ס'ווערט געליינט פאר זיך אליין, איז דאס טאקע אינטרעסאנטע לשונות. אבער אין קאנטעקסט (המשך) פון'ם גאנצן מאמר איז עס זייער פארשטענדליך. איין זאך איז זיכער. אויף די וערטער קען מען נישט זאגן אז דאס זענען "מילי דלא משתמעין לתרי אנפין".
Alleged is ambiguous, so-called is negative (especially when put into quotations). Therein lies the contradiction.
I personally would put "Victim" in quotation marks, when referring to the so called, alleged victim/accuser.
ענטפער צו יאנקל
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 1:56 pm
דורך berlbalaguleh
איך בין בדרך כלל אויך א קעגנער פון ליידיגע רעטאריק. אבער אין דעם פאל (פון וועבערמאן) איז פאראן א היסטעריע געטריבן דורך די סענזאציע-זוכנדע מידיא. נישט דווקא אנטיסעמיטיזם. וואס האט גורם געווען אז דער משפט זאל געפיהרט ווערן זייער איינזייטיג. אוועקקוקנדיג די אלע רעכטן פון באשולדיגטן, וועלכע די אמעריקאנער קאנסטיטוציע גאראנטירט. ס'איז גארנישט צו פארגלייכן צו דעם פאל אין טעקסאס, וואו די רעגירונג'ס אויספארשער קענען העכסטנס באשולדיגט ווערן אין נאכלעסיגקייט און אומוויסן.
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:06 pm
דורך קאווע טרינקער
די חברה פון די סייט זאלן וויסען אז דער קומענדיגער וואס מ'גייט חושד(?) זיין אין ענדליך צו דעם, וועט באקומען נאך 200 יאר, א דאנק דעם סייט.
I don't care
איך בין נישט מחנך מיידלעך. און מיין אחריות איז דאס אויך נישט.
ראו הזהרתם!
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:14 pm
דורך שמעקעדיג
גוט, קאווע... אבער מיטן געבן 103 יאר האט מען אלעס אפגע'הרג'עט! זעהסט?
וואס איז א חילוק צי מען גיט 103 צי 200 צו אכציג טויזענט יאר? ס'איז אלץ איינס!
דאס איז איינע פון די סיבות וואס איך בין אנטקעגן טיילן אזעלכע לאנגע איבערגעטריבענע שטראפן פאר נישט אזעלכע גרויסע עבירות, ווייל ווען דו דארפסט נאכדעם איינעם באמת באשטראפן פאר א ריכטיגע עוולה, אדער צו לערנען א געזונטער לעססאן, קענסטו שוין נאר געבן א משוגע'נע סכום פון יארן וואס מאכט נישט קיין סענס און איז א חוזק און ליצנות, א שטייגער ווי געבן פארן 70 יעריגן מעידאף 150 יאר... וכמו שהארכתי בזה באשכול "יוסטיץ און תפיסות אין אמעריקע", עיי"ש.
גענימען פון איי וועלט
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 7:45 pm
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
קודם כל וויל איך איבערבעטן פאר די פארשפעטיגונג פונעם ארטיקל.
מען ארבעט דערויף זייער שווער נאכאמאל און נאכאמאל, יעדעס ווארט ווערט געמאסטן אז עס זאל שטימען מיט די פאקטען אויף הונדערט און איין פראצענט.
עס איז בכלל נישט קיין גרינגע ארבייט און יעדע פארעגראף נעמט שעות על גבי שעות זיכער צו מאכן אז עס איז אינטערסאנט אינפארמעטיוו און צום וויכטיגסטען אמת און וואר.
און די זעלבע צייט ווילן מיר ח״ו נישט שאדן מאכן און קיין שום וועג ח״ו דעם ווייטערדיגען פראצעדור צו אהיים ברענגען הרה״ח ר׳ נחמי צו זיין בענקידיגע קינדערלעך, דארפן מיר זיך לעגאל באראטען מיט עקספערטן אויף יעדע ווארט וואס ווערט דערמאנט דארט.
צו זאגן אז עס גייט אריין כוחות למעלה מן המשוער איז א פעסטן אנדערסטעיטמענט, עס זיצן אידן וואס האבן ביזנעסער אדער זענען ארבייטער וואס רייסן אוועק פון זייער צייט און געלט צו זעהן אז עס זאל זיין א דבר השלום אויף 1000%.
לגבי ענגליש און גרעמער. ענגליש איז א ריזיגע שפראך (די גרעסטע שפראך גאר, דאכט זיך מיר) און יעדע ווארט אדער סענטענטס קען געזאגט ווערן צענדליגער וועגן, ווען איינער א געניטער ענגלישער שרייבער וועט שרייבן א גיטן פאום אדער ארטיקל און ענגליש און איר וועט עס ווייזן פאר א אנדערער שרייבער, וועט איר פילע מאל הערן פונעם צווייטן צענדליגער זאכן וואס ער וואלט אנדערש אויסגעלייגט און געשריבן.
ספעילינג פארשטייט זיך מאכן מיר זיכער אז עס איז ריין אן א טעות און אזוי אויך גרעמער,אינטערסאנקייט,און תוכן.
אבער אנדערע וועלן אייביק האבן וואס צו פארעכטן (און זיי וועלן באמת זיין גערעכט אויך)
מיר האבן ב״ה זייער שטארקע שרייבער היימישע אידן און נישט היימישע צוגלייך ווי אויך מענער און פרויען (צו שרייבן די חלק וואס אפלייעט און ווערט בעסער פארשטאנען פון א פרוי) און איך בין זיכער אז עס וועט אי״ה זיין א געלינגענע זאך וואס וועט בעזרת השם עושה רושם זיין.
ווען איך האב אפגעמאכט מיך אריינצולייגן און די נושה פילענדיג אז במקום שאין איש מיז איך אני הקטן אריינטרעטן האב איך אליינס נישט געוויסט וויפול ארבייט דא ליגט.
אבער איין זאך האב איך געוויסט! אז קריטיק (איך רעד נישט פון דא אויף אונזער וועלטל אדער היימישע קריטיק וואס איז קאנסטראקטיווע קריטיק וואס איז פונקט אזוי וויכטיג ווי קאמפלעמענטן) און סטראשונקעס, און טרעטס וועט נאכקומען סיי פון מענטשען במחנינו וואס זענען די ״אזוי געריפענע אויפגעקלערטע״ און סיי פון בקצה המחנה מענטשען וואס דאס בליט פון אן אנדערן איז ווייניגער ווערט ווי א חרס שנשבר, ווי אויך איז דא די בילבול׳ם חלק וואס ״מאנכע״ ניצען און אזא פאל וד״ל.
איך האב מיך ב״ה נישט אנטוישט זייער זייער מילד גערעדט, די העסליכע אימעילס אנגעפולט מיט האס האט נישט פארפעלט צו קומען און די סטראשערייען ווערן נאר מער און מער פון מינוט צו מינוט.
איך וויל באמת זייער קלאר שטעלן איך בין נישט קיין משפחה מיט וועבערמאן נישט קיין קרוב און נישט קיין נאנטער פריינט, ווי אויך בין איך נישט קיין וועטראן עסקן וואס טוט די זאכן יומו ימים (דער אייבישטער זאל זיי און וועט זיי זיכער בענטשען) איך האב אבער נישט געקענט זיצן טאג נאך טאג שעה נאך שעה און ציקוקן וואס עס קומט פאר מיט א פרווייטאגט הארץ און נאסע אויגן.
דערפאר מיט אלע געפארן (יא און פילען זון פון ווארט) האב איך באשלוסן אז איך מיז אריינטאנצען אינעם פראיעקט למען השם ותורתו למען כלל ישראל אנשים נשים וטף וכל בו, און א בחינה פון בכל נפשו ובכל מאודו, זאל זיין וואס זאל זיין.
איך בין נישט מגלה מיין נאמען און איך וועל עס אי״ה נישט מגלה זיין צוליב פארשטענדליכע סיבות, און איך האף און בעט אז עס זאל נישט ווערן אויפגעדעקט, אבער אויב עס איז אנדערש באשערט וועל איך דאס אויך מיזן פארנעמען.
און יעדענס פאל, איך גיי נישט אראפבעקן פון וואס איך טוה נישט קיין חילוק וויפול פרעשור איך וועל האבן (אויסער אויב איינער מיט א דעת תורה וועט מיר בעטן) און קיין שום אינטימעדעישן וועט מיך נישט אפשטעלן.
עס איז נישט גרינג-אבער גארנישט און לעבן איז נישט גרינג (ווען מען קומט און מיין עלטער ווייסט מען דאס)
איך וויל קלארשטעלן נאכאמאל (און נאכאמאל) מיין/אינזער ציל איז נישט דא ח״ו קיינעם ״קיינעם״ צו באשמיצן דא, די וואס שטראף פארן פייניגען דעם אייבירשטענס קינדער וועל איך לאזן צום אייבירשטער, איך/אינז האמיר איין ציל!
אמת! יושר! יוסטיץ! השם ותורתו!
מיר זענען נישט גאטס פאליציי און ער דארף נישט אז אינז זאל מיר טוען זיין ארבייט, ער קען אן אונז אויך, וואס יא ער איז אינז מחייב אויף פדיון שבים און אויף פארמיידן א חילל השם, און דאס איז וואס מיר וועלן אי״ה טוען.
מיר וועלן נישט מסר׳ן שלאגן סטראשען שרייען חוזק מאכן באשמיצן קיינעם, וואס מיר וועלן יא טון איז אויפדעקן דעם אמת נאכאמאל און נאכאמאל.
די וועב סייט איז ווייט פון פערטיג און נאך היינט נאכט וועט איר זעהן ריזיגע אונטערסאנטע שינוים לטובה, אבער ווי אויבן דערמאנט פורפעקט איז נאר א מלאך, מיר האבן זיך געאיילט עס צו עפענען ווייל די פארלאנג איז געווען גרויס און ב״ה די טרעפיק דארט איז ריזיג מיט שווערע טויזענטער באזוכער דארט און די לעצטע פיר און צוואנציג שעה אליין בלי גוזמה כלל וכלל (איך וועל בעז״ה פאוסטן די נאמערן און די נאנטע טעג/וואכן אז יעדער זאל דאס זעהן מיט די אייגענע אויגן.
איך קען באמת ניצן חיזוק פאר מיר און מיין משפחה וואס לעבט און פחד ממש, און קאנסטראקטיווע קריטיק אויך (איך אדער אנדערע ליינען ״יעדע קאממענט״) אבער די גרעסטע חיזוק וואס איר קענט געבן פאר מיר איז צו פארשפרייטן דעם סייט און מארגען דעם ארטיקל ווי אויך גיין אופן סייט און מנדב זיין געלט לטובת די אפיעל קאסטן פון ר׳ נחמי און מעורר זיין אנדערע צו געבן.
ישר כח אייך אלע די ארטיקל וועט אי״ה ווערן פארטיג היינט שפעטסטענס מארגן.
הקטן זיידי.
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 7:50 pm
דורך קאווע טרינקער
קאנטינענטאל עפפער האט צוגלייגט פון 75 ביז 103. דיין וועב סייט וועט צולייגען נאך 400 יאהר.
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:03 pm
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
זיי מוחל און שרייב דאס פאר דער זיידע אויף איי וועלט.
איך קען ברענגען פון דארט, אבער ברענגען און ״טראגען״ איז א אנדערע מעשה און איך בין נישט גרייט דערויף...
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:06 pm
דורך מוח שליט
לדעתי, לדעתי וואלט איך געבעטען אז מען זאל נישט שרייבען A community called Weberman. עס זענען דאך דא אסאך מענטשען מבית, און גאר אסאך בחוץ, וואס זענען יא נוטה להאמין באשמו. טא פארוואס אוועקשטעלען דעם קאמיוניטי אין אזא ליכט? לאז אפ קאווע שטיבעל אדער איי וועלט, איז דען נישט דא אויפען גאס גענוג מענטשען וואס זענען גארנישט אזוי זיכער אין זיין אומשולד? עטץ האט אן אפיניאן, ביי אלל מיענס, זאגטס עס, שרייבט עס. אבער לאזט דעם קאממיונעטי געמאכט. אז עטץ קענט איבערצייגען זיין אומשולד דארפט עטץ דאך נישט רעדען אין נאמען פין סיי וועם, אין אויב קענט עטץ נישט איבערצייגען, איז דאך סאך בעסער אז די דרויסענדע וועלט האלט נישט אז מיר פראטעקטען מאלעסטערס [לדעתם].
איז דאס דען נישט געווען די מיסטעיק דאס ערשטע מאל? מיטן אזוי שטארק צאמבינדען די קאמיוניטי מיט אן אינדיווידועל?
דו שרייבסט אז דו וועסט סטאפען נאר מיט דעת תורה. אפשר דארפסטו פרעגען א דעת תורה אויף אנצוהייבען? כמדומה לי אז די גאנצע קאמפיין מיט אלע אירע נאכווייען זענען געווען געפירט פין יונגעלייטליך אהן קיין רבנים תלמידי חכמים. קוק ווי מען איז אנגעקומען.
בקיצור, פליז רעפרעזענטיר נישט א קאמיונעטי וואס האט דיך נישט ממנה געווען אלץ רעפרעזענטיטיוו. והשנית ביטע פרעג א דעת תורה איידער דו פאנגסט אהן. א דאנק.
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:10 pm
דורך קאווע טרינקער
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:זיי מוחל און שרייב דאס פאר דער זיידע אויף איי וועלט.
איך קען ברענגען פון דארט, אבער ברענגען און ״טראגען״ איז א אנדערע מעשה און איך בין נישט גרייט דערויף...
ברענג נישט!
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:14 pm
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
פיין וויאזוי דער עולם וויל!
לאמיר שטימען. ווער עס וויל יא איך זאל ברענגען זאל שרייבן ״יא״
און ווער עס וויל נישט זאל שרייבן ״ניין״
די ביסט דאך נישט קיין דעת יחיד דא עס זענען דא מענטשען מיט אנדערע מיינונגען, איך וויל מיך צושטעלן צום ציבור....
נא אריין און שטים בודקע-מען דארף נישט קיין איי די...
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:18 pm
דורך יידל
שמעקעדיג האט געשריבן:גוט, קאווע... אבער מיטן געבן 103 יאר האט מען אלעס אפגע'הרג'עט! זעהסט?
וואס איז א חילוק צי מען גיט 103 צי 200 צו אכציג טויזענט יאר? ס'איז אלץ איינס!
דאס איז איינע פון די סיבות וואס איך בין אנטקעגן טיילן אזעלכע לאנגע איבערגעטריבענע שטראפן פאר נישט אזעלכע גרויסע עבירות, ווייל ווען דו דארפסט נאכדעם איינעם באמת באשטראפן פאר א ריכטיגע עוולה, אדער צו לערנען א געזונטער לעססאן, קענסטו שוין נאר געבן א משוגע'נע סכום פון יארן וואס מאכט נישט קיין סענס און איז א חוזק און ליצנות, א שטייגער ווי געבן פארן 70 יעריגן מעידאף 150 יאר... וכמו שהארכתי בזה באשכול "יוסטיץ און תפיסות אין אמעריקע", עיי"ש.
די חורבן איז נישט אזוי ווייט אין לאנגע שטראפן פער סעי נאר און די געדאנק אז מ'קען אדער סערווען קאנקורענטלי אדער קאנזעקיוטיוולי לויטן גוסטע פונעם שופט. ס'איז א צעדרייטע זאך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:30 pm
דורך בדחן
מוח שליט האט געשריבן:לדעתי, לדעתי וואלט איך געבעטען אז מען זאל נישט שרייבען A community called Weberman. עס זענען דאך דא אסאך מענטשען מבית, און גאר אסאך בחוץ, וואס זענען יא נוטה להאמין באשמו. טא פארוואס אוועקשטעלען דעם קאמיוניטי אין אזא ליכט? לאז אפ קאווע שטיבעל אדער איי וועלט, איז דען נישט דא אויפען גאס גענוג מענטשען וואס זענען גארנישט אזוי זיכער אין זיין אומשולד? עטץ האט אן אפיניאן, ביי אלל מיענס, זאגטס עס, שרייבט עס. אבער לאזט דעם קאממיונעטי געמאכט. אז עטץ קענט איבערצייגען זיין אומשולד דארפט עטץ דאך נישט רעדען אין נאמען פין סיי וועם, אין אויב קענט עטץ נישט איבערצייגען, איז דאך סאך בעסער אז די דרויסענדע וועלט האלט נישט אז מיר פראטעקטען מאלעסטערס [לדעתם].
איך זע אז דו פארשטייסט נישט וועל דיר עס מסביר זיין,
די אלע וואס העלפן נחמי, די אלע וואס ווילען יא אויפציען און נוי יארק ערליכע אידישע קינדער, די אלע וואס ווילען יא זען ערליכע בעלי בתים, די אלע וואס ווילען יא פאלגן רבנים, די אלע וואס ווילע יא פאלגן מנהגים מדורי דורות, די אלע וואס האבן נישט איבערגעלאזט דעם באשעפער אפילו שטייענדיג פאר אזא הסתר פנים, און די אלע וואס ווילען אליינס זיין ערליך, זענענן דיר און די אלע העצערס נישט גורס אלץ חלק פון די קאמיונטי נישט צום גיטען און נישט צום שלעכטן.
קיינער פון די ערליכע אידן זענענן נישט אינטערסירט אז די אלע העצער און שונאי ישראל זאלן זיך אינדעפעצירן אלץ חלק פון וומסב״ג קאמיונטי, קיינער פון די ערליכע אידן זענענן נישט אינטערסירט אז די אלע העצער זאלן אריינקימען און אונזערע בתי מדרשים און שיקען די קינדער און אונזערע בתי חינוך, יעדער וועט זיין העכסט צופרידען אז עטץ וועטץ נעמען אלע טענות און מופן דערמיט דאון סאוט, קייינער וועט נישט צוריק קוקען און האבן קיין טענות.
עס איז מאדענע ביז גאר אז נאכען הערן די אלע טענות קען די אידן יראים ושלמים בלייבן זיי נאך אלץ דא ווי מען איז העכסט נישט צופרידען און די לעבן איז די טייערעסטע פון גאנץ אמעריקע.
יא אמת, די אלע וואס האבן פיינט ערליכע אידן האבן אויף די מינוט געהויבן דאס ליידיגע קעפעלע און איינגעזעצט א קדוש און תפיסה, אבער כלל ישראל וועט עס נישט משנה זיין, גרעסערע פון אים זענענן שוין געזיצען און מען האט נישט געדראפט השי״ת דערפאר, די שווערע צייטען וועט אדורוך גיין איינמאל עס וועט אינטער קומען בעסערע נייעס, כלל ישראל האט שוין מיטגעלעבט ערגערע אנטיסעמעטישע אטאקעס און מען איז אנגעגאנגן.
עס איז דא און וומסב״ג איין גרויסע קאמיונטי געטריי צו השי״ת ותרתו און זיי וועלן טיען ווי אזוי עס איז בעסט פאר זייערע אינטערסן, אפגעזען וואס עס איז די אינטערסן פון די ליידיגע קעפ און אינהאלטס לאזיגע מענטשן, אמת די חברה וועלן ווייטער פארפירען און סטראשען אזוי דוד המלך האט שוין געזאגט משנאיך נשאו ראש, אבער א ווי אייביג וועט די אמת וועט זיגען.
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:35 pm
דורך מוח שליט
מען קען זיין אן ערליכע איד, וועלען אויפציען ערליכע דורות, בלע בלע בלע.... אין דאך נישט זיין איבערצייגט אינעם אומשולד פין נ.וו.
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:39 pm
דורך בדחן
מען קען אבער נישט קיין ערליכער איד און שרייבען אזויפיל האס העצע קען אלעס, עס גייט נישט באנזאם.
מען קען אבער נישט זיין קיין ערליכער איד, ווען מען נעמט אן אז די רבנים און יעדער ערליכער איז איז אפגעפרעגט, און די אנדערע זענענן די היראוס, עס גייט נישט באנאזאם.
מאך א ליקוט פון דיינע תגובות, גיב עס פאר דיינע קינדער צו ליינען, אזוי זיי זאלן ח״ו נישט אויפוואקסן ווי די וומסב״ג משוגעים, נאר ענדערש ווי די מעקדאלאנדס פרעסערס וואס זיי זענענן דיינע היראוס,
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:40 pm
דורך קאווע טרינקער
בדחן, גיב נישט ארויס ווער דו ביסט ווייל דו ביסט אין א סכנה. שטיי נישט אין מיין ד' אמות. ס'האט נאך קיין מענטש מיך נישט אזוי אויפגערעיגט מיום עמדי על דעתי דעת קאווע,
בד"וו, אז דו ביסט פון דיע וואס פאלגען די רבנים, זיישע מוחל און גיי ארויס פון דעם טמא'נעם הההינטערנננעט, נוסח דזשיבאו
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:42 pm
דורך בדחן
קאווע טרינקער האט געשריבן:בדחן, גיב נישט ארויס ווער דו ביסט ווייל דו ביסט אין א סכנה.ו
........!!!!
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:42 pm
דורך מוח שליט
בדחן האט געשריבן:מען קען אבער נישט קיין ערליכער איד און שרייבען אזויפיל האס העצע קען אלעס, עס גייט נישט באנזאם.
מען קען אבער נישט זיין קיין ערליכער איד, ווען מען נעמט אן אז די רבנים און יעדער ערליכער איז איז אפגעפרעגט, און די אנדערע זענענן די היראוס, עס גייט נישט באנאזאם.
מאך א ליקוט פון דיינע תגובות, גיב עס פאר דיינע קינדער צו ליינען, אזוי זיי זאלן ח״ו נישט אויפוואקסן ווי די וומסב״ג משוגעים, נאר ענדערש ווי די מעקדאלאנדס פרעסערס וואס זיי זענענן דיינע היראוס,
מאך א ליקוט פין דיינע העסליכע ליגנערישע ווערטער צו א יעדען וואס האלט נאר א משהו אנדערש ווי דיר אין געב עס אויסדריקלעך נישט פאר דיינע קינדער. פארברען עס.
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:43 pm
דורך בדחן
ברינג מיר אהער איין העסליכע תגובה, אהער דערמיט.
ווייז מיר ווי איך האב איין מענטש ארינטער געריסן ( חוץ א ניק ) ניטאמאל קעגן הרוויץ/מדוברות/איר מאן/נ״ר/ האב איך געזאגט א שלעכט ווארט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:49 pm
דורך מוח שליט
בדחן האט געשריבן:ברינג מיר אהער איין העסליכע תגובה, אהער דערמיט.
ווייז מיר ווי איך האב איין מענטש ארינטער געריסן ( חוץ א ניק ) ניטאמאל קעגן הרוויץ/מדוברות/איר מאן/נ״ר/ האב איך געזאגט א שלעכט ווארט.
דעיס אז מען רעדט נאר פין ניקס איז א ריכטיגע פוינט. אבער עמ,,, געב עס דאך נישט פאר דיינע קינדער. זיי מיר מוחל אבער דו רעדסט נישט ווי אן ארענטליכע מענטש. אפי' דו פארשעמסט נישט קיינעם בפועל [וואס אויב איז אמת וואס דו שרייבסט איז דאס באמת א קרעדיט פאר דיר אין מיינע קליינע אויגעלעך] אבער די שיטה דיינער איז א שיטה פין שנאה אין האס פאר יעדעם וואס האלט אנדערש ווי דיר.