בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 11:30 pm
דורך יואב
איך פלעג גראדע ליב האבן די צייטונג, אבער ער איז זייער סוביקטיוו, הן פאליטיש א שטארקן ליבעראלער, הן לגבי אנדערע נושאים נעמט ער אלעמאל שטעלונגען, איך רעספעקטיר יעדעמס מיינונג, אבער זינט ער אליינס איז דער שרייבער פון אלע הויפט ארטיקלען גייט מיר עס אביסל אויף די נערוון, בכלל האלט איך פאר א חיסרון אז עס ערשיינט מיטוואך. דאס הייסט שבת ליין איך נייעס וואס שליסט איין פאסירונגען וועלעכע איז זיך פארלאפען פאריגע וואך פון מיטוואך און ווייטער, דער איד האלט איך האט געמאכט פארשריט, פארשטייט זיך (ווען איך פלעג עס ליינען) פלעג איך באלד ארויסשמייסן די פילע ביילאגעס מיט הייסע באריכטן פון יובלים-דינערס-אבן הפונות-מזל טוב-אא''וו, הגם היבש פונעם פאריגן דור. פארמאגן זיי גאנץ גוטע שרייבער, פארשטייט זיך אלע מיט קאפי פעיסט גרייט צו פארענדיגן יעדעס ארטיקל-אבער מיר תלמידים פון ראביהאק זעלאהאהא איז עס בכלל נישט נוגע וכו'

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 3:43 pm
דורך ממרום שלח אש
געקויפט די צייטונג אויף פסח, ממש א נייע מאדערנע און רייכע אויסגאבע געווארן, כאב עס שוין נישט געליינט יארן.
איך געב קרעדיט פאר ר' אברהם פרידמאן, צו מאכן אזא גרויסע שינוי לטובה אין די יארן בליעה"ר איז לויבנסווערד.
נאר כ'בין נישט זיכער ווי ווייט ער אליין איז אינוואלווד אדער עס איז דא אנדערע אויך, אויך בינעך נישט זיכער וויאזוי עס קוקט אויס סתם א וואך.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 3:45 pm
דורך זר זהב
די אידישע צייט איז א וועכענטליכע זאך, ס'האט זיך היבש ארויפגעארבעט. אויך איז צום באגריסן זיין נייע פאליסי פון נישט שרייבן מער אז גאור האט געווינען אין 2000.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 3:49 pm
דורך יואליש
זר זהב האט געשריבן: אויך איז צום באגריסן זיין נייע פאליסי פון נישט שרייבן מער אז גאור האט געווינען אין 2000.


און וואס טיט זיך מיט ניקסאן'ס אימפיטשמענט אדער ליפא פריעדמאן'ס יארצייט אדער דעם באקאנטן פיס ספעציעליסט מיט א אפיס אין וויליאמסבורג? שרייבט ער נאך דערוועגן?

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 3:52 pm
דורך זר זהב
ווייסיך נישט... אבער עט ליעסט יענץ איז געווען א באזונדערע ארטיקל.. די גאור 2000 משוגעת איז געווען איבעראל צי ס'יא אריינגעקומען צי נישט. האסט געקענט ליינען וועגן א סקול שיסעריי אין ווירדזשיניע און פלוצלינג זעהסטו אז גאור האט געווינען אין 2000

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 5:01 pm
דורך ונבנתה העיר
איך געדענק נישט אויב עס איז געווען אין 'די צייטונג' אדער אין 'דער בלאט', אבער אין איינע פון זיי איז לעצטענס געווען א באשרייבונג איבער א הריגה וואס איז פארגעקומען אין דרוהוביטש.

ווי עס זעהט מיר אויס זענען די ארטיקל מיט די בילדער גענומען געווארן פון דוד אסף'ס בלאג, לכה”פ איינע פון זייערע בילדער האט אסף אליין גענומען זייענדיג אין דרוהוביטש.

([tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag], ביי א נאמען שרייבט מען יא אן ענדע-אות אינמיטן א ווארט?).

אויב האט איינער די ארטיקל - נייתי ונחזי.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 5:08 pm
דורך berlbalaguleh
יואב האט געשריבן:איך פלעג גראדע ליב האבן די צייטונג, אבער ער איז זייער סוביקטיוו, הן פאליטיש א שטארקן ליבעראלער, הן לגבי אנדערע נושאים נעמט ער אלעמאל שטעלונגען, איך רעספעקטיר יעדעמס מיינונג, אבער זינט ער אליינס איז דער שרייבער פון אלע הויפט ארטיקלען גייט מיר עס אביסל אויף די נערוון, בכלל האלט איך פאר א חיסרון אז עס ערשיינט מיטוואך. דאס הייסט שבת ליין איך נייעס וואס שליסט איין פאסירונגען וועלעכע איז זיך פארלאפען פאריגע וואך פון מיטוואך און ווייטער, דער איד האלט איך האט געמאכט פארשריט, פארשטייט זיך (ווען איך פלעג עס ליינען) פלעג איך באלד ארויסשמייסן די פילע ביילאגעס מיט הייסע באריכטן פון יובלים-דינערס-אבן הפונות-מזל טוב-אא''וו, הגם היבש פונעם פאריגן דור. פארמאגן זיי גאנץ גוטע שרייבער, פארשטייט זיך אלע מיט קאפי פעיסט גרייט צו פארענדיגן יעדעס ארטיקל-אבער מיר תלמידים פון ראביהאק זעלאהאהא איז עס בכלל נישט נוגע וכו'

יואב: דער לייק איז געקומען פאר דיין "ראביהאק, זעלאלהאהא". :lol: :roll:

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:09 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
[tag]ונבנתה העיר[/tag], ניין. מ'שרייבט "אספ'ס".

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:16 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:איך פלעג גראדע ליב האבן די צייטונג, אבער ער איז זייער סוביקטיוו, הן פאליטיש א שטארקן ליבעראלער, הן לגבי אנדערע נושאים נעמט ער אלעמאל שטעלונגען, איך רעספעקטיר יעדעמס מיינונג, אבער זינט ער אליינס איז דער שרייבער פון אלע הויפט ארטיקלען גייט מיר עס אביסל אויף די נערוון, בכלל האלט איך פאר א חיסרון אז עס ערשיינט מיטוואך. דאס הייסט שבת ליין איך נייעס וואס שליסט איין פאסירונגען וועלעכע איז זיך פארלאפען פאריגע וואך פון מיטוואך און ווייטער, דער איד האלט איך האט געמאכט פארשריט, פארשטייט זיך (ווען איך פלעג עס ליינען) פלעג איך באלד ארויסשמייסן די פילע ביילאגעס מיט הייסע באריכטן פון יובלים-דינערס-אבן הפונות-מזל טוב-אא''וו, הגם היבש פונעם פאריגן דור. פארמאגן זיי גאנץ גוטע שרייבער, פארשטייט זיך אלע מיט קאפי פעיסט גרייט צו פארענדיגן יעדעס ארטיקל-אבער מיר תלמידים פון ראביהאק זעלאהאהא איז עס בכלל נישט נוגע וכו'

יואב: דער לייק איז געקומען פאר דיין "ראביהאק, זעלאלהאהא". :lol: :roll:

Wow
8 חדשים האט דיר גענומען צו ערקלערן פארוואס ער פארדינט א לייק :?: :?: :?: :?:

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 2:10 pm
דורך קליינער
איך האב זיך דערמאנט אינעם אשכול איבער די ליגנס וואס די היימישע צייטונגען פארקויפן פארן איגנאראנטן עולם, ווען כ'האב געליינט די וואכיגער "צייטונג" עדיטאריעל.

איך האב עס נישט ביי דער האנט. קען עס עמיצער דא ארויפשטעלן?

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 2:16 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 2:22 pm
דורך קליינער
ווייטאגליך אז דער צייטונג וואס איך גלייך שוין יא אביסל זאל זיין אריינגעטינקען אין נארישע קנאות און דמיונות'פולע שקרים.

נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 10:36 pm
דורך אריק
א זייטיגער נאטיץ, יעדע שטיק צייט קען מען מערקן ווי די צוויי סאטמארער פראקציעס פרובירן צו פארכאפן דעם אויבנאן פונעם כלומר'שטן אומפארטייאישן צייטונג. הויפטזעכליך אין די וואכן ארום דעם כ"א כסלו חינגא, ווען ביידע שיטן גרויס געלט און פרובירן איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט קעפלעך אין אדווערטייזמענטס אינעם צייטונג, און אזוי ארום זיך לאזן דמיונ'ן אז דער אומאפהענגיקער יהדות החרדית האט באמת געקרוינט זיין רבי אלס דער עכטער סאטמארער ממשיך דרכו...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:55 pm
דורך כוכב
וויפיל מ'וויל מיר איינרעדן אז די צייטונג איז א שטאטסמאן צייטונג געלונגט עס עפעס נישט, כ'זע נישט דערין קיין שום ניווא, די וואך איז עס סתם פול מיט ביליגע פלאגיאריזם פון די יו'טדיגע עמי, און באצאלטע אנאנסן פון דוב הייקינד און די סאטמארער חתונה.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 11:28 am
דורך [NAMELESS]
אויף די פראנט פעיזש פון די צייטונג די וואך......

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 2:56 pm
דורך משבק
גראדע דעקט ער זייער גוט די וואלן. עטליכע בלעטער מיט גראע באקסעלעך פונקטליך צולייגט די גאנצע בחירות די געווינער די פארלירער

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 11:23 pm
דורך וויליאמסבורגער
כוכב האט געשריבן:וויפיל מ'וויל מיר איינרעדן אז די צייטונג איז א שטאטסמאן צייטונג געלונגט עס עפעס נישט, כ'זע נישט דערין קיין שום ניווא, די וואך איז עס סתם פול מיט ביליגע פלאגיאריזם פון די יו'טדיגע עמי, און באצאלטע אנאנסן פון דוב הייקינד און די סאטמארער חתונה.

אין די מאמענט פון יו''ט איז דא א לאנגע אינטערוויו מיט אברהם פר"מ (גראדע אסאך אינטערעסאנטע חומר) און דער אינטערוויוער האלט אים פאר אז ער נעמט זיך אהן פאר הייקינד, אבער אברהם פר''מ דרייט זיך ארויס ווי א עכטער פאלאטישען...

"די צייטונג"

נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 8:05 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
בילד


ווער דארף קאווע שטיבל (וועקער) ,
קיק וואס איך האב דא אין מיין היימישע צייטונג..!

(ליין דורך ביידע בריון און די ענפער פין די רעדאקציע..)

נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 9:45 pm
דורך וואלווי
כ'זע נישט דא די ענטפער פון רעדאקציע דא אבער כ'האב עס געליינט אין צייטונג גופא ס'איז פשוט אן עקל. קודם ווען ס'קומט עם צו ניץ צו באשרייבן זקנים איז א יעדער גוט פאר עם נישט קיין חילוק ווי יענער געהערט אדער ווי זיי קומען אריין און היסטאריע, ווען ס'קומט איינער ווי דער ערשטער בריוו אין שרייבט פרומענישען דעמאלטס [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] דער צייטונג מיט א תירוץ ווי פארדארבן וויי יו איז אין נאכמער פון דעם נעמט ער דער גאון עולם ר' יאשע בער סאלאוווייטשיק וואס איז געווען די גרעסטע מנהיג פון זיין קרייז און באשרייבט עם כאילו ער האט אראפגעברענגט די דרגא פון וויי יו ווען און אמת פאר ווער ס'ווייסט די פאקטן האט הרב י"ב געהאלטען די תורה גייסט פונם פלאץ. ער מעג זיך שעמען פאר זיין בזיון פון אן אדם גדול וואס איז נישט פון זיין קרייז נאר צילוב צו געפעלען פאר אן אריינשרייבער אן אזוי גערופענער קנאי.

סתם צו באמערקען אז דער ערשטער כותב שרייבט נאך מיט גראב חוצפה אז ער האט אפילו נישט דורך געליינט די ארטיקל בעיון אבער דעות ווייסט דארך רוח הקודש אז וויי יו האט מוצא געווען תלמידים פושעי ישראל. זאל ער אפיר נעמען די פאון בוק אין דורך גיין ליסטע נאך ליסטע פון רבנים נאך רבנים אפגעהוטענע לתמידי חכמים וואס האבן ערליך געדונט איבער גאנץ אמעריקע און געראטאוועט פולע קהילות פון קאנסערוואטיזם און רעפארם ווייל זיי זענען געווען וויי יו תלמידים אדער תלמידים פון רב י"ב.

Re: "די צייטונג"

נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 11:36 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
יא דאס איז קלאר אז אויב סאיז געווען א ירידה אין YU איז די ״רב״ די לעצטע מענטש צי באשילדיגן אין זיין א גורם דערצי,
אדרבה ווען ער איז געווען אקטיוו האבן זיי זוכה געווען צי האבן א ר׳ חיים #2

און בכלל האט ער געקענט זיך צי פלאמען פין זיין דביקות בלימוד התורה , פין כי הם חיינו וכו׳ א שפראך וואס זיי האבן שוין נישט פאר לאנגע יארן..

ומאידך האט ער אליינס אנגעזען זיין בראך אויף די עלטערע יארן, מיט די ינגערע דור האט ער געהאט זייער ווינוג מיט וועים צי גיין צים טיש ,
דאס איז געווען די האפט גורם צי זיין אינערליכע דיפרעסיע. די לעצטע 15 יאר פין זיין לעבן..

Re: "די צייטונג"

נשלח: מאנטאג יולי 03, 2017 4:47 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דא איז נישט זיין אשכול, אבער זיין מערכות למען קדשי בית ישראל זענען אויך וויכטיג אפצולערנען. וועגען מחיצות אין בית המדרש און קעגען די קידושי טעות התירים פון ראקמאן, ועוד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 2:45 pm
דורך [NAMELESS]
פאר ווער עס קען די משפחה היסטאריע פונעם ערשטן כותב, ער מיינט גראדע לכאורה בכלל נישט די היינטיגע חרדי'שע פראפאגאנדע, ער איז ממשפחות המלאכים וואס זענען אמאל געווען אויסגעשפיגן ביים רעשט פונעם חרדי'שן ציבור אין אמעריקע. ער וואלט נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו שרייבן די זעלבע (אדער נאך ערגער) אויף ר' שרגא פייוול מענדעלאוויץ זצ"ל, ודי בזה.

(גראדע אויב איז דער כותב שמעון בהג"ר חיים איז דאס מיר א שטיקל חידוש, איך האב אמאל פארברענגט מיט איהם, כ'האב געמיינט אז ער איז יא נארמאל)