בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 8:43 am
דורך סודני
אמנם במסכת שבת פרק במה בהמה יוצאה (דף נ"ו ע"א) אמרו, אמר ר' שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה...אלא מה אני מקיים מדוע בזית את דבר השם שבקש לעשות ולא עשה... אמר רב, רבי דאתי מדוד מהפך ודריש בזכותיה דדוד... רבי אומר משונה רעה זו מכל רעות שבתורה שכל רעות שבתורה כתיב בהם ויעש הרע בעיני השם וכאן לעשות ולא עשה. והדברים האלה לחכמינו ז"ל הם דרכי הדרש ואין לי להשיב עליהם. ודי במה שאמרו רבי דאתי מדוד מהפך בזכותיה, כי היה אצלם זה דרך דרש, והיה רבי מהפך הדבר מחמתו לקורבתו והיותו מזרע בית דוד ולא כפי האמת. ואיך נאמר שבקש לעשות ולא עשה? והכתוב מעיד על המעשה הרע כלו בפירוש... ולכן לא יסבול דעתי להקל בחטאת דוד, ולא אכחיש האמת הפשוט. ואיך אתפייס עם הגט שאמרו שהיו נותנים אל נשותיהם? והנה הפסוק שהביאו לראיה רחוק מזה... ואין זה כי אם כדמות אמרם שם בגמרא שהיה אוריה מורד במלכות וחייב מיתה לפי שאמר ואדוני יואב שקרא אל יואב אדוני בפני המלך. סוף דבר אם הכתוב קראו חוטא והוא הודה חטאו, איך היה טועה אדם בהאמינו? טוב לי שאומר שחטא מאד והודה מאד ושב בתשובה גמורה וקבל ענשו ובזה נתכפרו עונותיו (אברבנאל שמואל ב
קרעדיט תחכמוני :
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:32 am
דורך טאמבל סאס
גוטע פינטעלך האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איך דריי זיך ארום מיט א שווערע מאמר חז"ל שוין א לאנגע צייט. ביטע אויב איינער קען מיר ארויסהעלפן. די גמרא לערנט ארויס אז דוד האט נישט געזינדיגט, פון דעם וואס מען זעט אז די שכינה איז געווען מיט דעם. אויף דעם איז מיר שוין שווער, אדרבה, עס שטייט דאך אין פסוק אז דוד האט תשובה געטון, און במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולין לעמוד, איז דאך א כל שכן אז די שכינה איז מיט אים.
לכאורה איז די פשט פון "וה' עמו" אז ה' איז געווען שטענדיג מיט עהם בלי הפסק, ממילא קען נישט זיין אז עס איז געווען א חטא בפועל, משא"כ בעלי תשובה אה"נ זיי שטייען זייער הויך נאכדעם וואס זיי טוען תשובה אבער פארדעם איז די שכינה נישט מיט זיי.
און אויף דיין צווייטע קשיא ענטפערט שוין דער מהרש"א, אז ביי זיי שטייט אויך "ויעש", משא"כ ביי דוד שטייט נאר "לעשות".
אבער דוד המלך איז דאך נישט יעצט דאס ערשטע מאל א צדיק געווארן. ער האט שוין אמאל געהאט ווען די באשעפער איז געווען מיט אים. ווי ונבנתה זאגט פריער, ווען מען האט אים געברענגט פארנט פון שאול. איך זע נישט פארוואס "וה' עמו" מוז זיין בלי הפסק. אדרבה, "וה' עמו" גייט ארויף אויף "ויהי" וואס איז א ל' עבר.
און אויף דיין צווייטע נקודה: יעצט אז ס'שטייט ביי זיי אויך לעשות וואס מיינט "ביקשו לעשות" זע איך נישט פארוואס דער "ויעש" זאל נישט קענען ארויף גיין אויף דער עבירה פון "וועלן טוהן"? דאס הייסט אז דער 'לעשות' קומט מסביר זיין דעם נעיטשור פון 'ויעש'.
נאר ונבנתה מאכט א שיינע חילוק. אז דא איז נישט פשט, מ'פארציילט א מעשה אז בזית - צו טוהן רע דעמאלטס, נאר טייטש איז, מ'האלט דוד המלך יעצט פאר - ווייל בזית דעמאלטס - וויאזוי? - מיט'ן וועלט טוהן רע. און כ'האלט אים יעצט פאר, פארוואס האסטו געטוהן דער רע פון וועלן טוהן רע? כ'האף כ'האב אים גוט פארשטאנען.
נאר אויב לעשות קען מיינען וועלן, קענען דאך יענע פסוקים אויך די זעלבע פארטייטשט ווערן?!. "ויספו בני ישראל לעשות הרע - צו וועלן זונדיגן. אדער צו מיינען אז זיי זונדיגן. אדער אדער זיי האבן יא געזונדיגט נאר ס'איז נישט ממש געווען דאוריתא'ס.
נאר דער אמת איז, אז אין די אנדערע ערטער שטייט אין די פסוקים "בעיני ה'"
דער נביא האט געשריבן האט געשריבן:וַיֹּסִפוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה; וְאֵהוּד, מֵת. וַיִּמְכְּרֵם יְהוָה, בְּיַד יָבִין מֶלֶךְ-כְּנַעַן, אֲשֶׁר מָלַךְ, בְּחָצוֹר. (שופטים פרק ד).
וַיֹּאמֶר אַחְאָב אֶל-אֵלִיָּהוּ, הַמְצָאתַנִי אֹיְבִי; וַיֹּאמֶר מָצָאתִי--יַעַן הִתְמַכֶּרְךָ, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה. (מלכים א פרק כא).
(אויף מנשה) וְהֶעֱבִיר אֶת-בְּנוֹ, בָּאֵשׁ, וְעוֹנֵן וְנִחֵשׁ, וְעָשָׂה אוֹב וְיִדְּעֹנִים: הִרְבָּה, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה--לְהַכְעִיס. (מלכים ב פרק כא).
(אויף די עשרת השהטים) וַיַּעֲבִירוּ אֶת-בְּנֵיהֶם וְאֶת-בְּנוֹתֵיהֶם, בָּאֵשׁ, וַיִּקְסְמוּ קְסָמִים, וַיְנַחֵשׁוּ; וַיִּתְמַכְּרוּ, לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי יְהוָה--לְהַכְעִיסוֹ. (מלכים ב פרק יז).
איז פשט אז אפ' דער אויבערשטער האט עס פאררעכנט ווי אן עבירה. משא"כ ביי דוד ווי ס'שטייט דאכצעך נישט, בעיני ה'. פארקערט, ביי דוד שטייט אין מלכים א' פרק טו, "אשר עשה דויד את-הישר, בעיני יהוה," בעיני ה' דוקא. און דאס שטימט מיט וואס
גוטע פינטעלך האט געשריבן:דער מהרש"א שרייבט דארט, אז דוד האט טאקע לפי מחשבתו עובר געווען - "בקש לעשות", נאר צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געזינדיגט, ווייל לבסוף איז ער נישט געווען מיט איר נאר נאכדעם וואס זי איז שוין הלכה'דיג נישט געווען די ווייב פון אוריה, ממילא איז נישט געווען קיין חטא, און הקב"ה ידע מכל זה ולכן "היה עמו" כל הזמן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:25 pm
דורך נהורא נפישא
כ'האב נישט נאכגעקוקט, איז אפשר מיין מהלך גרייזיג, אבער ווייזט אויס אז די גמרא טענה'ט נישט אז לעשות הרע איז א דרש הכרחית, נאר א דרש סובלת, ד,מ, וואו אימער ס'שטייט ויעש מיינט ווירקלעך געטאן און ווי אימער ס'שטייט לעשות איז עס סובל די פשט פון ביקש לעשות ולא עשה.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:34 pm
דורך יאיר
נהורא נפישא האט געשריבן:כ'האב נישט נאכגעקוקט, איז אפשר מיין מהלך גרייזיג, אבער ווייזט אויס אז די גמרא טענה'ט נישט אז לעשות הרע איז א דרש הכרחית, נאר א דרש סובלת, ד,מ, וואו אימער ס'שטייט ויעש מיינט ווירקלעך געטאן און ווי אימער ס'שטייט לעשות איז עס סובל די פשט פון ביקש לעשות ולא עשה.
ס'איז דא איינער וואס מאכט אזא חילוק בכלליות צווישן די צוויי סארטן דרשות?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 8:13 pm
דורך נהורא נפישא
מעגליך אז כ'האב דאס געזעהן אין הכתב והקבלה אט די הגדרות.
לעניננו איז קלאר אז די בעל המאמר ברענגט זיך נישט קיין ראייה פון לעשות נאר פון וה' עמו, און אויף דעם פרעגט ער מה אני מקיים, טאמער איז אמת אז פון לעשות איז אליין א ראיה, וואלט ער ווען אנגעהויבן מיט דעם, למעשה ווערט עס פראבלאמאטיש מיטן קומענדיגן בעל המאמר וואס זאגט משונה רעה זו וכו' וואס איז פשוט נישט אקוראט ובפשטות נוכל לומר, כבודו במקומו מונח, שלא הי"ל קונקרדנציה.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:06 pm
דורך אחד העם
כמיין אז די גמרא זעלבסט מערקט שוין אן אז די גאנצע פשעטיל איז נישט גלאטיג און נישט צו שטארק גילטיק, מיט דעם וואס די גמרא דריקט זיך אויס 'רבי דאתי מדוד' די גמרא מיינט צו זאגען, א רבישע אייניקל פארענטפערט דעם זיידן אויף אזא מהלך..
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:56 am
דורך אחד העם
די גמרא (שבת נו א) האט געשריבן:א"ר שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה שנאמר (שמואל א יח, יד) ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו וגו' אפשר חטא בא לידו ושכינה עמו אלא מה אני מקיים (שמואל ב יב, ט) מדוע בזית את דבר ה' לעשות הרע שביקש לעשות ולא עשה אמר רב רבי דאתי מדוד מהפך ודריש בזכותיה דדוד מדוע בזית את דבר ה' לעשות הרע רבי אומר משונה רעה זו מכל רעות שבתורה שכל רעות שבתורה כתיב בהו ויעש וכאן כתיב לעשות שביקש לעשות ולא עשה.
נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2022 4:57 pm
דורך מי אני
הרב דר. מלך שפירא
ברענגט צו פון הרב יעקב רייפמאן אויף די אגדות:
והמאמרים הנ״ל, הם אפוא מן האגדות שהזמן גרמא והאגדות האלה אינם לא משפטים מקובלים ולא משפטים מושכלים כי אם תחבולות אשר קנו נבוני לב למשוך בהם את ההמון אחרי הטוב ולהרחיקו מן הרע.
והיינו, כדי די פשוטי עם זאלן נישט אפגעקיהלט ווערן און זינדיגען, זעהנדיג אז אפילו אזעלכע העלדן וצדיקים זענען דורכגעפאלן.
ער ברענגט אויך צו דאס וואס הרב דר. אליהו זייני שרייבט אין זיין עץ ארז (ח״א-ב) אז די גמרא זאגט דייקא ״כל ה
אומר וכו׳״ אויך מטעם זה:
שאכן יש בעיה, אלא שאסור להעלותה על דל שפתותינו ברבים או בפרהסיא. וכונתם ברורה: המפרסם את הדבר אינו אלא טועה, אף אם הדבר אמת.
והיינו כעין
מש״כ הר״ן ממרסיי במעשה נסים (פי״א) אודות כל ה
אומר אין תורה מן השמים. דאס גייט אויך אין איינקלאנג מיט דעם אז (מגילה כה.) מעשה ראובן נקרא ולא מתרגם ע"ש.
נ. ב. ער
צייכענט אויך צו אז דער רלב״ג האט אפגעלערענט כפשוטו לגבי ראובן עם בלהה.
BF71156F-253B-4F51-875C-7DF890671925.jpeg
אבער ׳שטייצעך אז מ׳האט דאס צענזורירט
און ניטאמאל פאראכטען די נומערן…
8B856488-28B1-4074-AEC6-144CD345E959.jpeg
ער זאגט אז זייט ער האט ארויסגעגעבן זיין בוך איבער צענזור, ואפילו על הראשונים, אצל חרדים, האט ער שוין געטראפן גענוג סחורה ומשלים אויף ארויסצוגעבן א חלק ב…
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 7:00 pm
דורך מי אני
DE8F4BAD-0387-45C0-B242-F7D8F1DA2B43.jpeg
D4F64F1D-73F2-41BD-B2B3-5ED95551E0EB.jpeg
הרב אביגדור אפּטאוויצער ז״ל.