בלאט 2 פון 3

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 1:07 am
דורך בונעס איירעס
אויפען חודש אדר וואלט זיכער גלייך געווען איינפירען א סיסטעם דא פון "ונהפוך הוא" ס'זאל יעדער זיך אנטפלעקען מיט גאנצען קלאפער געצייג, און ארויס קומען בגילוי, (כמיין נישט עריות) זאל יעדער זעין ווער די ביזט, לאמיר זעין ווייז באליס! כאב נאר מורא כעל זעין ווער די ביסט... וועל איך שטיין גאר ווייט פון דיר!! אפשר טאקע יא בעסער בלייב אין באהעלטעניש.

געפילטע פיש האט געשריבן:מ'קען שוין צוריק אנטוהן פאר אונזערע ראבאטן וואס שמועסן דארט אויוון

און שוין טאקע צייט היצט אויך, מגלה צו זיין איינמאל פאר אלעמאל זאל יעדער וויסען ווער די צוויי אומווירדיגע ראבאטן וואס דרייען זיך שוין אזוי א קאלעכיג יאר אנע וועש צווישן דעם היימישען ציבור זענען, און אראפנעמען דעם בלעכענעם פרצוף זייערע, און זיי אויפדעקען לעיני השמש אינמיטן העלן טאג, ווי זוי גייט דאס? יא.. והוקע אותם נגד השמש

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:03 pm
דורך משה געציל
געפילטע פיש האט געשריבן:רבים וטובים פון די היינטיגע בנש"קליך שלאגן זיך אנצוקומען צו דעם שטאפל מיט אלע כוחות, זיי פארשטעלן זיך אגאנץ יאר מיט תחש קאלירטע בעקיטשעס און פארשטעלעכצער, מאכן מאדנע תנועות, זאגן פורים תורות, אבי מ'זאל זיך אומקוקן אויף זיי,

ר״ל צו וואס דער טריפהנ׳ר איטערנאאאט קען אלטס צוברענגען, מזלזל זיין אין אזאלכע גרויסע זאכן אזוי נישט מיר נישט דיר! דו מיינסט טאקע אז די געבלימטע בעקטשיעס איז עפעס א וויץ?! דא האסטו א קליין שטיקל פון ״חכמת הבגד והכפתור״.

קודם יש לבאר דבבגד הבעקיטשע טמינין ביה רזין דרזין המורה על מדת האמת והשלימות. דו״ק ותשכח שתיבת ״בעקיטשע״ בגימטריא ״בעקיטשע״ בדיוק, וזה מורה על ההשלמות שלו דלא מעורב ביה שום דבר.

ועכשיו אגלה לך טפח מהרזין העמוקין דטמונין במלבוש הבעקיטשע דנרקם מחוטי זהב בצורת דודאים. הנה כידוע יש בהבגד הנ״ל ששה כפתורים, שלשה בצד הימין ושלשה בצד השמאל, הכופתרים הללו הלא המה ששת הקנים היוצאים מהמנורה הטהורה, שלשה מצד זה ושלשה מצד זה. והכרס הגדול המתלבש ביה ה״ה הקנה האמצעי שממנו שפע יורד לעולם כידוע. וכל מה שהקנה גודלת והולכת מרב טוב הצפון ליראיו מרחיקין הכפתורים זו מזו כתרי רעי דמתפרשין. והחוטי הזהב הם בבחינת ככר זהב שהראה לו הקב״ה למשה, (וזהו ג״כ הסוד שהצדיקים מבזבזין כ״כ על הבגד, ולפי הנ״ל יש כוונה מיוחדת בזה שתעלה מעותיו כערך הככר). והדודאים הנרקמים מעשי רוקם, הם הגבועות והשקדים שבמנורה.

וכשהכרס הגדול מתלבש בהבעקיטשע נתהווה מנורה טהורה בכל פרטיה ודוקדקיה. וכאשר תבין את זה יאירו עינך בגודל מעלת עבודת האכילה שיש להצדיקים המתלבשין ביה, דהמאכלים הם השמן זית זך שבמנורה שממנו שואפת המנורה כוחותיו להאיר. והסוד של ריבוי האכילה דמצינו אצל צדיקים הוא, כמה דתנן ״תן לה מדת השמן שיש בה כדי לידלק מערב עד בוקר״.

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:10 pm
דורך קאווע טרינקער
:lol:
משה געציל (נישט דיין עכטע נאמען), גלייב מיר די בנש"קלעך פון וואס דו רעדסט קענען קיין ווארט פון דא נישט טייטשען.

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:11 pm
דורך שמעקעדיג
משה געציל, הנני מצטרף עם קאווע: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אין איין ווארט:
חודש אדר בתפארתה!

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 7:00 pm
דורך משה געציל
קאווע טרינקער האט געשריבן::lol:
משה געציל (נישט דיין עכטע נאמען), גלייב מיר די בנש"קלעך פון וואס דו רעדסט קענען קיין ווארט פון דא נישט טייטשען.

דו מיינסט איך שעם מיך עפעס מיט מיין נאמען?
-----
ווי אזוי זאלן זיי פארשטיין עס איז דאך רזין דרזין? (ווי אזוי האט יענער געזאגט, רזין איז סודות רזין דרזין איז אזעלכע טיפע סודות אז דער וואס זאגט עס פארשטייט עס אויך נישט...)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 11:57 am
דורך לעמיל
עס קוקט אויס ווי לכבוד חודש אדר וועט קאווע שטיבל איינעמען א שוואגעניש

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 12:38 am
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:אפילו לו יצוייר כ'וועל יא שטארבן אין יונגען עלטער פון 119, מיינסט אז כ'וויל מ'זאל מיר מספיד זיין לויט וויפיל תגובות כ'האב געשריבן אדער וויפיל לייקס כ'האב באקומען?

דער אייבישטער זאל העלפן זאלסט מאריך ימים זיין ביז 120 ועד בכלל. אבער. איך קען שוין אנהייבן דעם הספד?

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 3:06 am
דורך טעפל
געפילטע פיש האט געשריבן:נישט אלע שמעקען פון אדר זענען ספעציעל אנגענעם.

לעמיל האקט, ביזט אויפן קאפ געפאלן? וואוטס פאר פורים רב? אונז האמיר דא אונזער יער ראונד פירעם רב הרב קופערניקוס, מיינסט אז פונקט חודש אדר וועט ער אויפגעבן זיין פלאץ?

ביסטו אויפן קאפ געפאלען דו ווילסט פטרן קופעריקוס מיט שרייבען נאר חודש אדר??? ער וועט נאך באלד אננעמען דעם דזאב!!!

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 9:49 am
דורך [NAMELESS]
לכבוד חודש אדר דארף אינזערע באגאבטע ליצים געפילטע פיש, משה געציל, קופערניקום, א.א.וו.א.וו. שרייבן יעדן טאג א ארטיקעל.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 10:19 am
דורך געפילטע פיש
טעפל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:נישט אלע שמעקען פון אדר זענען ספעציעל אנגענעם.

לעמיל האקט, ביזט אויפן קאפ געפאלן? וואוטס פאר פורים רב? אונז האמיר דא אונזער יער ראונד פירעם רב הרב קופערניקוס, מיינסט אז פונקט חודש אדר וועט ער אויפגעבן זיין פלאץ?

ביסטו אויפן קאפ געפאלען דו ווילסט פטרן קופעריקוס מיט שרייבען נאר חודש אדר??? ער וועט נאך באלד אננעמען דעם דזאב!!!

טאמער פארשייסטו נישט קיין יונגליש, יער ראונד מיינט year round.

ראשעקאל האט געשריבן:לכבוד חודש אדר דארף אינזערע באגאבטע ליצים געפילטע פיש, משה געציל, קופערניקום, א.א.וו.א.וו. שרייבן יעדן טאג א ארטיקעל.

וויפיל צאלסטע?

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 10:31 am
דורך יידל
איין לייק מיט יעדע ניק וואס כ'האב. (ארבע מאות לייקס ביני ובינך מהו? ואת תגובתך היומית קבור).

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 10:52 am
דורך קאווע טרינקער
יידל האט געשריבן:איין לייק מיט יעדע ניק וואס כ'האב. (ארבע מאות לייקס ביני ובינך מהו? ואת תגובתך היומית קבור).

אכן נודע הדבר, א וואונדער אז יידל האט אזויפיל לייקס?

JUST KIDDING ס'איז דא אן אדר אשכול.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 2:31 pm
דורך לעמיל
למעשה האט מען מיך געפאלגט און עס גייט זיין א פאעזיע פארמעסט

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 2:50 pm
דורך יידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:איין לייק מיט יעדע ניק וואס כ'האב. (ארבע מאות לייקס ביני ובינך מהו? ואת תגובתך היומית קבור).

אכן נודע הדבר, א וואונדער אז יידל האט אזויפיל לייקס?

הע, די זעלבע זאך טוט דאך יעדער, זענען מיר דאך ווייטער אייניג.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 2:56 am
דורך טעפל
געפילטע פיש האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:נישט אלע שמעקען פון אדר זענען ספעציעל אנגענעם.

לעמיל האקט, ביזט אויפן קאפ געפאלן? וואוטס פאר פורים רב? אונז האמיר דא אונזער יער ראונד פירעם רב הרב קופערניקוס, מיינסט אז פונקט חודש אדר וועט ער אויפגעבן זיין פלאץ?

ביסטו אויפן קאפ געפאלען דו ווילסט פטרן קופעריקוס מיט שרייבען נאר חודש אדר??? ער וועט נאך באלד אננעמען דעם דזאב!!!

טאמער פארשייסטו נישט קיין יונגליש, יער ראונד מיינט year round.

ראשעקאל האט געשריבן:לכבוד חודש אדר דארף אינזערע באגאבטע ליצים געפילטע פיש, משה געציל, קופערניקום, א.א.וו.א.וו. שרייבן יעדן טאג א ארטיקעל.

וויפיל צאלסטע?

איימ סארי כ'האב נישט באמערקט.. :roll:

נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:21 pm
דורך לעמיל
קען מען ערגעץ שיקן משלוח מנות פאר די הנהלה?

נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 5:06 pm
דורך למדן
יא אין אישית

הנה ימים באים נאום ה'

נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:20 pm
דורך זר זהב
מ'האט געבעטן איבער צו געבן אז די "טעג" (TAG) אפיסעס פון איכוד הקהילוס למען צואה מחנינו וועלן זיין באמאכט פורים, איז ביטע ווער אימער ס'דארף כאשר'ן זיין דעווייז זאל נעמען מיין - און ממי שאמרו'ס - אדווייז און אריינגיין שוין אין איינע פון די "טעג" אפיסעס נאך לפני בא יום ה'.

אין אנדערע נייעס, האט די פאפאראצי באמערקט "טעג" ראמני קויפן אבאמא מאסקעס.

ימים ידביירי

פאעט לכבוד פורים

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:09 pm
דורך למדן

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:26 pm
דורך געפילטע פיש
למדן האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=9AOnACIWAsM&feature=player_embedded

ער איז קעש געלט!
דא איז דא נאכאיינס.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=oqwUb1-fAlw[/youtube]

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:25 pm
דורך געפילטע פיש

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:27 pm
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:א פיינעם טשולענט.

Error 403
It seems you don't belong here! You should probably sign in. Check out our Help Center and forums for help, or head back to home.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:50 pm
דורך געפילטע פיש
פארגעסן צו שערן, פארראכטן.