בלאט 2 פון 6

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 10:55 pm
דורך לעיקוואד
boxcover האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:כהאב געליינט אטיף אייוועלט אן אינטערסאנטע זאך וואס גוגל מאכט.
סהייסט google loon. רעדט מען שוין ערגעץ דא און שטיבעל דערפון?

דא
שמעקעדיג האט געשריבן:גוגל פלאנט צו פארשפרייטן וויי-פיי אין צוריקגעשטאנענע לענדער, ווי צב"ש אפריקע און אזיע, נישט דורך קעיבלס, נאר דורך.... בעלאנס וואס פליען אין דערלופטן!
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2419509,00.asp

אפשר קען מען זיי בעטן זיי זאלען דאס צושטעלן אין אזוינע צוריקגעשטעלטע געגנטער ווי צב"ש מאה שערים, ווילאמסבורג, בני ברק, און מאנראו. ווי דער פארשקלאפטער ציבור בעט זיך פשוט פאר אביסעל אינטערנעט עקסעס וואס די יו ען האט שוין אנערקענט אלץ א בעיסיק יומען רעכט.

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 11:04 pm
דורך פרישער
ספעציעל זינט סענדי זענען מיר לויט אלע פעדעראלע באריכטען דא און וויליאמסבורג, געטראפען געווארן עפעס אויף א מוסשטאבליכען פארנעם,
מיר זענען נאך נישט זיכער צו מען קען בכלל פליען א באלון העכער וויליאמסבורג אזוי סכנהדיג איז דא, ווען סעוואלט געוועין א פראגראם פאר אינטענעט וואלט וויליאמסבורג געוועין נומער איינס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:15 pm
דורך boxcover
לעיקוואד האט געשריבן:אפשר קען מען זיי בעטן זיי זאלען דאס צושטעלן אין אזוינע צוריקגעשטעלטע געגנטער ווי צב"ש מאה שערים, ווילאמסבורג, בני ברק, און מאנראו. ווי דער פארשקלאפטער ציבור בעט זיך פשוט פאר אביסעל אינטערנעט עקסעס וואס די יו ען האט שוין אנערקענט אלץ א בעיסיק יומען רעכט.

דו ביזט גערעכט. אגב כ'האב שוין אמאל געטראכט א דאס וואלט געווען א אָריגינעלער איינפאל פאר די מאושר קאמפאני צו פאַרזאָרגן גאנץ וויליאמסבורג מיט פרייע ווייפיי, געפילטערד מיט זייער פראדוקט פארשטייט זיך, און דאס וועט זיי גיבן די ברענד-דערקענונג.

נא, מאושר אינקוויזאטארן, עטץ לייענטס דאך דא, נעם עס אן ממי שאמרו. די פרייע ווייפיי וועט שוין דינען אלס מיין קאמישאן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 11:50 pm
דורך געפילטע פיש
ראשעקאל האט געשריבן:באקימען א מודעה אויף מיין טעלעפאן אז גוגעל האט מיך אויסגעקליבן צו טרייען א נייע סערוויס וואס קאמפרעסט אויטאמאטיש די וועבפעיזשעס וואס איך באזיך. דאס סעיווט אסאך סעליעלער דעיטא, און ס'דארף אויך צו זיין שנעלער

מאך זיכער אז ס'איז טאקע גוגל און נישט עפעס א סקעם.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 9:57 am
דורך שמעקעדיג
גוגל גיבט יעצט ארויס א אפדעיט צו אנדרויד, ווערזשאן 4.3
עס גייט נישט האבן קיין גרויסע חידושים פאר רוב המון עם, אבער איינע פון די מעלות וואס גוגל זאגט - און קען בענעפיטירן אונז אידן, אז אידישע שפראך (רעכטס-צו-לינקס) וועט ארבעטן פיל בעסער ווי סיי ווען אין אנדרויד'ס היסטארי.

http://www.pcmag.com/slideshow/story/31 ... at-s-new/7

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 10:32 am
דורך [NAMELESS]
אויך האבן זיי ארויסגעגגעבן די נייע נעקסעס 7. לויט די ריוויא'ס איז עס א גאלדענע טעבלעט, מיט אסאך גוטע פיטשער'ס. עס איז דינער, גרינגער און א טראפ שמאלער פון די פריערדיגע נעקסעס 7, עס האט צובאקימען א בעק קעמרא, און עס האט א שיין ביסעל מער פיקסעלס אין די סקרין. אנטשאטס די אלטע'ס אכט שעה'איגע בעטערי האט די נייע נעקסעס א צעהן שעה'איגע

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 11:06 am
דורך גדעון
סאיז געווארן שמעלער אבער אויך העכער, פון דעם רעדט קיינער נישט

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 11:19 am
דורך שמעקעדיג
ראשעקאל האט געשריבן:אויך האבן זיי ארויסגעגגעבן די נייע נעקסעס 7. לויט די ריוויא'ס איז עס א גאלדענע טעבלעט, מיט אסאך גוטע פיטשער'ס. עס איז דינער, גרינגער און א טראפ שמאלער פון די פריערדיגע נעקסעס 7, עס האט צובאקימען א בעק קעמרא, און עס האט א שיין ביסעל מער פיקסעלס אין די סקרין. אנטשאטס די אלטע'ס אכט שעה'איגע בעטערי האט די נייע נעקסעס א צעהן שעה'איגע

די נייע נעקסוס 7 גייט טאקע זיין די ערשטע צו נוצן דעם נייעם אנדרויד ווערזשאן 4.3. זיי וועלן אויך אפגרעידן די פריערדיגע נעקסוס צו דעם ווערזשאן, ווי אויך די לעצטערע טעלעפאנען, ווי צב"ש די גאלעקסי S4.

עס וועט נאך נעמען אפאר טעג - אויב נישט וואכן - ביז די נייע נעקסוס 7 טאבלעט וועט זיך געפינען אין די געשעפטן.

די פרייז גייט ארויף מיט 30 טאלער, פון 200 צו 230 פאר די ביליגסטע 16 ג"ב מאדעל, און $270 פאר די 32 ג"ב. שפעטער וועלן זיי אויך ערצייגן איינס פאר $350 וואס וועט האבן 4G אינטערנעט סערוויס, און עס וועט ווערן פארקויפט אנ-לאקד, אזוי אז מען וועט עס קענען נוצן סיי אויף ווערייזאנ'ס נעטווארק, און סיי עי.טי.& טי., און טי.מאובילס. עס וועט אויך האבן דאפעלט רעם (RAM), צוויי ג"ב ארויף פון איינס, פאר מער פלאץ פאר עפפס וכדומה.

איך קען נאך נישט אויסגעפינען צי מען וועט קענען צולייגן דערצו א מייקרא SD קארטל. ווארשיינליך נישט. (אז יא קען דאך יעדער קויפן די ביליגע ווערסיע און צולייגן א קארטל פאר פיל ביליגער).

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 11:24 am
דורך גדעון
וועט זיין אוועילעבל אנליין אין 4 טעג ארום, july 30'
און תיכף דערנאך אין געשעפטן ווי בעסט ביי

מ'וועט נישט קענען צילייגן א עס די קארטל

גוגל האט זיך דערשראקן פון די רבנים חרם אויף ענדרויד, אין די נייע אפדעיט וועט זיין מעגליך אנצושטעלן מאלטיפעל יוזערס וואס וועט ערמעגליכן ריסטריקשאנס פאר קינדער

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 11:37 am
דורך געפילטע פיש
מאלטיפל יוזערס קען מען שוין יעצט אויף דזשעלי בין טעבלעטס.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2013 11:42 am
דורך גדעון
געפילטע פיש האט געשריבן:מאלטיפל יוזערס קען מען שוין יעצט אויף דזשעלי בין טעבלעטס.

יעצט קען מען רעסטריקטן און קאסטימייזן געוויסע יוזערס

נשלח: מוצ"ש יולי 27, 2013 11:18 pm
דורך [NAMELESS]
די ריוויא'ס זענען שטארק!!
ער טענה'ט אז עפעל האט יעצט א שווערע זשאב צו ביט'ן די נייע נעקסעס טעבלעט
http://news.cnet.com/8301-1035_3-575957 ... e-napping/

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 7:03 pm
דורך שמעקעדיג
7 סיבות פארוואס צו נעמען דעם נעקסוס 7

http://www.zdnet.com/seven-reasons-to-b ... &ttag=e550

איך האב א פראגע, רוב מאדעלן האבן דאך נישט קיין קאנסיסטענט קאנעקשאן נאר דורך ווייפיי, אלזא וויאזוי ארבעט גוגל מעפס?

נשלח: זונטאג יולי 28, 2013 9:41 pm
דורך געפילטע פיש
איי מייט בי ראנג, אבער אין די WIFI טאבלעטן האט די מעפס עפפ א cache, און ווען דו גרייטסט אן א וועג אינדערהיים וועט עס דאונלאודן די גאנצע וועג צום דיווייס. און פאר צו וויסן וואו זי געפינט זיך האט זי אן עקסטערע GPS טשיפ.

----

דא זע איך אז דעי עפפ לייגט אריין וואס דו ווילסט אין די גוגל מעפס קעש.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 11:07 am
דורך שמעקעדיג
סתם נייגעריג (אשכול: זאכן וואס איך וויל וויסן?)

אז אזא היי-ענד טעבלעט מיט די שענסטע קלארסטע סקרין, נייעסטע פראסעסאר (הגם עס לויפט נאר אויף 1.5 גיגאהערטץ, בשעת נייערע פאונס לויפן שוין אויף 1.7 און 1.9), גוטע ספיקערס, די נייעסטע אנדרויד ווערזשאן, הויכע קוואליטעט מאטעריאלן, א גוטע קעמערע און קעמקארדער, און גוגל פארדינט דערויף, פארקויפענדיג פאר אונטער $250,

ווי אזוי איז מעגליך אז א קליינער סמארט-טעלעפאן וואס האט גארנישט מער זאל קאסטן צווישן 600-800 טאלער? זאג מיר נישט אז דער סעליולער נעטווארק וואס לאזט דיר רעדן אויפן פאן מאכט דער דיפערענץ! חוץ מזה ואס עס איז אן אבסורד, גייט גוגל רעליעסן בקרוב א נעקסוס מיט 4G נעטווארק פאר בלויז 350.
איז דאס סתם 'גניבה' פון די פאון קאמפאניס? אדער איז טאקע פאראן עפעס וואס מאכט עס טייערער?

כ'האב געטראכט בדרך אפשר - איך לייען עס אסאך מאל - אז ווי קלענער א דעווייס איז, אלס מער קאמפליצירט איז אריינצושטופן די אלע טעכנאלאגיע, אבער פון די היינטיגע 5-אינטש סקרין טעלעפאנען ביז די נעקסוס' 7-אינטש איז נישט אזא גרויסע חילוק אז עס זאל קאסטן באלד דריי פאכיג די פרייז? און די נעקסוס איז אויך אויסטערליש דין, וואס טוט אויך פארשווערן אריינצושטופן אזויפיל קאמפליצירטע טשיפס און אנדערע זאכן אין אזא דארע גוף, ממילא הדרא קושיא לדוכתיה, מאי שנא???

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 11:18 am
דורך סאשי פיש
איך האלט אזוי
זיי ווייסען אז א פאון גייסטו סיי ווי קויפען ווייל דו דארפסט עס האבען
מה שאין כן א טעבלעט יא עס איז א גוטע טוי אבער זיי ווייסען אז מען גייט זיך נישט לאזען קאסטען אזוי זאך מוזען זיי עס מאכען פאר ביליגער

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 11:35 am
דורך שמעקעדיג
קענסט דאך ענטפערן פשוט'ער, די פאון ווערט אויסגעצאלט במשך די 2 יאר קאנטראקט צוביסלעך, ממילא שפירט מען נישט דעם פרייז, נאך $25 א חודש, נו ס'וועט מיטגיין,
משא"כ א טעבלעט צאלסטו אויף איינמאל דעם גאנצן פרייז, וועלן דאס מענטשן איבערטראכטן בעפאר מען קויפט, און אפשר טאקע זיך צוריקהאלטן, עס איז דאך נישט עפארדעבל.
אבער אויב דאס איז די תשובה, איז פשט אז די טעלעפאנען טוען אונז סתם באראבעווען, און זיי ווערן רייך אויף אונזער חשבון.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 11:41 am
דורך סאשי פיש
קען אויך זיין אז עס איז א דיעל מיט די סעלליור קאמפניס אז עס זאל זיין טייער אזוי מוז מען מאכען א קאנטראקט מיט זיי געבען זיי דיך עס פאר ביליגער און עס קומט אויך אויס אז מען צאלט $200 פאר די פאון און די איבריגע שרייבסטו צאלט זיך אפ מיט די פלען יעדע חודש אביסעל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 11:48 am
דורך חד גדיא
איך פארשטיי אויך נישט פשט. אבער גוגעל פארקויפט דאך שוין די נעקסוס פאון פאר $300.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 10:07 pm
דורך נולד מאוחר
www.vosizneias.com/137624/2013/08/01/san-francisco-ca-google-funded-sea-research-vessel-sets-sail/
וואס האט די ריסירטש מיט גוגל ביזנעס? פארוואס אינטערסיערט דאס זיי?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:45 pm
דורך boxcover
שמעקעדיג האט געשריבן:סתם נייגעריג (אשכול: זאכן וואס איך וויל וויסן?)

אז אזא היי-ענד טעבלעט מיט די שענסטע קלארסטע סקרין, נייעסטע פראסעסאר (הגם עס לויפט נאר אויף 1.5 גיגאהערטץ, בשעת נייערע פאונס לויפן שוין אויף 1.7 און 1.9), גוטע ספיקערס, די נייעסטע אנדרויד ווערזשאן, הויכע קוואליטעט מאטעריאלן, א גוטע קעמערע און קעמקארדער, און גוגל פארדינט דערויף, פארקויפענדיג פאר אונטער $250,

ווי אזוי איז מעגליך אז א קליינער סמארט-טעלעפאן וואס האט גארנישט מער זאל קאסטן צווישן 600-800 טאלער? זאג מיר נישט אז דער סעליולער נעטווארק וואס לאזט דיר רעדן אויפן פאן מאכט דער דיפערענץ! חוץ מזה ואס עס איז אן אבסורד, גייט גוגל רעליעסן בקרוב א נעקסוס מיט 4G נעטווארק פאר בלויז 350.
איז דאס סתם 'גניבה' פון די פאון קאמפאניס? אדער איז טאקע פאראן עפעס וואס מאכט עס טייערער?

כ'האב געטראכט בדרך אפשר - איך לייען עס אסאך מאל - אז ווי קלענער א דעווייס איז, אלס מער קאמפליצירט איז אריינצושטופן די אלע טעכנאלאגיע, אבער פון די היינטיגע 5-אינטש סקרין טעלעפאנען ביז די נעקסוס' 7-אינטש איז נישט אזא גרויסע חילוק אז עס זאל קאסטן באלד דריי פאכיג די פרייז? און די נעקסוס איז אויך אויסטערליש דין, וואס טוט אויך פארשווערן אריינצושטופן אזויפיל קאמפליצירטע טשיפס און אנדערע זאכן אין אזא דארע גוף, ממילא הדרא קושיא לדוכתיה, מאי שנא???

בכלל וועלן אנדרואיד כלים אלץ זיין בילי גער ווייל עס איז א אפענע אפארעיטונג סיסטעם.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:48 pm
דורך שמעקעדיג
גוגל איז מודה אז די נייע נעקסוס 7 טעבלעט האט פראבלעמען מיט GPS און מיט מאלטי-טאטש.....

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:34 pm
דורך חד גדיא
גוגל האט היינט אנגעהויבן מצרף זיין די טרעפיק באריכטן פון וועיז צו גוגל מעפס.
http://www.usatoday.com/story/tech/pers ... c/2676115/